חסידי סאטמאר פארלאנגן אין געריכט א כלליות'דיגע פטור מגיוס מטעם דת ואמונה

אחראי: יאנאש

אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8990
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

אהער און אהין האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן: ווער איז דער קלאגער?
איך ווייס אז סאטמאר...

ר' עמרם טייטלבוים און ר' חיים היימליך

יש"כ פארן אויסקלארן
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

דריידל האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן: ווער איז דער קלאגער?
איך ווייס אז סאטמאר...

ר' עמרם טייטלבוים און ר' חיים היימליך


ר' עמרם איז דער וואס איז געקומען צום אסיפה אין מאנסי? און ווער איז ר' חיים היימליך, פארטרעט ער די זעלבע סאטמאר אדער איז דאס א joint effort?

כנראה הוא זה ר' עמרם מהאסיפה במונסי.
אין לי פרטים על ר' חיים היימליך
דריידל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10253
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
כתמר יפרח האט געשריבן: וואס א חילוק זיך שלאגן אין געריכט ווי זיך שלאגן אין כנסת?

ער שרייבט חסידי סאטמאר. סאטמאר אין כנסת?

אויף דעם ווינדערעך מיר, סאטמאר גייט נישט אין געריכט אויכנישט.

(פראביר זיך צו האלטן אין די ראמען)


אבי גערעדט, סאטמאר רב אליינס האט געהייסן גיין אין געריכט איבער א הויז אין צפת כמבואר בספר (כ'האב פארגעסן די נאמען) פון ר' בנציון יאקאבאוויטש ז"ל
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע:אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

סגל האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן: 'סתירה' איז נישט קיין פראבלעם ווען מען האפט אז דעיס גייט זיין א סעלאשען.

די רבנים וואס הייסן גיין אין כנסת האלטן אויך אז דאס איז א סעלושען, און דאך האט רביה"ק מסאטמאר געהאלטן אז מען מעג נישט

@דריידל האט פריער גוט געשפאלטן צווישן די 2 קוק ארויף דעם בלאט.

(איך האב מיר באצויגן צום ניי געשאפענע סתירה פון טשאדעלע אז ווען דו ביסט נישט מכיר קענסטו נישט גיין אין געריכט. די קשיא איז א גוטע אבער פארשטייט זיך האט נישט קיין האפט ווייל דו זיצט נישט אין געריכט.)
לעצט פארראכטן דורך געריבענער סוחר אום דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 1:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

ווארענונג: טראכט פארן שרייבן!
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4545
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע:פרוזדור (עולם הזה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

ווי איך געדענק איז דאס געבויעט אז מ'טאר נישט צווינגען א מענטש צו טוען עפעס אקעגען זיי רעליגיע
און אגב האט דער שופט חעשין געשריבען און זיין באקאנטען פסק פון שוין בנטל (דאכטצעך נ''ט) אז אויף סאטמאר און נ''ק קען ער נישט גארנישט פארלאנגען משא''כ די וואס זיצען מיט זיי נעמען געלט פון זיי און זאגען דיעות און מלחמות מיט זיי אויף זיי איז דא א טענה שויון בנטל

בנוגע די בג"ץ איז עס א בחינה פון ויגזל את החנות מיד גוזלו און אזא לשטתך
אלעס איז בהסכמת פון רבנים און דיינים פון סאטמאר עס זאל זיין און איינקלאנג מיט די שיטה הק'
שטייט (זוה''ק שמות)אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
מי יודע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9096
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

דריידל האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן: ווער איז דער קלאגער?
איך ווייס אז סאטמאר...

ר' עמרם טייטלבוים און ר' חיים היימליך


ר' עמרם איז דער וואס איז געקומען צום אסיפה אין מאנסי? און ווער איז ר' חיים היימליך, פארטרעט ער די זעלבע סאטמאר אדער איז דאס א joint effort?

ווארשיינליך די זעלבע
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע:הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

monroe10950 האט געשריבן: זיך ווענדן צום בג''ץ איז לויט דעם ספר הק' ויואל משה זייער א הארבע זאך.

שטייט נישט אז מען טאר נישט גיין. ברענג א מקור א קאפי פין ויאמ' ש אין היילייטן ווי עס שטייט
לעצט פארראכטן דורך בבל אום דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 1:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
סגל
שר חמש מאות
תגובות: 826
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 6:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סגל »

געריבענער סוחר האט געשריבן:
סגל האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן: 'סתירה' איז נישט קיין פראבלעם ווען מען האפט אז דעיס גייט זיין א סעלאשען.

די רבנים וואס הייסן גיין אין כנסת האלטן אויך אז דאס איז א סעלושען, און דאך האט רביה"ק מסאטמאר געהאלטן אז מען מעג נישט

@דריידל האט פריער גוט געשפאלטן צווישן די 2 קוק ארויף דעם בלאט.

איך פארשטיי אז עס איז דא א חילוק, אבער די תירוץ פון אויפטוהן איז נישט קיין תירוץ, אויב מעג מען, מעג מען אפילו מען טוט נישט אויף, און אויב נישט מעג מען נישט אפילו מען טוט יא אויף, עכ"פ לשיטת סאטמאר. ודי בזה.
שויתי ה' לנגדי תמיד
דריידל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10253
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

monroe10950 האט געשריבן: זיך ווענדן צום בג''ץ איז לויט דעם ספר הק' ויואל משה זייער א הארבע זאך.

לויט די שולחן ערוך איז עס אויך א הארבע זאך אבער למעשה זענען דא פעלער וואס ס'איז מותר, ועל זה אנו דנין
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8990
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

בקיצור נמרץ
וואס ווילן די חברה ווער גייט זיין אינקלאדעט אין דעם פטור?
ווער ס'גייט מיט א פלאכע היט אדער ווער ס'גייט צו פראטעסטן?
מיין שאלה איז ווער אין וויזוי וועט מען באשליסן ווער ס'זאל זיין אינקלאדעט אינעם פטור פעקעדזש
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

ניס קראכער האט געשריבן: ווער איז דער קלאגער?


די ארג. האט אריינגעגעבן די קלאגע

https://www.guidestar.org.il/organization/580665875

https://www.guidestar.org.il/organizati ... 875/people
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

דריידל האט געשריבן:
monroe10950 האט געשריבן: זיך ווענדן צום בג''ץ איז לויט דעם ספר הק' ויואל משה זייער א הארבע זאך.

לויט די שולחן ערוך איז עס אויך א הארבע זאך אבער למעשה זענען דא פעלער וואס ס'איז מותר, ועל זה אנו דנין


איך גלייב אז די הלכה'דיגע שאלה פון הליכה לערכאות איז נישט שייך דא.
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

ניס קראכער האט געשריבן: בקיצור נמרץ
וואס ווילן די חברה ווער גייט זיין אינקלאדעט אין דעם פטור?
ווער ס'גייט מיט א פלאכע היט אדער ווער ס'גייט צו פראטעסטן?
מיין שאלה איז ווער אין וויזוי וועט מען באשליסן ווער ס'זאל זיין אינקלאדעט אינעם פטור פעקעדזש


מסתבר צו זאגען אז אויב וועט עס געלונגען וועלן געניסן דערפון אלע מסודות וואס נעמען נישט קיין געלט פון די מדינה.
דריידל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10253
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

סגל האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:
סגל האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן: 'סתירה' איז נישט קיין פראבלעם ווען מען האפט אז דעיס גייט זיין א סעלאשען.

די רבנים וואס הייסן גיין אין כנסת האלטן אויך אז דאס איז א סעלושען, און דאך האט רביה"ק מסאטמאר געהאלטן אז מען מעג נישט

@דריידל האט פריער גוט געשפאלטן צווישן די 2 קוק ארויף דעם בלאט.

איך פארשטיי אז עס איז דא א חילוק, אבער די תירוץ פון אויפטוהן איז נישט קיין תירוץ, אויב מעג מען, מעג מען אפילו מען טוט נישט אויף, און אויב נישט מעג מען נישט אפילו מען טוט יא אויף, עכ"פ לשיטת סאטמאר. ודי בזה.

קוקט אויס די פארשטייסט נישט שיטת ויואל משה לגבי כנסת. סאטמאר רב האט געהאלטן אז דורך גיין אין כנסת ווערט מען א חלק פון די ממשלה און מ'איז אחראי אויף אלע מעשים פון די ממשלה. די רבנים פון אגודה האבן געהאלטן (כמבואר ב'קריינא דאיגרתא פון די סטייפלער גאון) אז גיין אין כנסת ווערט מען נישט קיין שיתוף.
עכ"פ לשיטת סאטמאר איז דא א חילוק פון כנסת אין בג"ץ און לשיטת האגודה זענען טאקע ביידע גלייך אבער ביידע זענען מותר
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10253
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

מחשב האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
monroe10950 האט געשריבן: זיך ווענדן צום בג''ץ איז לויט דעם ספר הק' ויואל משה זייער א הארבע זאך.

לויט די שולחן ערוך איז עס אויך א הארבע זאך אבער למעשה זענען דא פעלער וואס ס'איז מותר, ועל זה אנו דנין


איך גלייב אז די הלכה'דיגע שאלה פון הליכה לערכאות איז נישט שייך דא.

אודאי נישט, און דאס איז מיין פאינט. מ'דארף קוקן אויף די פאקטן און סורקומסטאנסן און דערנאך מחליט זיין טאמער די "הארבע זאך" איז שייך דא.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

בבל האט געשריבן:
monroe10950 האט געשריבן: זיך ווענדן צום בג''ץ איז לויט דעם ספר הק' ויואל משה זייער א הארבע זאך.

שטייט נישט אז מען טאר נישט גיין. ברענג א מקור א קאפי פין ויאמ' ש אין היילייטן ווי עס שטייט

"וברור שיש בזה הענין בלבד איסורא דיהרג ואל יעבור"
אזוי שרייבט דער רבי אין ויא''מ מאמר שלוש שבועות סימן ק''א.
אין אזאנע הארבע ענינים ווי יהרג ואל יעבור, דארף מען זייער אכטונג געבן. מען מוז האבן גרויסע רבנים וואס זאלן דאס דורכטון.
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

סגל האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן: ווער איז דער קלאגער?
איך ווייס אז סאטמאר...

ר' עמרם טייטלבוים און ר' חיים היימליך

ר' חיים בן?

בן ר' נח יעקב
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4545
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע:פרוזדור (עולם הזה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

חוץ מזה זענען זיי שוןי געזיצען אפאר מאל מיט אינטערנאציאלע באאמטע איבער דעים ענין (און בריסעל ביי די EU, און גענף שווייץ ביי UN און די באאמטע האבען שוין אראפגעשיקט א דעלעגאציא צו אר''י און געווען ביים ירושלים'ער רב שליט''א און ביי הגר''י רז''ב שליט''א חבר הבד''ץ צו הערען און זעהן אינזער אפגעזינדערטע לעבענס שטייגער)
אבער און סדר אנצוקומען קיין האג וכדומה מיז מען קודם דורעכגיין די לאקעל פראסעס און אר''י און אויב זיי וועלען עס ארויסשליידערען ווי איינער האט פריער געזאגט, וועט מען בעז''ה גיין פאראויס

דרך אגב ביים משפט פון איינע פון די בן עליה האט ער געניצט די "סאטמאר פטור" טענה און די שופט האט אנגעהויבען שוויצען און געפרעגט אפען אויב מ'וויל ער זאל איצט זיך אריינלאזען און דעים האקעלען עסק...
(מ'האט דעים בחור זייער שנעל באפרייט נאכדעים נישט זיכענדיג די קאפוויי..)
שטייט (זוה''ק שמות)אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2963
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

איך ווארט מיט שפאנונג צו זען ווי דאס וועט אינז פירן.

--
קען סאטמאר טון אזא זאך?

- איני מכיר איז קיין סאטמארע שיטה.
איך בין מכיר אז דרייוון אן סיט בעלטס קען מיר ברענגן א טיקעט, נישט צאלן א טיקעט קען מיר צונעמען מיין לייסענס, דרייווען אן לייסענס קען מיר פירן און תפיסה.
דאס אלעס כאטש איך בין אנטקעגן די פראקטיצירונג פון די גאווערמענט זיך אריינצומישן אין די סעיפטי באהאנדלונגען פון פריוואטע בירגער, איך שטעל נישט קיין סכנה פאר קיינעם אויב איך דרייוו אן סיט בעלט'ס!

נטורי קרתא איז געגאנגען שטארק מיט די מהלך פון איני מכיר,למשל, זיי ווילן נישט נעמען קיין פערמיטס פון די ארטיגע פאליציי ווייל זיי אנערקענען נישט די אויטאריטעט פון די פאליציי.

עיין בספה''ק ויואל משה, (ג' שבועות אות פז/פח) וזהו תו''ד: זיין א חבר בכנסת מיינט אז מען איז א שותף צו אלעם וואס דער מדינה טוט, ועודמען מוז האבן א סכום חברים כדאי צו קענען דורך געזעצן קומט אויס אז יעדער חבר איז מקיים די געזעצן, אפי ער שטימט קעגן א געזעץ, ועודא חבר כנסת מיז שווערן געטריישאפט צו די מדינה וואס איז נאך א איסור חמור אויף וואס מען דארף האבן מסירת נפש אז מען עס נישט ארויסזאגן פון מויל.
די וואס גייען צו בחירות זענען משלחם במילא איז דאס אויך אסור.
נאך פילע זייטיגע פראבלעמען זענען דא ווי חנופה לרשעים, התחברות, די איסור דאורייתא פון משרד הדתות, די חתימה אויפן אינדעפענדענס דעקלאראציע, וכדו'

יעצט פארשטיי איך נישט די דמיון פון פייטן א טיקעט אין געריכט -וואס איז ווי פארהאנדלן מיט הייזשעקערס- צו בחירות, און ווי דערמאנט האט הרה''ק מסאטמאר געניצט די געריכט, יעדער הויז וואס מען קויפט און אר''י ווערט באשטעטיגט מיט די ארטיגע אינסטאנצן, וכו' אלעס מיז קלאפן לויט די אויטאריטעט. אבער ווי קומט דא אריין דער ענין פון שותפות?
זקן מלא רחמים.
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

איך פארשטיי בכלל נישט די צושטעל פון כנסת מיטן איצטיגן בג"צ קלאגע.

לאמיר זאגן איך וואוין אין אן אפארטמענט בילדינג און א באנדע רויבער האבן זיך משתלט געווען דערויף מיט פארשידענע דריידלעך. און איך מיט נאך אפאר איינוואוינער שרייען איני מכיר.

די רויבער שטעלן זיך אבער אהער ווי פולקאמע אייגנטומער מיט שטאטוטן און רולס פאר די בילדינג, איינע פון זיי איז אז די מענעדזשמענט מוז צושטעלן א קלינער וואס רייניגט די האלל וועיס.

ויהי היום און די אזוי גערופענע אייגנטומער גיבן ארויס א רול אז יעדע איינוואוינער מוז רייניגן די האלל וועי נעבן זיין דירה און זיי גרייטן זיך דאס צו אינפארסירן.

מעג איך נישט גיין צו די חברה און שרייען אז, העי ! אפילו לשיטתכם איז דאס נישט אויסגעהאלטן! און קריכטס אראפ פון מיר! איז דאס א סתירה צו די איני מכיר?
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

אהער און אהין האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:
monroe10950 האט געשריבן: זיך ווענדן צום בג''ץ איז לויט דעם ספר הק' ויואל משה זייער א הארבע זאך.

שטייט נישט אז מען טאר נישט גיין. ברענג א מקור א קאפי פין ויאמ' ש אין היילייטן ווי עס שטייט

"וברור שיש בזה הענין בלבד איסורא דיהרג ואל יעבור"
אזוי שרייבט דער רבי אין ויא''מ מאמר שלוש שבועות סימן ק''א.
אין אזאנע הארבע ענינים ווי יהרג ואל יעבור, דארף מען זייער אכטונג געבן. מען מוז האבן גרויסע רבנים וואס זאלן דאס דורכטון.


ער רעדט דארט פון מחוקק זיין חוקים אפיציעל שלא עפ"י תורה, גארנישט לעניננו.
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

מחשב האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:
monroe10950 האט געשריבן: זיך ווענדן צום בג''ץ איז לויט דעם ספר הק' ויואל משה זייער א הארבע זאך.

שטייט נישט אז מען טאר נישט גיין. ברענג א מקור א קאפי פין ויאמ' ש אין היילייטן ווי עס שטייט

"וברור שיש בזה הענין בלבד איסורא דיהרג ואל יעבור"
אזוי שרייבט דער רבי אין ויא''מ מאמר שלוש שבועות סימן ק''א.
אין אזאנע הארבע ענינים ווי יהרג ואל יעבור, דארף מען זייער אכטונג געבן. מען מוז האבן גרויסע רבנים וואס זאלן דאס דורכטון.


ער רעדט דארט פון מחוקק זיין חוקים אפיציעל שלא עפ"י תורה, גארנישט לעניננו.

גערעכט, טעיתי.
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

איך טראכט אז די בג"ץ וועט אננעמען די טענה, און אוועקשטעלן זייער קלארע גייד'ס ווער קען באקומען א פטור אלץ סאטמאר און ווער נישט, און פטור אן עסק. דערנאך וועט שוין די מיליטער טון דאס איבריגע צו "זיכער" מאכן ווער עס איז "באמת" סאטמאר, אזוי ווי זיי טוען יעצט מיט גיוס בנות צו "זיכער מאכן" ווער עס איז "טאקע" א רעליגיעזע. ואידך פירושא.

איך טראכט נאר הויך, וקצרתי במילין.
אוועטאר
כתמר יפרח
שר האלף
תגובות: 1104
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

איך בין נישט אינגאנצן אויסגעקאכט אין די ענינים.

אבער מדינת ישראל האלט אז דאס איז די חוק אז מ'מיז זיך שטעלן,
שטעל דיר פאר אז דא אין אמעריקא וואס איז דא קבוצה וואס שרייט איני מכיר אין אמעריקא, זיי האלטן אז עס באלאנגט פאר די ענגלענדער,
וועלן זיי קענען רופן אמעריקא אין משפט (אין אמעריקא) אז זיי דארפן נישט צאלן קיין טעקסעס ווייל זיי אנדערקענען נישט אינעם לאנד?
נוצן אונזער אירפארט, געסער, טרעספאטעשן, פאליציי, פיטער לענדער אין וואס נישט, דעמאלץ אנדערקענסטע, אבער ווען די דארפסטך צאלן טעקסעס שרייבט איני מכיר?
מאי שנא?

ח"ו צו זאגן אז מ'מעג זיך שטעלן, איך פרעג נאר וואס איז די פלאן אין בג"ץ
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”