כאראקטערן פונעם חסידישע דיזיין און געבוי פון בתי מדרשים
בעפאר איך גיי אריין און פרטים וועגן דעם געבוי פון שטעטל האב איך געוואלט אויסשמועסן א מער כלליות'דיגע נושא.
קוקנדיג אויף חסידישע דעוואלאפמענטס פון אן ארכיטעקטור'ס ווינקל, איז מיר אינטערעסאנט געווען צו אויפמערקן געוויסע נקודות וואס איז א distinct חסידישע ארכיטעקטור. צום ביישפיל, אלע חסידישע דעוועלאפמענטס בויען די פארטשעס אפגערוקט איינס העכער אנדערן פאר די סוכות. מיר זענען צוגעוואוינט דערצו, און מיר קלערן נישט אריין. אבער אז מען וועט פרעגן א גוי וועט ער כמעט זיכער מיינען אז עס איז געמאכט פאר די aesthetic שבו. אזוי איז מסתמא דא נאך אסאך זאכן וואס מיר זענען געוואוינט צו זען אבער א דרויסענדיגער וועט נישט בייפאלן די אמת'ע סיבה.
וועלעכע נאך זאכען קען מען ווייזען מיט די פינגער וואס מאכט ארקיטעקטור 'חסידישע ארקיטוקטור'?
נאך א זאך: רובא דרובא היימישע שולען ווערן היינט צוטאגס דעזיינט אין די קלאסישע סטייל, דהיינו מיט רונדיכיגע פענסטער, זיילן, וכו' וכו'. אויב מען קוקט אויף די שולען און בניני המוסדות פון פערציג יאר צוריק זעט מען אז מען פלעגט נישט בויען אזוי. צום ביישפיל, ראדני, ביהמ"ד הגדול ק"י האבן נישט די כאראקטערן פון די היינטיגע בתי מדרשים. אזוי ווייט אז די נייע חלק פון ביהמ"ד ק"י לויפט גאר אנדערש פונעם אלטן חלק (זעה בילדער). וואס האט צוגעברענגט די טויש אין דיזיין ביי בתי מדרשים וכדו?
- אטעטשמענטס
-
- old and new shuls.png (508.11 KiB) געזען 4818 מאל