לאור דיפאלגענדע תגובה(אין די בד"ה אשכול) עפענען מיר דער אשכול איבער דער אמאליגע גור'ער שטיבל אין וויליאמסבורג.
ווערעצקי האט געשריבן:
וואץ האט געשריבן:
נו וואדע האט געשריבן:
ספעציעל אריינגעסיינט צו באוויינען אזא איש צדיק אווי ר' עקיבא זצ"ל מיר געדענקן אים גוט פונעם פוילישע שטיבל , גארניש געמאכט פון זעך א ת"ח עצום במלוא מובן המילה שייף על שייף ולא החזיק נפשיה טיבותא א איד וואס האט געקאנט קערן יעדע נאכט ס'ביהמ"ד משום כבוד ביהמ"ד און זיך אונטער געלערנט אויף אויסעווייניג
א פלאם פייערדיגע גורע חסיד תוך תוכו פלעגט קענען די גורע ספרים בעל פה אויפן לשון געדענק מיר האמיר אים אמאל פארציילט א אינטערעסאנטע מעשה פונעם אמרי אמת האט ער עס איבערגעפרעגט אפאר מאל צו קענען עס איבערחזר'ן און זיך הערצליך באדאנקט אווי מ'וואלט אים געגעבן אפאר טויזנט טאלער נעבעך ניש איבערגעלאזט קיין קינדער
יהא זכרו ברוך
בד''ה. אבד חסיד מן הארץ. מה שמו ושם אביו להזכרה? נולד למשפחה חסידי אלכסנדר ולאחר המלחמה נתקרב לחסידות גור והיה מתומכיה
ריכטיג, ר' עקיבא איז בשורש געווען א אלכסנדר חסיד, נאר נאך די מלחמה ווען פון די גאנצע אלכסנדר הויף איז כמעט גארנישט פארבליבן, די אלכסנדר רבי אין א"י איז נישט געווען קיין זוהן פונעם פריערדיגן רבי'ן, נאר אן אייניקל פון א ברודער פונעם ישמח ישראל און תפארת שמואל, די אלכסנדר רבי פון אמעריקע וועלכער איז יא געווען אן אייניקל פונעם לעצטן רבי'ן, האט נישט געפירט קיין רבי'סטווע ביז אין די שפעטע מ' יארן, ממילא איז ר' עקיבא - אזויווי אסאך אנדערע פוילישע איבערלעבער - אנגעקומען קיין גור. בדרך אגב,וואלט געווען כדאי צו מאכן אן אשכול איבער די גור'ע שטיבל אין וויליאמסבורג, וואס איז געווען לכתחלה איינס מיט די פוילישע שטיבל, און שפעטער זיך געטיילט און אראפ אין די אונטערשטע שטאק. האט נאך געהאט די פארצייטישע פולישע לופט, געשפארט יעדע צענט, געגעבן ביי של"ס א פעקל געשניטענע ברויט מיט איין פושקעלע הערינג, לחם משנה איז געווען נאר איינס, וכו' וכו',און געדרייט האבן זיך דארטן גאר וואזשנע אידן, אזא שטייגער ווי ר' עקיבא ז"ל. ווער עס קען זיך מנדב זיין צו מאכן די אשכול, תבוא עליו ברכה.
א טיילווייזע ליסטע פון די מתפללים, אין מוקדם ומאוחר, און מיר גיבן נישט קיין טיטלען דא
ר' איטשע מאיר טרויבע ר' שמואל יעקב הכהן טרויבע (געווען א ר"מ אין תורה ודעת איבער 50 יאר) נפטר י"א חשון תשס"ט ר' יוסף יאלעס (אבי יבלח"ט ר' אשר) ר' מענדל אייגער (איידעם ביי הרב ווילנער, און שווער (דאכט זיך מיר) פון יבלח"ט האדמו"ר מריביטיטש) ר' עקיבא צבי בערלינער (לא הניח זש"ק) נפטר ג' כסלו תשע"ט ר' שלמה אלי' ליכטער (סופר סת"ם ומסדר גיטין וחליצה) נפטר ג' חשון תשע"ט ר' מרדכי יודא לובארט ר' נחמן ליזער ובנו ר' שמחה ליזער ר' משה ניימאן (אבי להבחל"ח ר' אלימלך ור' איטשע מאיר) ר' משה בעער (לא הניח זש"ק),(געווען א בעלזא חסיד, און סוף ימיו זיך באזעצט אין א"י און אלעס אוועק געגעבען פאר בעלזא) ר' חיים לייב הערשקאוויטש ר' שמואל בונם ווייסבארד (איין איינציג קינד האט ער איבערגעלאזט, יבלח"ט אלמנת ר' שמואל יוסף פלוטשעניק ז"ל), (שפעטער געוואינט אין ב"פ) ר' אברהם יצחק גראנאס (לא הניח זש"ק) ר' ... זאדיק (ער האט איינגעפירט די שבת פעקלעך) ר' אברהם? צוקערמאן (פון פענן סט.) ר' יעקב פינקעלשטיין ר' שמואל מרגליות (טאטע פון יבלח"ט ר' מאטל מרגליות) (שפעטער געווען א מתפלל אין סקווירא שטיבל אין ב"פ און אין ראחמסטריווקא) ר' ... פשעווארסמאן ר' ... לעפקאוויטש ר' ... הכהן פריעדמאן (שווער פון יבלח"ט משפחת גולדבערג און פרידע) ר' ... גוטמאן (טאטע פון יבלח"ט ר' ארי' גוטמאן) ר' עזרא גראס ר' איטשע פויגעל (בנו יבלח"ט ר' משה דיין בגור בב"פ) ר' ... טיבערג (שווער פון יבלח"ט משפחת פישמאן און ווערדיגער) ר' ... שפיגעל ר' דוד גרינבוים ר' פסח קארנדרעקסלער (געווען א ברסלאווער חסיד) ר' הערשל שטיין ר' ... צייטלין ר' ... בילגריי ר' ... צינץ (פון ווילסאן סט.) ר' דוד וואסערטאל (טאטע פון יבלח"ט האדמו"ר מרימנוב) ר' ... ציטראנענבוים ר' ... מינץ ר' דוד? ראזענבערגער ר' איטשע? יוסקוביץ
ולהבחל"ח ר' הערשל בוים לרפ"ש (שווער פון משפחת בוימהאפט) ר' נח בענצילאוויץ (איידעם ביי ר' יודא? עקשטיין)
הרה"ח רבי אברהם יצחק גראנאס זכרונו לברכה גם הוא היה מהבית אלכסנדערע חסיד ואחרי השואה דבק בכל לבו נפשו ומאודו ברבה"ק מגער. היו לו ילדים שנרצחו בשואה הי"ד ואחרי השואה נישא לאשה שחלתה ונפטרה ולאחמ"כ בשלישית למרת שרה טייטל שהייתה נשואה קודם לכן להרה"ח רבי חיים טייטל זצ"ל שהיה מתפלל לעתים אף הוא בפוילישע שטיבל אביהם של הרה"ח רבי זיסמן (חדב"נ אדמו"ר מלובלין זצוק"ל) ורבי הערשל טייטל מבני ברק
רבי אברהם יצחק גראנאס היה איש חסיד בכל מעשיו וצדיק בכל דרכיו. למרות הסבל והשכול שעבר במחנות ההשמדה לא הפסיק מלהלל ולהודות לבורא כל עולמים ומרגלא בפומיה "על כל נשימה ונשימה תהלל קה" בצעדת המוות היה לו נס משמים שאחר שכשל מחוסר אונים ניגש אליו מאן דהוא והגיש לו לחם לשובע נפשו ובכך ניצל ממוות אחר השואה כשסיפר זאת לאדמו"ר מאלכסנדר עמו היה בידידות (על שהיה מבית חסידי אלכסנדר) אמר לו כי כפי הנראה היה זה אליהו הנביא שנשלח להצילו
ר' ... שפיגעל ר' ... גרינבוים ר' פסח קארנדרעקסלער (געווען א ברסלאווער) ר' הערשל שטיין ר' ... צייטלין ר' ... בילגריי ר' ... צינץ ר' ... וואסערטאל (טאטע פון יבלח"ט האדמו"ר מרימנוב) ר' ... ציטראנענבוים ר' ... מינץ ר' דוד? ראזענבערגער
אויף ר' ... זאדיק קען זיין אז ער האט יא איבער געלאזט קינדער ר' ... צוקערמאן, מיינט מען אז ער האט געהייסען ר' אברהם ר' מענדל אייגער איז געווען א איידעם ביי הרב ווילנער, און שווער (דאכט זיך מיר) פון יבלח"ט האדמו"ר מריביטיטש ר' ... מרגליות איז דער טאטע פון יבלח"ט ר' מאטל מרגליות ר' ... הכהן פריעדמאן איז דער שווער פון יבלח"ט משפחת גולדבערג און פרידע ר' ... גוטמאן איז דער טאטע פון יבלח"ט ר' ארי' גוטמאן ר' ... טיבערג איז דער שווער פון יבלח"ט משפחת פישמאן און ווערדיגער ר' איטשע פויגעל'ס זוהן איז יבלח"ט ר' משה גור'ער דיין אין בארא פארק
די הקפות אין גור'ער שטיבל איז געווען א שם דבר, ווי חסידים ואנשי מעשה האבען געטאנצט, און טאקע געטאנצט. די טאנצען איז געווען זייער אינטרעסאנט, שיין, און ווארעם.
די פרויען אין גור (כמנהג גור) קומען נישט אפט אין שטיבל, אבער צו די הקפות שמחת תורה פלעגען זיי אלע קומען, און דער ווייבער שוהל וואס איז געווען אזוי גרויס ווי א טל ומטר איז געווען מלא על גדותיו.
ר' דוד וואסערטאהל איז אוועק דעם יאר. ר' שמואל מרגליות, שפעטער א מתפלל אין סקווירא שטיבל אין ב"פ און אין ראחמסטריווקא. ר' דוד? גרינבוים. ר' איטשע? יוסקוביץ ר' שמואל יעקב טרויבע איז געווען א ר"מ אין תורה ודעת. ר' שמואל ווייסבארד'ס גאנצע נאמען איז ר' שמואל בונם.
די וואס ווייסען זאלען מיר פארעכטען, אבער כך מונח בזכרוני אז דער לב שמחה פון גור האט פאר א וויילע געוואוינט אין אמעריקע; ער האט דא געהאט געשעפטען; מיר דאכט זיך אז א ספרים געשעפט אין דער איסט סייד האט באלאנגט צו אים. דאס איז געווען צענדליגער יארען צוריק (לכאורה אין די כ' יארען). פלעגט ער דענמאלט זיין א אפטע מתפלל אין דער גור'ער שטיבל אין וויליאמסבורג. (ווי ער האט געוואוינט, צי אין ווילימסבורג אדער ערגעץ אנדערש, ווייס איך נישט; אבער עס איז משמע אז דא אין וויליאמסבורג)
אויך געהערט אז דער בית ישראל זי"ע האט געזאגט אויף זיין ברודער דער לב שמחה זי"ע אז צווי זאכען פעלען אים נישט; געלט און צרות.
אין מאמענט איז דא אן ארטיקעל איבער די פוילישע שטיבל.
אינפארמאטיוו, אבער מישט צווישען די אויבערשטע פוילישע שטיבל און די אינטערשטע גור'ער שטיבל. די מענטשען וואס ווערען דארט אויס גערעכענט האבען מער מיט דער אויבערשטע פוילישע שטיבל וואס גייט ווייטער אן מיט א תלמידי שערי יושר עולם.
רבי עקיבא איז געווען גבאי פונעם גור'ער שטיבל און נישט פון פוילישען שטיבל.
די צוויי שטיבלעך האבען איינס מיטען צווייטען נאר אז דער אינטערשטע איז געווען א תוצאה פונעם אויבערשטע, און שפעטער איז די אויבערשטע געווען א תוצאה פונעם אינטערשטע, אז ווען די אויבערשטע איז שוין געווען ווייניג מתפללים, האבען די תלמידי ישיבת שערי יושר קובע געווען דארט זייער ארט.
ר' שלמה ליזער און ר' אהרן ליכטער (ישיבת שערי יושר תלמידים) זענען זייערע טאטעס געווען מתפללים פונעם גור'ער שטיבל (א פאר אנדערע אויך), און ווען די שערי יושר תלמידים האבען געדארפט א פלאץ זענען זיי צוליב דעם געווארען מיטגלידער פונעם פולישען שטיבעל.
רבי יצחק (איטשע) מאיר טרויבע ז"ל (געזאגט: טרויבּ), פון די חשובע מתפללים אינעם גור'ע שטיבל, איז געווען א תלמוד חכם און א גאון עצום אין פולן זין פון ווארט. ער איז יארן לאנג געווען דער הויפט ביבליאטעקאר אינעם אוצר הספרים אין מתיבתא תורה ודעת, די לומדים פלעגן אים אנפרעגן בכל מקצועות התורה, וכל רז לא אניס ליה. ער איז געוועזן א נחבא אל הכלים (אויך אין פיזישן אויסזען; ער איז געווען א נידעריג געשטעל), און טראץ וואס ער איז געוועזן א תורה-ריז האט נישט געמאכט פון זיך קיין גרויס וועזן, אבער אידן מיט א תורה שמעק האבן פארשטאנען צו דעם גרויסן אוצר וועלכער דרייט זיך בתוכינו. גיסו רבי שאול קליין נ"י האט פארציילט אויף זיין חצי שיעור פראגראם אז הגאון אבדק"ק דעברעצין זצ"ל האט זיך משתתף געווען ביי זיין בר מצוה און געשמועסט מיט רבי איטשע מאיר, ער האט זיך דערנאך אויסגעדרוקט צו די ארומיגע "דער דאזיגער אינגערמאן קען לערנען". (זיי זענען גראדע אויך געווארן מחותנים ווען רבי שאול איז שפעטער געווארן אן איידעם ביים דעברעצין רב זצ"ל.)
רבי איטשע מאיר האט פארמאגט א מוח נפלא וואס ער האט אויסגענוצט פאר יגיעת התורה; ער האט נישט פארברענגט קיין צייט מיט דברים של מה בכך. נאך אלץ אינג קינד אין פוילן האט ער געקריגן א נאמען אלץ אן אויסגערופענער עילוי און בעל כשרון, אזש זיין פאטער רבי משה הי"ד - א גרויסער ת"ח און אן איש מוצלח - האט געברויכט דינגען א פריוואטע מלמד צו לערנען מיט אים. שפעטער ווען ער איז געקומען לגיל בר מצוה האט אים זיין פאטער געשיקט לערנען אין ישיבה, ער איז געזעסן און עוסק געווען בתורה מבוקר ועד ערב און זעלטן וואס ער איז אהיימגעגאנגען צו זיינע עלטערן. די פגישות מיט זיין פאטער זענען מיינסטענס פארגעקומען אין די ימים טובים טעג אין גור.
ער איז געווען א מומחה אין אלטע כתבי ידות און שינוי נוסחאות בש"ס ובראשונים. באזונדער האט ער כסדר עוסק געווען אין מסכת קידושין, ער האט געשריבן א קונטרס וואו ער איז משווה די פארשידענע נוסחאות אין די מסכת.
רבי איטשע מאיר - ווי רוב פוילישע איבערלעבער - האט מיטגעמאכט 5 לאנגע יארן כוס התרעלה אונטער די דייטשע רשעים ימ"ש אין פארשידענע לאגערן. דארט אין גיהנום האט ער זיך מוסר נפש געווען צו בויען א סוכה'לע א קליינע מיט ברעטעלעך געמיינע, ער האט געזאגט אז האלטן די ברויט אין די הענט ביז צו די לסוכה איז געווען א גרעסערע מסירות נפש ווי דאס עצם בויען א סוכה... ער איז דער איינציגסטער פון זיין פאמיליע וואס האט איבערגעלעבט דעם חורבן. נאכן קריג האט די השגחה עליונה אים געפירט קיין שוועדן. אויך איז אנגעקומען אהין זיין צוקונפטיגע פרוי אן אפשטאמיגע פון אונגארן, מרת רחל בת הרה"ח רבי אייזיק קליין ז"ל מקערעסטיר-ב"פ. זיי האבן זיך משדך געווען דארט אינעם ווייטן שוועדן און דערנאך אימיגרירט אהער קיין אמעריקע. ווען זי האט דערציילט פארן פאטער רבי אייזיק אז זי איז א כלה געווארן בשטו"מ און אז די חתן איז א גור'ער בחור, האט דער פאָטער -- א הייסער קנאי פונעם אונגארישן חדר, א תלמיד פון הרב דושינסקיא זצ"ל, א חסיד פון רביה"ק מסאטמאר זצ"ל -- כמעט אראפגעטראסקעט פון בענקל.. "אן אגודה'יסט?!!" שפעטער איז רבי איטשע מאיר אריבערגעקומען פאר א באזוך און רבי אייזיק האט געכאפט א שמועס מיט אים אין לערנען, האט ער זיך אויסגעדרוקט "אזא אגודה'יסט איז נישט אזוי געפערליך..."
ווען ער איז אנגעקומען קיין אמעריקע איז ער געגאנגען שטודירן א פאַך, אבער די חברה דארט אין תורה ודעת האבן שנעל געלייגט אן אויג אויף אים, און זיי האבן אים שוין נישט ארויסגעלאזט פון די האנט... ער האט עוסק געווען אין פארשידנארטיגע ארבעט אין די זייט. ער פלעגט ער אויך טוהן סענסעטיווע קלאסיציפירטע ארבעט פאר די מיליטער.
רבי איטשע מאיר איז נפטר געווארן אין זיינע מיטעלע 60'גער יארן בשנת תשמ"ז לפ"ק, נאכן שוויצן 4 שווערע יאר מיט די ביטערע מחלה ל"ע. זיין לויה איז ארויסגעגאנגען פון ישיבה תורה ודעת. די סעודת שלושים איז פארגעקומען טאקע דא אינעם גור'ער שטיבל וואו ער האט פארברענגט מיט תורה ועבודה די לעצטע 40-35 יאר פון זיין לעבן.
ער האט איבערגעלאזט א שיינע שטוב פון קינדער און אייניקלעך לומדי ומחזיקי תורה: חתנו רבי בנימין טאוב, מאנ"ש גור בפלעטבוש בתו דר. געלבפיש פון פלעטבוש, א קינדער דאקטער אין וויליאַמסבורג. בעלה דר. חיים (גערי) געלבפיש, א כירורג. בנו רבי משה (מאריס) טרויבע פון מאנסי, א באקאנטע מאגן דאקטאר אין NYU שפיטאל.
יהא זכרו ברוך.
בילד: רבי איטשע מאיר אין די פריע תש"י יארן מיט זיין שווער און שוואגערס. רעכטס צו לינקס רבי הערשל קליין ז"ל, רבי איטשע מאיר ז"ל, זיין שווער רבי יצחק אייזיק קליין ז"ל, ולהבחל"ח רבי מאיר שלום קליין נ"י (די בילד איז ביי רבי מאיר שלום'ס חתונה).
אטעטשמענטס
איטשע מאיר טרויבע2.jpeg (18.08 KiB) געזען 5649 מאל