וואס איז אייער פרעדיקשען צו די בעפארשטייענדע וואלען?
די וואלען פון 2018 איז שוין אט אט דא און עס איז גוט צו מאכען א קורצע סך הכל וואס מען ווייסט היינט, אזוי אז מען זאל דאס קענען צוגלייכען צו וואס מען גייט געוואר ווערן דינסטאג נאכט הבא עלינו לטובה נאוועמבער 6.
יעדע עלעקשאן איז א נייע בריאה וואס איז נאך קיינמאל נישט געוועהן און וועט נישט פאסירען נאכאמאל, עס איז יוניק צו די פרעזידענט צו זיינע פאליסיס, די קאנדידאטען און זייערע קעגנער און צו די נייעס פון אלעס ארום.
איך האב געשאצט בעפאר די 2016 עלעקשאן דא אויף אייוועלט אז קלינטאן גייט האבען 52.5 פראצענט אויף די וואוט ווערסעס 47.5 פאר טראמפ (נישט רעכענעדיג די אנדערע פארטייען פארשטייט זיך) עס איז גאנץ נאנט צו וואס עס האט למעשה פאסירט, די בעסטע וועג וויאזוי מען קען דאס רעכענען איז דורעך מאכען א סך הכל פון אביסעל היסטאריע, אביסעל נייעס, אביסעל פאולס און בעיקר די אינטרעסע פון די וויילער.
די סיבות פארוואס די רעפובליקאנע פארטיי זאל האבען פארלוסטען זענען ווי פאלגענד:
1. די היסטאריע ווייזט אז די פרעזידענטס פארטיי דערלייגט זיצען אין די ערשטע מידטוירם
2. די פרעזידענטס נידריגע עפראוועל רעיטינגס ווייזט אויף א אומצופרידענהייט און זיין ארבייט און אין זיין ביהעוויער.
3. די רעפובליקאנע זענען דורעכגעפאלען מיט העלטקעיר און אימיגרעישאן וואס ווייזט אויף אומקאמפעטענץ אין פירערשאפט.
4. די רעפובליקאנע האבען געהאט א אויסערגעווענליך הויעכע ראטע פון ריטייערטע מיטגלידער וואס מאכט אז די רעפובליקאנע וואס לויפען אויף זייערע פלעצער זענען אומבאקאנט.
5. די נייעס ארום די פרעזידענט און די רעפובליקאנע פארטיי איז זייער נעגאטיוו, וואס ברענגט ארויס דעמאקראטען און שפארט איין רעפובליקאנע אינדערהיים.
6. די פרעזידענט האט נאך דערווייל נישט אנגעצויגען מער שטומען ווי די קעגנערישע פארטיי, אין 2016 האט טראמפ פארלוירען די מאיאריטעט שטומען מיט גאר גרויסע פראצענטען און יעדע פראצענט ווייניגער פון בעפאר מאכט אים פארלירען נאך גרעסערע שטיקער לאנד.
7. די רעפובליקאנע פארטיי האט נישט אויפגעטריבען קיין גרויסע געלטער, וואס ווייזט אויף אראפגעלאזטע נעזער.
8. די שנאה צו טראמפ פון די דעמאקראטישע פארטיי איז אזוי הויעך און דאס ברענגט גאר א סך ענטוזיאיסטישע דעמאקראטישע וויילער.
9. אפאר רעפובליקענס זענען לעצטענס געווארען אנגעקלאגט אויף קרימינאלע אקטיוויטעטן וואס ברענגט אז רעפובליקאנע זאלען נישט ארויסקומען צו די שטום בודקעס.
די אלע זאכען ברענגט ארויס די דעמאקראטען אין שווערע נאמבערס צו די וואלען בודקעס מיט א געוואלדיגע שטארקייט, די עיקר פאר זיי איז אז מען מיז דא צוריק געווינען די פרעזידענסי פון אזא סכנהדיגע מענטש און די פרעזידענטס שלעכטע רעטאריק פאמפט אויסערגעווענליכע העצע און די איינציגסטע וועג אים צו באקעמפען איז ביי די שטום בודקעס.
ווען מען שטעלט זיך ווען אפ דא וואלט איך ווען געשאצט אז די פרעזידענט וואס האט אנגעצויגען אין די נידריגע פערציגער אלס קאנדידאט, און יעדע פון די אויבען דערמאנטע סיבות ציפט אראפ נאך א פראצענט פון די רעפובליקאנע און די דעמאקראטען גייען ארויף אנטקעגן דעם מיט א פראצענט גייען די דעמאקראטען פליפען 70+ זיצען אין קאנגרעס און געווינען מאיאראטעט אין סענאט 52-53 צו די רעפובליקאנע 47-48 זיצען.
אבער אבער אבער עס איז דא עטוואס האפענונג פאר די פרעזידענט און זיין פארטיי, און די סיבות פארוואס די רעפובליקאנע פארטיי זאל נישט דערלייגען אזוי פיהל זיצען זענען ווי פאלגענד:
1. פארקערט ווי אנדערע פרעזידענטן איז טראמפ א דעליווערי גיי, ער דעליווערט אדער פארקויפט אז ער דעליווערט פאר זיין פארטיי סך מער ווי די פריערידיגע פרעזידענטן.
2. די נעווער טראמפערס וואס האבען געהאלטען אז טראמפ איז א סכנה און ״וועט נישט באקומען מיין וואוט״ האבען זיך שוין בארואיגט און וועלן גיין וואוטען פאר זייער רעפובליקאנע קאנגרעסמאן ווייל ער איז דאך נאך אלעם א רעפובליקען.
3. די קעווענאו היערינגס האט געברענגט אז רעפובליקאנע וויילער זאלען זיך אויפוועקן צו וואס עס גייט פאסירען אויב די דעמאקראטען געווינען די סענאט און אז עס גייט מער נישט קענען ווערן באשטעטיגט רעכטע ריכטער.
4. די דעמאקראטישע פארטיי האט נישט קיין מעסעדזש א חוץ: האב פיינט טראמפ ווייל ער רעדט נישט שיין.
5. פאליסיווייז איז דער פרעזידענט אין צענטער פון רוב אמעריקע און דאס מאכט די דעמאקראטען אוממעגליך צו קאמפיעטען אויף פאליסי.
דאס קען ברענגען - און דאס איז מיין פרעדיקשען - אז דער פרעזידענט זאל קענען ארויסברענגען זיין פארטיי גענוג שטארק אויף אנצוהאלטען א 50-51 מעזשארעטי אין סענאט און אין קאנגרעס גייען די דעמאקראטען פליפען ארום דרייסיג זיצען.
מען האט זיך דא געטענה׳ט וואס עס הייסט א וועיוו, אין מיין אפיניען איז די וועיוו שוין געשעהן ווען יעדער זעהט היינט צוטאגס אז קאנגרעס גייט פליפען אבער אויב די עפטער שאק גייט קומען אז די דעמאקראטען גייען פליפען מער ווי דריייסג זיצען וואס דאס איז א מעכטיגע סטעיטמענט פון רוב לאנד: מיסטער פרעזידענט מאך דיר נישט באקוועם דארט ווייל מיר זענען ״נישט״ צופרידען פון דיר.
די רעפובליקענס האבען אבער שוין גרייט א שיינעם ניגון וואס איז טאקע גאנץ א גוטע ניגון, באראק אבאמא די מערסט באליבטע פרעזידענט מיט די ענדלאזע פאזיטיווע דעקונג פאר אים און פאר זיין פארטיי האט דערלייגט 60+ זיצען און טראמפס פארטיי פארלירט אינטער 40 זיצען איז דאך שוין טראמפ אין א בעסערע שעיפ ווי אבאמא אין דעם הינזיכט און דאס גייט געבען טראמפ די פייער צו גיין ווייטער פאר נאך צוויי יאר און האפען פאר א טויש אין 2020 וואס דארט האט ער מער האפענונג ווי די איצטיגע עלעקשאן.
אזוי זעהט עס מיר אויס כהיום יום די לענדסקעיפ פון די רעיס.
נ.ב. א נקודה וואס איך זעה נישט קיינעם רעדן פון, טראמפ איז באוואוסט אז ער האט ליב ווען מען רעדט אויף אים שיין, ער האט לעצטענס געזאגט אז ער האט געהאלטען אז נאכען טוהן אזא גוטע זשאב אז די מידיע וועט טוישען זייער העצערישע טאן קעגן אים און אים געבן קרעדיט פאר זיין ארבייט.
איך טראכט אז אויב די פרעזידענט גייט געוואר ווערן אז די וויילער ווילען אים אויך נישט - נאכען טוהן אזא מעכטיגע זשאב - גייט ער זיך נעמען דאס לעבן נאוועמבער זעקס ביינאכט.