באריכטן אז רוסישע עירליינס האבן זיך גענומען צו ארויסרייסן שטיקער פון אומגענוצטע פליגער אויף צו קענען ערזעצן טיילן וואס זיי קענען נישט איינקויפן פון מערב וועלט פ]ירמעס צוליב די סאנקציעס.
* * * * * א פאלעסטינע זיכערהייט באאמטע איז דערשאסן געווארן אינערהאלב א פליטים לאגער אין לבנון.
* * * * * האנדוראס אויסערן מיניסטער ענריקא רעינא זאגט אין א סטעיטמענט אז די ארטיגע רעגירונג קלערט פון אומקערן איר אמבאסאדע אין מדנ"י פון ירושלים צוריק קיין תל אביב.
* * * * * באריכטן געבן אן אז די יאנואר 6 קאמיטע האט שוין באקומען צוטריט צו פארשידענע טעקסט מעסעזשעס פון אלעקס זשאונס וואס זיינע אדוואקאטן האבן אומווילענדיג איבערגעגעבן פאר אדוואקאטן פון זיינע קלעגער.
* * * * * די נאציאנאלע רעפובליקאנע פארטיי האט אפיציעל באשטעטיגט אז זיי וועלן אפהאלטן די 2024 קאנווענשן אין מילוואקי, וואיסקאנסין. דאס קומט נאך וואס די נעשוויל סיטי קאונסיל האט געשטימט קעגן אפהאלטן די קאנווענשן אין זייער שטאט.
* * * * * פרישע אנקעטעצייגט אז ארום 37% רעגיסטרירטע וויילער זאגן אז עס וואלט געווען גאר שלעכט פארן לאנד אויב זאל טראמפ ווערן ווידערערוועלט אין 2024, אין די צייט וואס 35% זאגן די זעלבע אויף ביידען. אויך צייגט די אנקעטע אז אין די צייט וואס בלויז ארום 25% רעפובליקאנע זענען קעגן א טראמפ געווינס, איז די ראטע ביי דעמאקראטן אקעגן א ביידען געווינס ביי 43%.
* * * * * מארק ד'אמיקאו האט אין 2017 אוועקגעשטעלט א 'גאו פאנד מי' בלאט מיט די אנגעליבכע געשיכטע אז ער טרייבט אויף די געלטער פאר זשאני באביט, א היימלאזע וועטעראן. נאך וואס די קאמפיין איז געווארן גאר ברייט פארשפרייט, האט ד'אמיקאו באוויזן צו אויפטרייבן העכער 400,000 דאלער, וואס ער האט דאן אויסגענוצט פאר זיין אייגענע שוואוילטאג אן איבערגעבן אפילו א רויטע גרייצער פאר'ן וועטעראן. אין 2019 האט ד'אמיקאו זיך דערקלערט שולדיג אויף סטעיט קלאגעס, און איז פארלאפענע פרייטאג געווארן פאראורטיילט צו פינף יאר טורמע. דאס איז אויסער די עטוואס מער פון צוויי יאר אין פעדעראלע טורמע.
* * * * * מישיגען אטוירני זשענעראל פרוי נעסעלס (ד)פארלאנגטאז די סטעיט זאל שטעלן א ספעצילע פראקוראר זאל אויספארשן איר רעפובליקאנע קעגנער איבער מעגליכע פארבינדונגען צו א גרופע וואס האט באקומען אומאוטאריזירטע צוטריט צו די וואל מאשינען גענוצט ביי די 2020 וואלן אין עטליכע קאונטיס אין די סטעיט.
* * * * * ניו יארק סטעיט ריכטערפארארדענטדי סיטי עדיוקעישאן דעפארטמענט זאל איבערמאכן איר בודזשעט פאר די יעצטיגע פיסקעל יאר, און ערלויבן די סיטי קאונסיל צו שטימען דערויף. די אורטייל קומט נאך וואס צוויי עלטערן האבן געקלאגט די דעפארטמענט אין געריכט פאר'ן איינשטעלן די בודזשעט אונטער אן עמערזשענסי דעקלעראציע.
* * * * * די זשורי וואס פארהאנדעלט איבער די קעיס פון די פארקלענד סקול מאסן מערדער האבן פאריגע וואך באזוכט ביי די סקול געביידע וואו די שיסעריי איז פארגעקומען, די געביידע איז נאך אין די זעלבע צושטאנד ווי א טאג נאך די שיסעריי.
* * * * * העכער 2,500 פלייטס זענען געווארן אפגערופן דורכאויס די פארלאפענע ענדע וואך ביי רייזעס אריין/ארויס און אין אמעריקא. דאס אין צוגאב צו נאך עטליכע טויזענט וואס האבן געהאט פארשפענטיגונגען.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל = איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל... אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
* * * * * פאליטיקא באריכטעט אז די אמעריקאנע פענטאגאן קלערט פון צושטעלן געלטער פאר די סטאר-לינק אינטערנעט סערוויס העכער אוקריינא, נאך וואס עלאן מאסק האט געלאזט פאלן אנדייטונגען אז זיין פירמע איז מער נישט ווייליג צו צושטעלן א פרייע סערוויס.
* * * * * בריטישע פרעמיער מיניסטארשע פרוי טראס האט פארלאפענע פרייטאג ארויסגעווארפן איר פינאנץ מיניסטער, קוואסי קווארטענג פון אפיס. דאס איז געקומען נאך וואס זיינע עקאנאמישע פלענער געמאלדן האבן געשאפן א שטורעם אינערהאלב די פינאנציעלע מארקעטס און געפירט צו א היסטארישע פארלוסט אין די ווערד פון די פונט שטערלינג, און געזעצגעבער האבן געסטראשעט מיט א רעוואלט קעגן איר פירערשאפט פאזיציע. אויף זיין אמט איז געווארן אויפגענומען אלס פינאנץ מיניסטער זשערמי האנט, וועלכע האט שוין פיער געדינט אויף פארשידענע רעגירונג אמטן, וועלכע האט גראד געזאגט אז ער וועט צוריקדרייען מיינסטענס שטייער שניטן געמאלדן דורך זיין פארגייער.
* * * * * אין אנדערע נייעס, האט פרעמיער מיניסטארשע טראס אפגעהאלטן א זיצונג מיט גרעהעם ברעידי, דער פארזיצער פון די 1922 קאמיטע – די קאמיטעט וואס פארטרעט די אלגעמיינע פארלימענט קאנסערוואטיווע פארטיי מיטגלידער און האט די מאכט צו פאררופן אינערליכע פארטיי פירערשאפט וואלן.
* * * * * א דעלעגאציע פון די חאמאס פרייהייט קעמפער וועלן מארגן באזוכן אין סיריע, אין א פארזוך צו באנייען די פארבינדונגען מיט די ארטיגע אסאד רעזשים, נאך יארן וואס די גרופע האט געשטיצט די אויפשטענדלער אין זייער קאמפ קעגן די רעזשים.
* * * * * טערקישע מיליטערישע קרעפטן זענען היינט אריין אין א צפון-מערב סיריע דארף אין א פארזוך צו איינשטילן די געשלעגן צווישן די פארשידענע קעמפערישע גרופעס, בלויז צוויי טעג נאך וואס די גרופעס האבן איינגעשטימט צו א שטילשטאנד.
אוסטראליע האט צוריקגעדרייט דאס וואס זי האט, אין 2018, אפיציעל אנערקענט מערב ירושלים אלס די הויפטשטאט פון מדנ"י. אנשטאט, זאגט די יעצטיגע אויסערן מיניסטער, אז די פראגע ארום מדנ"י'ס הויפטשטאט דארף ווערן געלעזט אלס טייל פון די צוויי-שטאטן לעזונג וואס וועט שאפן א פאלעסטינע לאנד.
* * * * * צפון קארעא ארויסגעשאסן ווארענונג שאסן אין רעאקציע צו מילטערישע צושטירונגען דורך די דרום-קארעא מיליטער.
* * * * * מדנת ישראל פרעזידענט הערצאג איז ערווארטערט אויך אין די ווייסע הויז קומענדיגע וואך מיטוואך.
* * * * * פרעזידענט ביידען געמאלדן איבער די נייע StudentAid.gov וועבזייטל/עפפ צו ארויסהעלפן אזעלכע וואס ווילן זיך איינגעבן פאר די פון פריער געמאלדענע רעגירונגס פארצייאונג אויף סטודענטן חובות.
* * * * * פרעזידענט פארשפרעכט אז אויב זאלן דעמקאראטן אנהאלטן קאנטראל פון ביידע הייזער נאך די מידטורם וואלן, וועט ער די ערשטע זאך אונטערשרייבן א רציחה באשיצונג געזעץ.
* * * * * די ליבערטעריען געשטימטע CATO אינסטיטוציע האט אריינגעגעבן א קלאגע אין פעדעראלע געריכט קעגן די ביידן אדמיניסטראציע פלאן צו פארצייען אויף טייל פעדעראלע געשטיצטע סטודענטן חובות.
* * * * * קאליפארניע גאווערנאר געווין ניוסאם (ד) געמאלדן אז ער וועט לאזן אפלויפן די עמערזשענסי צושטאנד אין די סטעיט, אין רעזולטאט פון די קאוויד אונטערגאנג, קומענדיגע פעברואר.
* * * * * וואשינגטאן די.סי. אטוירני זשענעראל קארל רעסיין (ד) געעפענט אן אויספארשונג צו דערגיין אויב די אומלעגאלע אימיגראנטן וואס זענען אנגעקומען אהין האבן ערהאלטן פארפירערישע הבטחות פון באאמטע אין אריזאנע און טעקסאס.
* * * * * זשארזשיע וויילער האבן נעכטן, מאנטאג, אנגעהויבן אפגעבן זייערע שטימען אין די "עירלי וואוטינג". לויט די אפיציעלע ציפערן געמאלדן דורך סטעיט באאמטע, זענען נעכטן געווארן אפגעגעבן העכער 131,000 שטימען, א רעקארד ציפער פאר די ערשטע טאג פון די פריע שטימען, נעמענדיג אין באטראכט אז אין 2018 איז די ציפער שטימען געווען ביי ארום 71,000.
* * * * * ניו זשערסי אטוירני זשענעראל נעט פלאטקין (ד) קלאגט אן פינף פירמעס איבער זייער אנגעליבכע ראלע אין די קלימאט טויש קריזיס. די קלאגע באשולדיט די פירמעס אין סיסטעמאטיש פארלייקענען די נאכווייען פון קלימאט טויש, ווי אויך אז זיי האבן אנגעפירט א העפטיגע פי.אר. קאמפיין צו פארלייקענען די אפעקטן פון קלימאט טויש.
* * * * * א פלארידע זשורי האט זיך מישט געקענט פאראייניגן צו רעקאמענדירן די טויט שטראף פאר די פארקלענד שולע שיסער ניקאלעס קרוז און אנשטאט רעקאמענדירט לעבנסלענגליכע טורמע אן די מעגליכקייט פון פאראול. די סענעטענסינג איז באשטימט געווארן אויף נאוועמבער 1.
* * * * * ארבייטער ביי א עמעזאן וועירהאוז אין אפסטעיט ניו יארק האבן געשטימט, 406-206, קעגן פארמירן א יוניאן וואס זאל זיי רעפרעזענטירן.
* * * * * אמעריקען עירליינס איז איינגעגאנגען צו צאלן א מינימום פון 7.5 מיליאן דאלער אין פארגיטיגונג נאך וואס עטליכע פאסאזשירן האבן באשולדיט די פירמע אין זיי אומבארעכטיגט איבעררעכענען פאר די רענצלעך וואס זיי האבן אריינגעגעבן ביים רייזן.
* * * * * די טי.עס.עי אגענטור האט פארלאפענע זונטאג אונטערזוכט 2.49 מיליאן פאסאזשירן, די העכסטע ציפער זינט פעברואר 2020 אבער דאך לייכט נידעריגער פון די 2.51 מיליאן די זעלבע דאטום א יאר פריער אין 2019.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל = איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל... אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
די יו.ען. זיכערהייט קאונסיל האט פרייטאג באיינשטימיג אשטעטיגט א רעזולאציע צו ארויפשטעלן עקאנאמישע און פערזענליכע סאנקציעס אויף אזעלכע וואס 'אונטעמינעווען די פרידן אדער סטאביליטעט' פון האיטי. די רעזולאציע דערמאנט זשימי שעריזיער -די לאנד'ס מאכטפולסטע מאפיאנער- אלס א הויפט ציל פון די פרישע סאנקציעס.
* * * * * אנזע לאוגער, א געוועזענע אויסער מיניסטער, האט געווינען ארום 33% פון די אפגעגעבענע שטימען אין די פרעזידענטליכע וואלן אפגעהאלטן היינט אין סלאוועניע. ער וועט זיך פארמעסטן אין די צווייטע רונדע קעגן Natasa Pirc Musar.
* * * * * געזונטהייט באאמטע אין אוגאנדע באשטעטיגן אז אין די לעצטערע טעג האבן פינף פאציענטן געטעסט פאזיטיווע פאר די עבאולע וויירוס ביי א שפיטאל אין די הויפטשטאט קאמפאלא.
* * * * * סאודי'שע קרוין פרינץ מוחאמעד בין סאלמאן וועט נישט אנטיילנעמען ביי די אראבישע סאמיט וואס קומט פאר אין אלזשעריע, אין איינקלאנג מיט די ראט פון דאקטוירים אז דער פרינץ זאל נישט רייזן.
* * * * * האלאנדישע געזונטהייט באאמטע האבן אין די פארלאפענע טעג אומגעברענגט העכער 40,000 טוריקי פייגל, נאך וואס מ'האט ביי זיי אנטדעקט א געפארפולע פייגל פלו וויירוס.
* * * * * פרעזידענט ביידען באגריסט די איינשווערונג פון איטאליע'ס נייע פרעמיער מיניסטארשע, די ערשטע פרוי אויף די אמט אין די לאנד'ס היסטאריע.
* * * * * ניו יארק סטעיט גאווערנאר האוקעל געמאלדן מיט צופרידענהייט אז א 80 ביליאן דאללער פראיעקט צו איבערפלאסטערן טיילן פון די 'לאנג איילענד עקספרעסוועי' איז געקומען צו א סוקסעספולע ענדע א מאנאט פריער ווי געלויטעט אונטער די אפיציעלע פלענער.
* * * * * באאמטע אין סאן-פראנסיסקאו, קאליפארניע, מעלדן אז די געזונטהייט עמערזענסי צושטאנד איינגעשטעלט פריער אין יאר, צלויב די מאנקיפאקס אויסברוך, וועט קומען צו א ענדע קומענדיגע וואך.
* * * * * פלארידע געזעצגעבער וועלן אפהאלטן א ספעציעלע לעגיסלאטיווע סעסיע בעפאר ענדע יאר צו באהאנדלען די סטעיטס פארפערטי אינשורענס אינדוסטרי אין ליכט פון די שאדנס געשאפן דורך האריקעין איען.
* * * * * פלארידע גאווערנאר ראן דעסאנטיס זאגט אז זיין אדמיניסטראציע וועט ארויסגעבן רעקארדס ארום דאס טראנספארטירן די אומלעגאלע אימיגראנטן קיין מאסאטשוסעטס ביז אנהויב דעצעמבער. דאס קומט אין רעאקציע צו א געריכטליכע קלאגע אריינגעגעבן דורך די 'פלארידע סענטער פאר גאווערמענט אקאונטעביליטי' וואס האט פארלאנגט צוטריט צו אלע רעקארדס, און דער ריכטער האט פארארדענט דער גאווערנאר זאל גיבן זיין ענטפער ביז פאריגע וואך, אבער די אדמיניסטראציע טענה'ט אז זי האלט אינמיטן פראצעסירן אזויפיל ווי 90 רעקארדס פארלאנגען אנבלאנגט די טראנספארטן.
* * * * * וואלמארט איז איינגעגאנגען צו צאלן 215 מיליאן דאללער אלס טייל פון א שליכטונג מיט די פלארידע סטעיט באאמטע איבער באשולדיגונגען אז די םירמע איז טיילווייז שולדיג אין די אפיאד קריזיס אין די סטעיט.
* * * * * 'סטעפארד היי סקול' אין ווירזשיניע האט אפגערופן אלע ענדע -וואך אקטיוויטעטן נאך וואס ארום האלב פון די סטודענטן האבן געצייגט פלו סימפטאמען.
* * * * * א טעקסאס סטעיט פאליציי אפיציר וואס איז אנוועזנד געווען פריער אין יאר ביי די יו-וואלדי שולע שיסעריי איז געווארן אויפגעזאגט פון אמט פארלאפענע פרייטאג.
* * * * * זעקס זענען אומגעקומען ביי א אפארטמענט פייער פארלאפענע פרייטאג אין מילוואקי, וויסקאנסין. אויספארשער קוקן אריין צו די פייער איז נישט געווארן בייזוויליג אונטערגעצינדן.
* * * * * א מאן אין וויסקאנסין איז געווארן אנגעקלאגט אויף האסן פארברעכן קלאגעס נאך וואס האט אפגעשניטן די אינטערנעט קעיבעלס ביי זיין שכן, צוליב וואס ער האט געקלערט אז יענער געפונט זיך אין לאנד אומלעגאל.
* * * * * פעדעראלע פראסעקיוטאר האבן פאריגע וואך פארעפענטליכע קלאגעס קעגן זיבן כינעזער פארן אנטיילנעמען אין פארפאלגן א כינעזער אפשטאמיגע אין א פארזוך צו צווינגען יענעם ער זאל צוריקפארן קיין טשיינע אויף די פארלאנג פטו די ארטיגע רעגירונג.
* * * * * די 'נאציאנאלע רעפובליקאנע קאמיטע' האט אריינגעגעבן א לאוסוט אין פעדעראלע געריכט קעגן 'גוגל', מיט די באשולדיגונג אז די זשימעיל ספעם פילטער איז דירעקט אנגעשטעלט צו פארשיקן די קאמיטע אימעילס, וואס זי שיקט ארויס צו שטיצער, אריין אין מיסטקאסטן.
* * * * * די פעדעראלע 'אכטע קרייז אפעלאט געריכט' האט בלאקירט, אויף צייטווייליג, די פלאן פון די ביידען אדמיניסטראציע צו פארגעבן טייל פון די סטודענטן חובות, דאס קומט אין רעאקציע צו א לאוסוט אריינגעגעבן דורך עטליכע רעפובליקאנע סטעיט אטוירניס-זשענעראל. די ווייסע הויז זאגט אבער אז טראץ די אדמיניסטראציע איז, אויף דערווייל, בלאקירט פון קענען פארגעבן די חובות, טוט דאס אבער נישט אפהאלטן אזעלכע וואס ווילן זיך איינגעבן פאר די פראגראם, ווי אויך וועט די אדמיניסטראציע ווייטער איבערקוקן די אפליקאציעס.
פאר יעדע מאל וואס דו לייגסט אריין די פילע ארבעט אונז צו מהנה זיין דארף מען נאכאמאל זאגן ישר כח!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל = איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל... אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
* * * * * יאפאן האט געמאלדן די פארשליסונג פון איר אמבאסאדע אין האיטי אין ליכט פון די שווערע זיכערהייטס צושטאנד אין לאנד.
* * * * * אמעריקאנע הויפט גענעראל מארק מיילי היינט גערעדט מיט זיין קאנאדישע קאלעגע צו דיסקוסירן די אנטוויקלונגען אין די רוסלאנד-אוקריינא קאנפליקט, ווי אויך איבער די פארערגערטע זיכערהייטס צושטאנד אין האיטי.
* * * * * אין איראן זענען היינט פארגעקומען מאסן פארזאמלונגען און צערמאניעס צו אפצייכענען די 40 טאג זינט די אומקום פון פרוי אמיני אין די הענט פון די ברוטאלע 'מאראלישע פאליציי'. צווישן אנדערע זענען עטליכע טויזענט ארויסגעקומען צו איר באגרעבעניש ארט אין די שטאט 'סאקעז' אין די קורדיסטאן ראיאן אין לאנד. ראיאט פאליציי אויפן ארט האבן געעפענט פייער אויף די פארזאמעלטע, מיט צענדליגע וואס זענען פארוואונדעט געווארן. אויך באריכטעט די ארטיגע לאקאלע פרעסע איבער א רעוואלוציאנערע גווארדיע זעלנער וואס איז אומגעקומען נאכן ווערן באטראפן פון קוילן 'געשאסן דורך די ראיאטירער'.
* * * * * אין אנדערע איראנ'ע נייעס, זענען אמווייניעסטענס פופצן אומגעקומען נאך וואס טעראריסטן האבן געעפענט פייער ביי א שמייליגע ארט אין די דרום דטאט 'שיראז'.
* * * * * קאנאדישע פאליציי האבן געמאלדן די ארעסט פון א פרוי וואס האט זיך אומגעקערט אהיים נאכן ווערן פארהאלטן אין קורדישע ארעסט די לעצטערע יארן, אויף פארדאכטן אז זי האט ארויסגעהאלפן די איסלאמישע שטאט טעראר גרופע אין סיריע.
* * * * * פעדעראלע עף.עי.עי. אגענטור זאגט אז די צייטווייליגע וועיווערס איינגעשטעלט אנהויב פון די וויירוס עפאכע, אז פלופטליניעס מוזן נישט פארנוצן אזויפיל פון זייערע סלאטס ביי די פארנומענע עירפארטס איבערן לאנד, וועט קומען צו א ענדע, און עירליינס וועלן מוזן צושטעלן פלייטס פאר די געווענליכע מינימום פון 80% פון זייערע סלאטס.
* * * * * א ניו יארק סיטי ריכטער האט נעכטן געאורטיילט אז די וואקסין מאנדאט פאר סיטי איינגעשטעלטע איז נישט אויסגעהאלטן, און פארארדענט אז די אפגעזאגטע זאלן ווערן צוריקגעשטעלט אויף זייערע אמטן און באקומען באצאלט אויך אויף צוריק. צווישן אנדערע, האט דער ריכטער אנגעוויזן אויף קאמענטארן פון פרעזידענט ביידען אז די וויירוס געפאר איז שוין פאראיבער, און אויף דעם וואס די סיטי באאמטע האבן אין די לעצטערע טעג געשטימט צו אפשאפן א וואקסין מאנדאט פאר איינגעשטעלטע ביי פריוואטע פירמעס אינערהאלב די סיטי.
* * * * *
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
ריכטער פארארדענט די גאווערנארס אפיס זאל ארויסשטעלן די רעקארדס ביז צוואנציג טעג.
* * * * * א 5.1 ערדציטערניש איז נעכטן געשפירט געווארן אין טיילן פון קאליפארניע.
* * * * * די 'בראדערהוד אוו רעילראוד סיגנאל-מען' יוניאן -וואס פארטרעט העכער 6,000 רעילראוד ארבעטער- זאגט אז אירע מיטגלידער האבן אנידערגעשטימט א צייטווייליגע אפמאך דערגרייכט פאריגע מאנאט פון ווערן פערמענאנט. דאס איז שוין די צווייטע יוניאן צו אפווארפן די אפמאך, נאך וואס די בי.עמ.דאבעליו.אי.די. יוניאן -וואס פארטרעט העכער 11,000 ארבעטער- האט עס שוין פריער אפגעווארפן.