הרה"ק ר' מנחם מענדיל מקאסוב בעל אהבת שלום זצוק"ל - י"ז חשון ואלה תולדות: הרה"ק רבי מנחם מענדל מקאסוב, איז געבוירן געווארן שנת תקכ"ח בערך צו זיין טאטן הרה"ק ר' יעקב קאפיל פון קאלאמיי זצוק"ל וועמען מען האט גערופן רבי קאפיל חסיד [דער בעל תפלה ביים בעש"ט הק' זצוק"ל]. ער איז געווען א תלמיד מובהק פון הרה"ק רבי משולם פייבוש זבארישער זצוק"ל, מחבר ספה"ק יושר דברי אמת.
זיידעניו האט געשריבן:
.... וועמען מען האט גערופן רבי קאפיל חסיד [דער בעל תפלה ביים בעש"ט הק' זצוק"ל]
איך האב אויך אלץ גיוויסט אז ר' קאפל חסיד איז גיווען בעל תפילה ביים בעל שם. איז דא ערגעטס א מראה מקום אויף דעם? איך האב מיך גישפארט מיט איינם וועגען דעם, איז אויב איך קען עם ווייזען וואלט גיט גיווען
scy4851 האט געשריבן:
איך האב אויך אלץ גיוויסט אז ר' קאפל חסיד איז גיווען בעל תפילה ביים בעל שם. איז דא ערגעטס א מראה מקום אויף דעם? איך האב מיך גישפארט מיט איינם וועגען דעם, איז אויב איך קען עם ווייזען וואלט גיט גיווען
דער אמרי חיים פלעגט כסדר צו פארציילן אז ווען דער זיידע דער צמח איז געווען אין מעזיבוז אויף די חתונה פון זיין אייניקל הרה"ק ר' משה מ'שאץ איז ער צוגעגאנגען צו דעם עמוד זאגענדיג דערביי אז ער האט חזקה אויף דעם פלאץ ווייל זיין זיידע ר' קאפיל חסיד איז גיווען דער בעל תפלה ביים בעל שם טוב.
זיידעניו האט געשריבן:
הרה"ק ר' אורי מסטרעליסק זיע"א באקאנט אלס 'דער שרף' פון סטרעליסק, איז געווען גאר שטארק נאנט מיט זיין שוואגער דער 'אהבת שלום.
עס איז א דבר ידוע אז די צוויי זענען געווען שטארק בידידית, אבער וויאזוי זענען די צוויי געווען שוואגערס?
הרה"ק ר' אורי דער שרף פון סטרעליסק האט בזו"ש חתונה געהאט מיט הרבנית בלומא בת הרה"ק ר' יעקב קאפל חסיד.
בן בוזי האט געשריבן:
זיינע קינדער זענען געווען ר' חיים מקאסוב בעל תורת חיים אבי בעל הצמח צדיק ראש שושלת ויזניץ ר' דוד מזאבילטוב חתן הרה"ק ר' משה לייב מסאסוב
ווער נאך זענען געווען זיינע קינדער?
א טאכטער הרבנית שרה לאה בזו"ר אשת בן הרה"ק ר' ישראל אברהם מ'טשארני-אוסטראה, זיך ג'גט און חתונה געהאט צו הגה"צ ר' גרשון אשכנזי במ"ס עבודת הגרשוני, זי האט נישט געהאט קיין קינדער ל"ע.
הרה"צ ר' אהרן דוד בן כ"ק אדמו"ר מספינקא זצ"ל בן כ"ק אדמו"ר בעל תפארת צבי זצ"ל חתן הגה"צ ר' ישכר דוב בעריש וויינבערגער חתן הרה"צ ר' מאיר פאללאק חתן הרה"צ ר' אברהם חיים האגער בן הרה"ק ר' צבי הירש מ'פעטשיניזין בן הרה"ק ר' דוד מ'זאבילטוב זיע"א
ביקסאד האט געשריבן:

ביקסאדער רב אפשר קענט איר אויסרעכענען ווי יעדער איינער פון זיי זענען געווען רבנים!!
יעדע רבי האט זיך זיין דרך עפ"י פרד"ס זיין דרך זעהט אויס איז בדרך דרוש, וואס לויט דעם פשעטל איז ער א זאבילטובער אייניקל, עס איז אן אנגענומענע דרך וואס אנדערע בענעשעקלעך באנוצן זיך דערמיט, למשל אז דו וועסט קוקן אין אשכול פון ר' ישראל טווערסקי מקאזניץ וועסטו זעהן אז ער האט זיך געפירט בדרך סוד, אזוי קען מען מסביר זיין די ענינים לאין קץ
שטיקל גבאי האט געשריבן:
ביקסאדער רב אפשר קענט איר אויסרעכענען ווי יעדער איינער פון זיי זענען געווען רבנים!!
הרה"צ ר' אהרן דוד בן כ"ק אדמו"ר מספינקא זצ"ל בןנהג עדתו ב'וויליאמסבורג. כ"ק אדמו"ר בעל תפארת צבי זצ"ל חתןמ'ספינקא נהג עדתו עד תשכ"א ב'איסט-סייד ומאז ב'וויליאמסבורג. הגה"צ ר' ישכר דוב בעריש וויינבערגער חתןרב בימ"ד עצמאי ב'ווישאווא. הרה"צ ר' מאיר פאללאק חתןמושבו ב'ווישאווא. הרה"צ ר' אברהם חיים האגער בןמושבו ב'ווישאווא. הרה"ק ר' צבי הירש מ'פעטשיניזין בן הרה"ק ר' דוד מ'זאבילטוב זיע"א