ישיבה ומתיבתא תו''י ד'סאטמאר בעדפארד עוו. און סענדס סט.
די ישיבה וואס אינזערע עלטערן רעדן כסדר ובפרט ווען עס איז געווען סהרא במליאה אין די רביס געזינטע יארן וואס מען דערקענט אויף א יוד צי ער האט געלערנט אין רבינס ישיבה די ישיבה האט ארויסגעגעבן די שענסטע תלמידים מיט א זעלטענע יראת שמים איידלקייט רבנים ודיינום ערליכע בעל הבתים די בחורים האבן געהאט די זכיה צי שעפן קדושה תורה ויראה פין די צדיק הדורות זיי האבן געהאט די זכיה רבינו הקדוש זאל זיי פארהערן. הערן די סגיא שיעורים מיטהאלטן די לעכטיגע שבתים שלו'' ש ימים טובים וואס האט איבערגעלאזט א רושם אדיר אויף די תלמודום עד היום
ווי אויך די מגידי שיעורים אין אנגעשטעלטע( וואס א חלק פון זיי זענען געווען א שטאט רב )אויב איך געדענק גיט שאפראן רב פריימענע רב מאנטיוודעי רב ר'משה יאזפאוויטש ר' נתן יוסף אין נאך
מיר בעטן אלע תלמודים זאלן שרייבן פארן יונגן דור למען ידעו דור אחרון ויספרו לבניהם אחרים אדער זאל מען אידערוויאן די עלטערן אין אפשרייבן דא
בל'' נ וועל איך אינטערוויואן מיין חשובע טאטע שליט'' א וואס האט אריינגעכאפט אין ישיבה 3 יאר אין די געזינטע יארן אין געהאט די זכיה אריינצוכאפן כמעט אלע טישן אלע שלו'' 'ימים טובים סוגיא פתיחות הזמן פארהערן אין מיטגעהאלטן א סדר נאכט אין זאגט נאך כסדר תורות( מיטן ניגון אין תנועות )וואס ער האט אליין געהערט כסדר לי אויסלאזן ליינען וכדומה . אין ארויפלייגן בל' 'נ