ר' יום טוב האט געשריבן:
איז עס נישט א פשוטע טויש אין די אלגעמיינע וועלט פון בויען בנינים? איז די דאזיגע סטייל א חידוש בלויז אין די אידישע וועלט, אדער איז דאס פשוט געווארן די מאדערנע סטייל נאציאנאל.
וויפיל נישט-יידישע (ליין חרדישע) בניינים פון די לעצטע 70 יאר קענסטו מיר ווייזען וואס קוקען אויס אפילו ענדליך צו ראדני אדער דער נייער חלק פון גרויסען בית מדרש און ק"י?
ס'איז קלאר אז ביי חסידים בויט מען אנדרעש ווי אין די אלוועלטלעכער גאס. די פראגע איז פארוואס? איז עס מחמת חוקת הגוי? חדש אסור מן התורה? דער אלטער היים? אדער סתם, דאס איז די סטייל וואס חסידים האבען ליב?
מיין עיקר פראגע אבער איז: פארוואס איז די אויבערדערמאנטער סיבה (איזה סיבה שיהיה) נאר רעלאווענט אין די לעצטע 20 יאר? פארוואס איז דער גרויסער ק"י ביהמ"ד נישט געבויט געווארן לכתחילה ווי דעם נייער אפטיילונג? וואס האט זיך גענדערט ביי אונדז אין די לעצטע דרייסיג יאר וואס האט געפירט צו דעם טויש?
נ.ב. איינער דא ווייסט ווער ס'איז געווען די ארכיטעקט פון גרויסען בית מדרש אין ק"י?
לעניות דעתי האט עס מיט די קאנסטראקשען און ריעל עסטעיט מארקעט. נאך די קריג זענען די אונגערישע אידן אריין אין ביזנעס, קיינער האט נישט געבויעט. ביז תש''נ איז כמעט נישט געווען קיין איין נייע נוי בילדינג אין וויליאמסבורג, מ'האט געקויפט א אלטע הויז און רענעווירט. און ביי שולן איז געווען בערך די זעלבע. ס'קיינעם נישט בייגעפאלן אריין צו לייגן קאפ אין מוח אין דיזיין שניידן פענסטער רינדיג וכדו'. מערסטענס זענען די השגות געגאנגען אויף א שטיקל מארבל אויפ'ן מזרח וואנט.
תש''נ בערך האבן זיך זאכן אנגעהויבן טוישן, וויליאמסבורג האט אנגעהויבן זעהן דעוועלאפמענטס א שטייגער ווי די פאז, מיניסעפול, דער עולם איז צוביסלעך אריין אין קאנסטראקשען און ריעל עסטעיט. מ'האט אנגעהויבן בויען אין גרויסן און ספענדן אויף דיזיין, און די שולן זענען נאכגעוואקסן.
נאך א זאך: רובא דרובא היימישע שולען ווערן היינט צוטאגס דעזיינט אין די קלאסישע סטייל, דהיינו מיט רונדיכיגע פענסטער, זיילן, וכו' וכו'. אויב מען קוקט אויף די שולען און בניני המוסדות פון פערציג יאר צוריק זעט מען אז מען פלעגט נישט בויען אזוי. צום ביישפיל, ראדני, ביהמ"ד הגדול ק"י האבן נישט די כאראקטערן פון די היינטיגע בתי מדרשים. אזוי ווייט אז די נייע חלק פון ביהמ"ד ק"י לויפט גאר אנדערש פונעם אלטן חלק (זעה בילדער). וואס האט צוגעברענגט די טויש אין דיזיין ביי בתי מדרשים וכדו?
איך קען עס נישט גלויבן: אבער, די מענטשען, וואס האבן דיזיינט, דעם נייער חלק פון דעם גרויסע ביהמ"ד אין ק"י, האבען נישט געכאפט וואס דער ביהמ"ד קונסט פּלאַן (Architectures View) פון די אַלט חלק, איז דיזיינט געווארען
ער האט נישט געזען, אין פאַרשטאנען, אז א גאר גרויסן חלק פינעם בולדינג'ס אויסזען, טאקע נאר די 8-9 זוילן, (אין די 9טע די מיטעלסט, די גאר גרויסער אין מעכטיגע הויעך'ע זויל) אבער די רושם (impression) פינעם בולדינג געט זייער א שטארקען "טאן", אז סע איז געבויט געווארען, טרייענגל (Triangle)

[image][/image]
עס קען נישט גלויבן; אָבער די מענטש וואס האבן געמאכט די ניי טייל פון די גרויסע שול, ביהמ"ד הגדול ק"י ווייסט נישט וואָס די שול קונסט פּלאַן פון די אַלט חלק איז
האט ער נישט געזען צו פאַרשטיין אַז די גאנצע בולדינג איז געבויט דורך triangle design דרייענגל ??
די נייע, צו די אַלטע פּלאַן מעטשען אינגאנצן נישט אין מיין אויגן ער איז נישט אַ דיזיינער
גולם פון פראג האט געשריבן:
זייער א אינטרעסאנטע און יוניק אשכול! מברויך לכאורה צוריקקוקען צו די אלטע היים, וויזוי מפלעגט אמאל בויען
איך גלייב אז די שטאטישע שול אין די שטאט סאטמאר איז אין די Moorish סטייל (די סטייל איז ענדליך צו מוסלימישע- ספאנישע געביידעס פון די מיטל אלטער). די Moorish סטייל איז געווען סטייליש אין די גבוי פון שולען במשך די ענדע ניינצהען יארהונדרעט און אין די אנפאנג פון צוואנציג יארהונדרעט, אין באַזונדער אין די אונגארישע און דייטש ריידענדע שטעט פון די עסטרייַך-אונגארן מלוכה (זעה בילדער).
איך מיין אז די היינטיגע חסידישע שולען ניצען עלעמענטן פון די רענעסאַנס און באַראָוק ארקטעקטור וואס איז געניצט געווארן אין אסאך שולען אין פוילען און אוקריינע (גאליציע) (זעה בילדער)
איז יעצט די פראגע: פארוואס (אין די פאל פון סאטמאר) זיך ווענדען צו די סטייל פון שולען איז גאליציע און נישט צו די שולען אין אנגארען ווי סיגעט און סאטמאר?
shalsheles האט געשריבן:
אמרי חיים געדאווענט אין מאנסי?
'קהל תורת חיים וויזשניץ' איז אין וויליאמסבורג. דעריבער האב איך פארשטאנען אז ער רעדט פון יענעם שוהל.
מאנסי שול אין שיכון כתר איז 'קהל אמרי חיים' און די נייע שול הייסט לבוש מרדכי.
מיר באציהען זיך צום וויזשניצע שוהל אין מאנסי. ספארמאגט א הערליכע שיינע טויער ביים אריינגאנג, נאר די אריינגאנג איז אין בעק פון די געביידע און מען קאן עס נישט זען פון גאס!
ווען מ'האט געבויט דעם בנין פארן כולל אין קר"י, האבן די פארפירערס פארפירט אז דער מגדל פון אויבן איז נישט אין איינקלאנג מיט תקנות מיהאלעוויטץ...... אולי פאר דעם האט מען טאקע אין סאטמאר נישט געבויט די סטייל פון סאטמאר אינדערהיים, וואס האט לכאורה דעם זעלבן פראבלעם, ודי בזה להזוכרים את השערוריה....
ראספשע האט געשריבן:
ווען מ'האט געבויט דעם בנין פארן כולל אין קר"י, האבן די פארפירערס פארפירט אז דער מגדל פון אויבן איז נישט אין איינקלאנג מיט תקנות מיהאלעוויטץ...... אולי פאר דעם האט מען טאקע אין סאטמאר נישט געבויט די סטייל פון סאטמאר אינדערהיים, וואס האט לכאורה דעם זעלבן פראבלעם, ודי בזה להזוכרים את השערוריה....
נאך א זאך: רובא דרובא היימישע שולען ווערן היינט צוטאגס דעזיינט אין די קלאסישע סטייל, דהיינו מיט רונדיכיגע פענסטער, זיילן, וכו' וכו'. אויב מען קוקט אויף די שולען און בניני המוסדות פון פערציג יאר צוריק זעט מען אז מען פלעגט נישט בויען אזוי. צום ביישפיל, ראדני, ביהמ"ד הגדול ק"י האבן נישט די כאראקטערן פון די היינטיגע בתי מדרשים. אזוי ווייט אז די נייע חלק פון ביהמ"ד ק"י לויפט גאר אנדערש פונעם אלטן חלק (זעה בילדער). וואס האט צוגעברענגט די טויש אין דיזיין ביי בתי מדרשים וכדו?
איך קען עס נישט גלויבן: אבער, די מענטשען, וואס האבן דיזיינט, דעם נייער חלק פון דעם גרויסע ביהמ"ד אין ק"י, האבען נישט געכאפט וואס דער ביהמ"ד קונסט פּלאַן (Architectures View) פון די אַלט חלק, איז דיזיינט געווארען
ער האט נישט געזען, אין פאַרשטאנען, אז א גאר גרויסן חלק פינעם בולדינג'ס אויסזען, טאקע נאר די 8-9 זוילן, (אין די 9טע די מיטעלסט, די גאר גרויסער אין מעכטיגע הויעך'ע זויל) אבער די רושם (impression) פינעם בולדינג געט זייער א שטארקען "טאן", אז סע איז געבויט געווארען, טרייענגל (Triangle)
די ווייסע שטיינער מאכען נישט דעם גאצן מעכטיגן אויסזען, זיכער גאר א גרויסע חלק, אבער וויפיל האבען געוויסט צי זאגען, אז עס אז עס קימט פינעם supreme court building in manhattan
די נייע, צו די אַלטע מעטשען אינגאנצן נישט
אין מיינע אויגן ער איז נישט קיין דיזיינער, ווייל סע פעלט די טרייענגל חלק
גוגל איבערזעצן ווייס נישט מאַכן גוטע אַרבעט
איך לייג דא צו בילדער
קלאָצקאָפּ: זענט איר אפשר די יעצטיגע דיזיינער.? פערביר זיך צו האלטען דא , צו די נושא פין דיזייניג (designing subject)
(btw די שמעקסט פיין... איך האב טאקע נישט געהאט א אידישן קיבארד דאן .. איך פארעכט עס יעצט
ראספשע האט געשריבן:
ווען מ'האט געבויט דעם בנין פארן כולל אין קר"י, האבן די פארפירערס פארפירט אז דער מגדל פון אויבן איז נישט אין איינקלאנג מיט תקנות מיהאלעוויטץ...... אולי פאר דעם האט מען טאקע אין סאטמאר נישט געבויט די סטייל פון סאטמאר אינדערהיים, וואס האט לכאורה דעם זעלבן פראבלעם, ודי בזה להזוכרים את השערוריה....
די טורעם איז אראפגענומען געווארן ע"פ פקודת מרן בעל ברך משה נאכדעם וואס ער האט עס געזען ביים שפאצירן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]