די נומערן קומען פון די ליסטע פון די רשימת שמות התלמידים וואס האבן געלערנט אין דער ישיבה אין יענעם ספעסיפשע יאר.
לדוגמא אין יאר תשל"ו האבן געלערנט לויט יענעם רשימה גענוי 512 בחורים, אויב קענסטו מיר טרעפן דער רשימה פון די איבריגע '188' בחורים, תבוא עליכם ברכה.
אז תשכ"ח האבן געלערנט 538 בחורים און אין תשל"א האבן געלערנט 550 איי ר' ליפא פריעדמאן... שרייבט אין א צייטונג ארטיקל... אז חורף תשכ"ח לערנען 660 בחורים? א גוטע קשיא, דאכציך דער תירוץ איז טמון צפון ומרומז אין דער שאלה... אדער יתכן אז ער האט אריינגערעכנט אין זיין מספר די יונגע בחורים פון כתה ט'/ישיבה קטנה.
ישלהוסיף האט געשריבן:
אדער יתכן אז ער האט אריינגערעכנט אין זיין מספר די יונגע בחורים פון כתה ט'/ישיבה קטנה.
שמעתי מאבותי אז בר מצוה בחורים האבן געלערנט עקסטער, אבער 14 יעריגע זענען שוין יא געווען אין ישיבה (איך האב נאכנישט באגעגנט מיין פאטער'ס נאמען אויף קיין איין ליסט - אבער פעסט געלערנט אין ישיבה משנות כ"ו/כ"ז ולהלאה)
בכלל איז כדי צי וויסען -איך ווייס נישט קלאר ביז וועלכע יאר- האט מען אריין אין ישיבה ביי די 14 יאר, נאך אין די אנהייב למ"ד יארן זיכער, אפשר שפעטער אויך אדרבה פרעגט ענק נאך
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
בבל האט געשריבן:
כאטש עס באלאנגט נישט אינגאנצן דא ברענגט איך עס אראפ כמעט אלע האבן געלערנט אין סענדס סטריט ליסטע פון די כולל אינגעלייט פון קיץ תשל"ו מען קען צילייגן ביי יעדע נאמען הרה'' ג מיט די טיטל מגיד שיעור דומ'' ץ רב שליט'א די סמעטענע פין סאטמאר (קרעדיט: ספר מבצר הכוללים) ( א שאד נישט דא קיין בילד אויך )
אינטערעסאנט ווייל אין "אורות" פון סקווירא שטייט אז אין תשכ"ט ווען אדמו"ר מסקווירא איז געקומען די ערשטע מאל אלס רבי קיין וויליאמסבורג, האט דער שוואגער געוואוינט אין וויליאמסבורג.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פאלגענד איז א טיילווייזע רשימה ווי מען האט אביסל צעזאמען גענומעןדייניםוואס זענען תלמידים פונעם סאטמאר רבין ז"יע, מען קען עס צו פארעכטון די זענען שוין בעלמא דקשוט. ר צבי הירש מייזליש ר יחזקאל ראטה ר יואל מארגענשטערן ר צבי ישכר דוב כ"ץ ר אהרן גד כ'ץ קאפיש ר לייביש טייטלבוים ר אשר אנשיל הלוי יונגרייז ר משה יודא מייזעלס ר משה מנחם טירנויער והחיים איתנו ר מאיר טודרוס זילבער ר שלום אליקים געציל בערקאוויטש ר יקותיאל יהודה פילאפף ר מאיר יודא טענענבוים ר סיני הלברשטאם זמיגראד ר אלעזר הורוביץ- באלקני ר שלמה יהודה וויינבערגער ר יהושע זאב מייזליש ר מרדכי בצלאל קליין ר יחזקאל דייטש ר שמחה שלום שטיינבערג ר יצחק מאנדעל ר משה בער קויפמאן ר יצחק לעבאוויטש ר מנחם זכרי זילבער ר ארי ראזנפעלד ר משה מאיר בריעף ר יחזקאל גאלד ר מענדל האלפערט דומ"ץ ניקלשבורג ר עזריאל מאיר חיים קאהן ר יחיאל מאיר כ"ץ זשיבא ר שמעי גרינבוים ר יחזקאל דייטש ר יצחק אייזיק מנחם אייכנשטיין ר דוד אייכנשטיין ר נחום אפרים טייטלבוים ר אהרן טייטלבוים וואלאווע ר אברהם עמרם מייזעלס ר משה פרידמאן ר יצחק מרדכי מייזליש ר משולם דוב פאלאטשעק ר חיים קלמן גוטמאן ר מנשה פילאפף ר חיים יוסף דוד ווייס מי יודע הם תלמידים מבעדפארד או סענדס? ר משה וואלף זארגער ר יעקב יודא ברוין ר ישראל דוד האַרפענעס
פון מיין טאטן האב איך געהערט אז ערגעץ אין די מיטעלע למד יארן איז צוליב א דרעפט אין א״י ארויסגעקימען גאר אסאך בחורים פון דארט אין די ישיבה איז געווען דאן ביי א מספר פון 8/900 בחורים מען האט אפילו דאן געברויכט עפענען די דארמעטארי שטיבער וואס די פענסטער איז געווען מיטן פנים צום בית מדרש וואס מען פלעגט נישט ניצן געווענליך
עס איז דא אסאך אסאך סחורה פון די ישיבה אין סענדס סט. סיי פון די רוחניותדיגע חלקים און סיי פון די בחורישע אקציעס מען דארף נאר טרעפן די ריכטיגע אידן וואס זענען מסכים צי רעדן
כ׳האב נישט לאנג צוריק געהערט פון א איד אז הרה״ח ר׳ שלום סאנדל איז געווען א בחור א דזשיניעס ער האט אויסגעטראפן פיל פיל פאטענטן אין די ישיבה, פון טייל פון זיינע פאטענטן האמיר נאך היינט הנאה דהיינו ער פלעגט זיך אסאך אפגעבן מיטן ריקארדן דעם רבינס תורות
איז אזוי עטליכע יאר צוריק האב איך שפאצירט אין א וואלד אין קרית יואל והגלילות, ערגעץ אינמיטען האב איך זיך אנגעשטויסן אין א זעקל שמות, האלב אויסגעגאסן, צווישן די נאסע בלעטער איז געליגן 4 לענגערע בלעטער מיטן נאמען "דף הבוחן" מטרתו לתועלת התלמידים לסייע בדרך הלימוד בשו"ע או"ח לברר הלכה למעשה.
עס שטייט אינטען נעמען פון בחורים וואס האבן מנדב געווען די בלעטל, מעגליך וועט עס זיין אינטערסאנט פאר איינעם. איך וועל עס אהערשטעלן בקרוב.