כאראקטערן פונעם חסידישע דיזיין און געבוי פון בתי מדרשים

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

מאפין
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 07, 2018 12:23 pm

כאראקטערן פונעם חסידישע דיזיין און געבוי פון בתי מדרשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאפין »

איך לערן זיך ארכיטעקטור און אלס חלק פון א פראיעקט דארף איך אויסוועלען א סיטי אדער טאון און אנאליזירן די עקזיסטירינדע conditions און אויפקומען מיט איינפאלן און פלענער וויאזוי צו פארבעסרן די געבוי פון די שטאט (urban planning) און די quality of living. איך האב געקלערט צו אויסוועהלן קרית יואל ווייל אין קרית יואל בויט מען גאר אנדרעש ווי מען בויט אין אנדערע subruban געגענטער, סיי מיט מאטיריאל און סיי און סטייל.

בעפאר איך גיי אריין און פרטים וועגן דעם געבוי פון שטעטל האב איך געוואלט אויסשמועסן א מער כלליות'דיגע נושא.

קוקנדיג אויף חסידישע דעוואלאפמענטס פון אן ארכיטעקטור'ס ווינקל, איז מיר אינטערעסאנט געווען צו אויפמערקן געוויסע נקודות וואס איז א distinct חסידישע ארכיטעקטור. צום ביישפיל, אלע חסידישע דעוועלאפמענטס בויען די פארטשעס אפגערוקט איינס העכער אנדערן פאר די סוכות. מיר זענען צוגעוואוינט דערצו, און מיר קלערן נישט אריין. אבער אז מען וועט פרעגן א גוי וועט ער כמעט זיכער מיינען אז עס איז געמאכט פאר די aesthetic שבו. אזוי איז מסתמא דא נאך אסאך זאכן וואס מיר זענען געוואוינט צו זען אבער א דרויסענדיגער וועט נישט בייפאלן די אמת'ע סיבה.

וועלעכע נאך זאכען קען מען ווייזען מיט די פינגער וואס מאכט ארקיטעקטור 'חסידישע ארקיטוקטור'?

נאך א זאך: רובא דרובא היימישע שולען ווערן היינט צוטאגס דעזיינט אין די קלאסישע סטייל, דהיינו מיט רונדיכיגע פענסטער, זיילן, וכו' וכו'. אויב מען קוקט אויף די שולען און בניני המוסדות פון פערציג יאר צוריק זעט מען אז מען פלעגט נישט בויען אזוי. צום ביישפיל, ראדני, ביהמ"ד הגדול ק"י האבן נישט די כאראקטערן פון די היינטיגע בתי מדרשים. אזוי ווייט אז די נייע חלק פון ביהמ"ד ק"י לויפט גאר אנדערש פונעם אלטן חלק (זעה בילדער). וואס האט צוגעברענגט די טויש אין דיזיין ביי בתי מדרשים וכדו?
אטעטשמענטס
old and new shuls.png
old and new shuls.png (508.11 KiB) געזען 4817 מאל
צולייגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4138
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

כ'ווייס נישט ווער עס איז געווען דער ערשטער אזוי צו בויען בכלליות.

אין וויליאמסבורג איז ביהמ"ד סאטמאר מוירטל געווען די ערשטע שוהל צו געבויט ווערן (אבן הפינה ל"ג בעומר תשס"ב, חנוכת הבית כ"ג חשון תשס"ו) אויף דעם סטייל, ווערנדיג געבויט דורך הנגידים משפ' ר' יעקב נחמי' יאקאבאוויטש ע"ה. עס איז געווען א בייז וואונדער בשעתו, און האט געצויגן אסאך נייגער און קריטיק צוגלייך...
א געשפעט האב איך
פארטראכטער
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 2:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארטראכטער »

זייער א שיינע געדאנק!
שרייב ווייטער.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

צולייגער האט געשריבן: כ'ווייס נישט ווער עס איז געווען דער ערשטער אזוי צו בויען בכלליות.

אין וויליאמסבורג איז ביהמ"ד סאטמאר מוירטל געווען די ערשטע שוהל צו געבויט ווערן (אבן הפינה ל"ג בעומר תשס"ב, חנוכת הבית כ"ג חשון תשס"ו) אויף דעם סטייל, ווערנדיג געבויט דורך הנגידים משפ' ר' יעקב נחמי' יאקאבאוויטש ע"ה. עס איז געווען א בייז וואונדער בשעתו, און האט געצויגן אסאך נייגער און קריטיק צוגלייך...

מוירטל איז שוין גאר מאדערן געבויט, סאטמאר מאנסי איז נישט געווען פריער?

אין מאנסי אגב האט מען בטעות געמאכט די פענסטערס דריי-עקיג אנשטאט רינדכיג, אינעווייניג האט מען עס געטוישט און דארט איז יא רינדכיג.
דער קאמפיין איז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלען זענען נאך מעגליך אקטועל
אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלמוני »

סאטמאר מאנסי חנוכת הבית איז אויך געווען חשון ס״ו
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3804
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע:צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

פארטראכטער האט געשריבן: זייער א שיינע געדאנק!
שרייב ווייטער.
אפילו ווען ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד, ליגט אויף יעדן בראדער איינוואינער א פליכט צו שוייגן.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3717
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איז עס נישט א פשוטע טויש אין די אלגעמיינע וועלט פון בויען בנינים? איז די דאזיגע סטייל א חידוש בלויז אין די אידישע וועלט, אדער איז דאס פשוט געווארן די מאדערנע סטייל נאציאנאל.
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

אין עיר התורה והחסידות בארא פארק איז שוין דא אזוינע שולן פון בעפאר ס"ז, מונקאטש, אונגוואר, ספינקא 56, ספינקא 18, וויזניץ - ווילחאוויץ, סאטמאר 53, באבוב אויף די 48 זייט, אויך 47 די זייט פון די סוכה, ישיבת גור אויף 16, ועוד.

ישיבה תורה תמימה אויף אוישן פארקוויי האט שוין דעם היכן פענסטער דיזיין פאר 30 יאר אדער מער.
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4595
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

צולייגער האט געשריבן: כ'ווייס נישט ווער עס איז געווען דער ערשטער אזוי צו בויען בכלליות.

אין וויליאמסבורג איז ביהמ"ד סאטמאר מוירטל געווען די ערשטע שוהל צו געבויט ווערן (אבן הפינה ל"ג בעומר תשס"ב, חנוכת הבית כ"ג חשון תשס"ו) אויף דעם סטייל, ווערנדיג געבויט דורך הנגידים משפ' ר' יעקב נחמי' יאקאבאוויטש ע"ה. עס איז געווען א בייז וואונדער בשעתו, און האט געצויגן אסאך נייגער און קריטיק צוגלייך...

לכאורה איז וויזניץ אויף 6 לי געווען די ערשטע געבויט צו ווערן אין ווילי מיט דע סטייל. אגב, ביקסאד איז שוין אויך געבויט געווארן מיט דע סטייל נאר אויף א קלענרן פארנעם.
מאפין
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 07, 2018 12:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאפין »

צולייגער האט געשריבן: כ'ווייס נישט ווער עס איז געווען דער ערשטער אזוי צו בויען בכלליות.

אין וויליאמסבורג איז ביהמ"ד סאטמאר מוירטל געווען די ערשטע שוהל צו געבויט ווערן (אבן הפינה ל"ג בעומר תשס"ב, חנוכת הבית כ"ג חשון תשס"ו) אויף דעם סטייל, ווערנדיג געבויט דורך הנגידים משפ' ר' יעקב נחמי' יאקאבאוויטש ע"ה. עס איז געווען א בייז וואונדער בשעתו, און האט געצויגן אסאך נייגער און קריטיק צוגלייך...


אינטערעסאנט. וואס איז געווען די קריטיק?
מאפין
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 07, 2018 12:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאפין »

ר' יום טוב האט געשריבן: איז עס נישט א פשוטע טויש אין די אלגעמיינע וועלט פון בויען בנינים? איז די דאזיגע סטייל א חידוש בלויז אין די אידישע וועלט, אדער איז דאס פשוט געווארן די מאדערנע סטייל נאציאנאל.


וויפיל נישט-יידישע (ליין חרדישע) בניינים פון די לעצטע 70 יאר קענסטו מיר ווייזען וואס קוקען אויס אפילו ענדליך צו ראדני אדער דער נייער חלק פון גרויסען בית מדרש און ק"י?

ס'איז קלאר אז ביי חסידים בויט מען אנדרעש ווי אין די אלוועלטלעכער גאס. די פראגע איז פארוואס? איז עס מחמת חוקת הגוי? חדש אסור מן התורה? דער אלטער היים? אדער סתם, דאס איז די סטייל וואס חסידים האבען ליב?

מיין עיקר פראגע אבער איז: פארוואס איז די אויבערדערמאנטער סיבה (איזה סיבה שיהיה) נאר רעלאווענט אין די לעצטע 20 יאר? פארוואס איז דער גרויסער ק"י ביהמ"ד נישט געבויט געווארן לכתחילה ווי דעם נייער אפטיילונג? וואס האט זיך גענדערט ביי אונדז אין די לעצטע דרייסיג יאר וואס האט געפירט צו דעם טויש?

נ.ב. איינער דא ווייסט ווער ס'איז געווען די ארכיטעקט פון גרויסען בית מדרש אין ק"י?
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7204
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

עס איז דא א לאנגע ליסט פון זאכן וואס איז אנדערש ביי א איד

גרויסע קאך

מעסטער בעדרומס - גרויס

חוץ פשוט מער בעדרומס וועט א גויאישע הויז האבן רוב דערפון ליווינג עריע מיט ווייניג פאקוס אויף די שלאף שטובער, קאך, דיינינג רום וכו׳

לגבי די עקסטיריער

רוב אלטע שטאטישע בתי מדרשים אין אונגארן זענען געקומען מיט די גרויסע פענסטער די חסידישע אפשר נישט.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע:אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

נישטאמת האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן: כ'ווייס נישט ווער עס איז געווען דער ערשטער אזוי צו בויען בכלליות.

אין וויליאמסבורג איז ביהמ"ד סאטמאר מוירטל געווען די ערשטע שוהל צו געבויט ווערן (אבן הפינה ל"ג בעומר תשס"ב, חנוכת הבית כ"ג חשון תשס"ו) אויף דעם סטייל, ווערנדיג געבויט דורך הנגידים משפ' ר' יעקב נחמי' יאקאבאוויטש ע"ה. עס איז געווען א בייז וואונדער בשעתו, און האט געצויגן אסאך נייגער און קריטיק צוגלייך...

לכאורה איז וויזניץ אויף 6 לי געווען די ערשטע געבויט צו ווערן אין ווילי מיט דע סטייל. אגב, ביקסאד איז שוין אויך געבויט געווארן מיט דע סטייל נאר אויף א קלענרן פארנעם.

וויזניץ לי איז געווען נאך מוירטעל, אין האבן אסאך גענאשט פון מוירטל.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

זייער א אינטרעסאנטע און יוניק אשכול!
מברויך לכאורה צוריקקוקען צו די אלטע היים, וויזוי מפלעגט אמאל בויען.
למשל די שול אינדערהיים אין סאקמאר איז געווען גאנץ אנדערש ווי די היינטיגע שוהלן, ס'האט פארמאגט אזוינע הויעכע מאיעסטעטישע זיילען, וואס איז אביסעל ענדליך צו די גריכישע ארקיטעקטור. כאב שוין פון לאנג געטראכט אז ס'איז א שאד מבויט נישט אזוינע שוהלען.
סאיז דא א גרויסע רבי אין ירושלים וואס האט נאכגעמאכט די שוהל פון זייערע חסידות אינדערהיים, און סטאקע מוראדיג שיין פונדרויסען.
מדינא דשו"ע ברויך א בית כנסת זיין די העכסטע בנין אין שטאט!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12275
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

נישט פארדרייען די אשכול ביטע
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6384
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

די אמאליגע שוהלן, אפילו דא אין ניו יארק האט מען געבויעט גרויס, לופטיג און ריזן פענסטער. דאס האט געהאט אזוי צוליב עטליכע אורזאכן. קודם כל איז געווען פלאץ אביסל נישט אזוי אנגעצויגן ווי היינט. און דערצו האט מען געוויסע טראדיציאנעלע זאכן געמאכט מיט אביסל עהרע, איין דוגמא איז די בתי חיים..

נאכער ברויך מען רעכענען אז מען האט געברויכט האבן לופטיגע שוהלן און זיך נישט פארלאזט אז מען גייט האבן א גוטער עיר קאנדישאן אדער ווענטילעישאן סיסטעם. האט געברויכט זיין גרויסע חלל פאר די לופט צירקולאציע און ריזן פענסטער פאר ליכטיגקייט און לופט.

ווען פלאץ האט אנגעהויבן שפילן א ראלע און מען האט זיך געקענט אן עצה גיבן מיט פשוט'ערע דעזיינס דורך לייגן אסאך לעקטער און גוטן עיר קאנדישאן האט מען טאקע אזוי געטאהן. און דערפאר האט מען אין די סויבוירבס אייביג געקענט בויען מעכטיגער ווי אין די ישיבת כרכים קשים. אבער כהיום ווען אידן לאזן זיך קאסטן לפאר ולרומם בית ה', די בתי מקדש מעט, האט מען זיך צוריק גענומען צו די שיינע ארכיטעקטור.
ידעתי
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

מוירטל איז דאכט זיך געווען די ערשטע בנין אין יארן צו ווערן געבויט פאר א שול פון scratch. (אין וויליאמסבורג)

Correct me if I'm wrong
לעצט פארראכטן דורך ידעתי אום זונטאג אקטאבער 21, 2018 7:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אומפארשטענדליך
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 4:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומפארשטענדליך »

נו אויב אזוי פארוואס האט קרית יואל נישט געבויט די הויכע רינדעכיגע
פענסטער'ס ווי היינט, זיי האבן געהאט גענוג פלאץ?
באמת איז מיין קשיא פארקערט, פארוואס האט מען נישט צוגעפאסט די נייע חלק צום אלטן. פאר זיך איז ער אפשר שיין, אבער אזוי ווי עס איז יעצט קוקט עס עפעס אויס ווי א פיפטער ראד. איך מיין מען וואלט עס געקענט בויען עס זאל בעסער אויסקוקן ווי א חלק פון די ארגינעלע געבוי.
#דעתי הענווה
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

איך מיין אז די אווארד פאר אומגעלונגענע צוגעבויעטע שוהלען קומט זיך פאר קהל תורת חיים וויזשניץ מאנסי
ס'איז עפעס מוראדיג משונהדיג געבויהט, ווער קען אהערברענגען אפאר בילדער.
אומפארשטענדליך
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 4:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומפארשטענדליך »

גולם פון פראג האט געשריבן: זייער א אינטרעסאנטע און יוניק אשכול!
מברויך לכאורה צוריקקוקען צו די אלטע היים, וויזוי מפלעגט אמאל בויען.
למשל די שול אינדערהיים אין סאקמאר איז געווען גאנץ אנדערש ווי די היינטיגע שוהלן, ס'האט פארמאגט אזוינע הויעכע מאיעסטעטישע זיילען, וואס איז אביסעל ענדליך צו די גריכישע ארקיטעקטור.

דו מיינסטו דאס?
Satu Mare.jpg
Satu Mare.jpg (198.25 KiB) געזען 3234 מאל
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2969
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

גולם פון פראג האט געשריבן: איך מיין אז די אווארד פאר אומגעלונגענע צוגעבויעטע שוהלען קומט זיך פאר קהל תורת חיים וויזשניץ מאנסי
ס'איז עפעס מוראדיג משונהדיג געבויהט, ווער קען אהערברענגען אפאר בילדער.

זיי האבן דארט געוואלט פערזערווירן א חלק פונעם שול ווי די אמרי חיים האט נאך געדאווענט. זיי האבן וועגן דעם איבערגעלאזט די מזרח וואנט פונעם אלטן בנין.

אלענפאלס איז די וויזניצע בית מדרש איינע פון די שענסטע, אדער סאמע שענסטער שוהלן אין וויליאמסבורג
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1628
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

אמרי חיים געדאווענט אין מאנסי?
אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1401
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי וויל איך »

פעטער שמואל האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן: איך מיין אז די אווארד פאר אומגעלונגענע צוגעבויעטע שוהלען קומט זיך פאר קהל תורת חיים וויזשניץ מאנסי
ס'איז עפעס מוראדיג משונהדיג געבויהט, ווער קען אהערברענגען אפאר בילדער.

זיי האבן דארט געוואלט פערזערווירן א חלק פונעם שול ווי די אמרי חיים האט נאך געדאווענט. זיי האבן וועגן דעם איבערגעלאזט די מזרח וואנט פונעם אלטן בנין.

אלענפאלס איז די וויזניצע בית מדרש איינע פון די שענסטע, אדער סאמע שענסטער שוהלן אין וויליאמסבורג

ער רעדט פין מאנסי אין די רעדסט פין ווילי.
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2969
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

shalsheles האט געשריבן: אמרי חיים געדאווענט אין מאנסי?

'קהל תורת חיים וויזשניץ' איז אין וויליאמסבורג. דעריבער האב איך פארשטאנען אז ער רעדט פון יענעם שוהל.

מאנסי שול אין שיכון כתר איז 'קהל אמרי חיים' און די נייע שול הייסט לבוש מרדכי.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2963
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

אה... דערפרישענדער אשכול!
זקן מלא רחמים.
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”