ספר 'המדריך' והפולמוס אודותיו
די רעדע איז איבער א ספר וועלכע איז ערשינען אין דייטשלאנד בשנת תרמ"ב, ע"י הרה"ג ר' אברהם זינגער ואחיו הרה"ג ר' בנימין זינגער, דער געבוי פון ספר המדריך איז געווען צאמגעקליבענע מאמרי חז"ל און סוגית הש"ס עם פי' רש"י, בתוספת ביאור קל וקצר אויסגעשטעלט בצורת הגמרא.
דער ציהל פונעם ספר איז כלשונו פונעם מחבר "לצורך המתחילים בלימוד משנה וגמרא להגד אותם עפ"י דרכם והשגתם ולהדריכם עפ"י משפטי הלימוד במסילה העולה בית א-ל".
גראד אין די ערשטע מהדורא בשנת תרמ"ב איז עס געווען מעוטר בהסכמת רבות ונכבדות, המשבחים ומפארים מעשי הספר ומחברו, אבער נישט לאנג דערויף איז ארויסגעקומען א קול קורא פון כמה וכמה רבנים וצדיקים ממדינת אונגארן מיט אן איסור אויפן ספר המדריך.
א נייע מהדורא פון 'המדריך' איז געדרוקט געווארן בשנת תרס"ב מיט א צאהל פרישע הסכמות פון גדולים ומנהיגים, א פאקט וואס מאכט נאך מעהר אומקלאר די פרשה.
קוקט אויס אז ס'דא אסאך צו לערנען אויף דעם גאנצען מעשה, פרטים זענען אומקלאר, און ס'פעלט די פאזעל ארויסצוהאבן וואס דארט האט זיך אפגעטוהן. לאמיר זעהן וואס אונזערע ידענים דא האבן מוסיף צו זיין און צונעמען די זאך.
די שער בלאט פון מהדורת תרס"ב: