* * * * * א מאן איז נעכטן אומגעקומען נאך וואס ער האט זיך אויפגעריסן פארנט פון בראזיל'ס העכסטע געריכט, עטליכע טעג איידער די G-20 סומיט וואס קומט פאר יאן לאנד. סופרים קאורט ריכטער מאורעס באשולדיגט אז דער זעלבסט-מערדער האט געהאט אין ציל צו אויפרייסן די געריכט געביידע, אלס פון די אינטערנאציאנאלע א.ג. 'אטאקע אויף דעמאקראטיע'.
* * * * * כינעזע פרעזידענט זשינפינג איז היינט אנגעקומען קיין פערו -וואו עס קומט פאר די ASEAN קאנפרענץ ענדע וואך- אלס טייל פון א לענגערע רייזע דורכאויס די דרום-אמעריקא ראיאן. זשינפינג איז היינט ערשינען ביי די עפענונגס צערמאניע פון א נייע פארט אין לאנד, געבויט מיט די שטיתע פון די כינעזע רעגירונג.
* * * * * טערקישע האנדלס מיניסטער באריכטעט אז זיין לאנד האט ערהאלטן א פארמאלע איינלאדענונג פון די בריקס פאראיין צו ווערן א partner country, נאך א טריט נעטער אין די פראצעדור פון זיך אנשליסן אין די פאראיין.
* * * * * טויזענטע זענען היינט ארויסגעקומען אויף די גאסן פון ווילנא, צו פראטעסטירן קעגן די נייע קאאליציע רעגירונג וואס נעמט אריין די Nemunas Dawn פארטיי אנגעפירט דורך Remigijus Zemaitaitis וועלכע האט פריער אין יאר רעזיגנירט פונעם פארליאמענט און שטייט יעצט אויס א פראצעס פארן לאזן פאלן אנטיסעמיטישע סטעיטמענטס און אויפטרייבן האס קעגן אידן.
* * * * * אי.יו. ארויפגעשטעלט א 797 מיליאן יורא (840 מיליאן דאלער) שטראף אויף די 'מעטא' פלאטפארמע איבער באשולדיגונגען אז די פירמע האט פארלעצט יוניאן אנטי-טראסט געזעצן, צו בענעפיטירן די אייגענע 'פעיסבוק מארקעטפלעיס' פלאטפארמע.
* * * * * וויילער אין סרי לאנקא האבן היינט אפגעגעבן זייער שטימע אין די ארטיגע פארליאמענט וואלן.
* * * * * נאטא פליגער היינט געווארן ארויפגעשיקט נאך וואס עטליכע רוסישע פליגער האבן זיך 'נישט געהאלטן צו אינטערנאציאנאל אנגענומענע סטאנדארטן'. איין אינצידענט האט פאסירט העכער די באלטישע ים וואו איטאליענע פליגער האבן רעאגירט, און א צווייטע אינצידענט האט זיך אפגעשפילט נעבן נארוועגיע.
* * * * * סענאט יורידישע קאמיטע געשטימט צו פאראויסגיין מיט די נאמינאציע פון רייען פארק צו סערווירן אלס ריכטער אויף די פערדע קרייז אפעלאט געריכט. רעפובליקאנע סענאטאר טיליס, א מיטגליד אויף די קאמיטע, ווארענט אז ער האט גענוג שטימען צו בלאקירן פארק פון ווערן באשטעטיגט דורך די פולע סענאט.