Re:
חמרא טבא האט געשריבן: צ"ק: אינעם ווארטזאל פונעם שפיטאל הארט פארן געבורט פון מיין זון נ"י למז"ט
מזל טוב צום אפשערן! זאלס זעען אסאך אידיש נחת!
כקען האבן א פעקעלע?
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
חמרא טבא האט געשריבן: צ"ק: אינעם ווארטזאל פונעם שפיטאל הארט פארן געבורט פון מיין זון נ"י למז"ט
טעם וריח האט געשריבן:חמרא טבא האט געשריבן: צ"ק: אינעם ווארטזאל פונעם שפיטאל הארט פארן געבורט פון מיין זון נ"י למז"ט
מזל טוב צום אפשערן! זאלס זעען אסאך אידיש נחת!
כקען האבן א פעקעלע?
בן דותא האט געשריבן: אויפן וועג אהיים נאכן אויסהערן די בולעטין נייעס פון די טאג בינעך צוריק געגאנגען צו הערן אויב עס איז שוין דא עפעס פרישע נייעס האב איך דאס געהערט.
כ'בין דעמאלטס געשטאנען ביי א רויט לייט!
אהער און אהין האט געשריבן:בן דותא האט געשריבן: אויפן וועג אהיים נאכן אויסהערן די בולעטין נייעס פון די טאג בינעך צוריק געגאנגען צו הערן אויב עס איז שוין דא עפעס פרישע נייעס האב איך דאס געהערט.
כ'בין דעמאלטס געשטאנען ביי א רויט לייט!
כ'בין זיכער אז דו ווייסט פונטקליך ביי וועלכן רויט לייט דאס איז געווען, צו איסט ניו יארק צו בראנזוויל צו פעטערבורג, שטימט?...
בן דותא האט געשריבן:אהער און אהין האט געשריבן:בן דותא האט געשריבן: אויפן וועג אהיים נאכן אויסהערן די בולעטין נייעס פון די טאג בינעך צוריק געגאנגען צו הערן אויב עס איז שוין דא עפעס פרישע נייעס האב איך דאס געהערט.
כ'בין דעמאלטס געשטאנען ביי א רויט לייט!
כ'בין זיכער אז דו ווייסט פונטקליך ביי וועלכן רויט לייט דאס איז געווען, צו איסט ניו יארק צו בראנזוויל צו פעטערבורג, שטימט?...
ביי דעם רויט לייט בינעך געשטאנען דעמאלטס!
בן דותא האט געשריבן:בן דותא האט געשריבן:אהער און אהין האט געשריבן:בן דותא האט געשריבן: אויפן וועג אהיים נאכן אויסהערן די בולעטין נייעס פון די טאג בינעך צוריק געגאנגען צו הערן אויב עס איז שוין דא עפעס פרישע נייעס האב איך דאס געהערט.
כ'בין דעמאלטס געשטאנען ביי א רויט לייט!
כ'בין זיכער אז דו ווייסט פונטקליך ביי וועלכן רויט לייט דאס איז געווען, צו איסט ניו יארק צו בראנזוויל צו פעטערבורג, שטימט?...
ביי דעם רויט לייט בינעך געשטאנען דעמאלטס!
ס'נאך רויט זייט דעמאלטס......
סיפורי צדיקים האט געשריבן: און חדר הספרים אין קרית יואל אויפן וועגן צו כאפן א מנחה 10 מינוט פאר ר"ת
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן: אונטער די פארענטשעס הארט בעפאר דער רבי איז אריין צום זאת חנוכה טיש אין ביהמ"ד הגדול
נעגלוואסער האט געשריבן: געזיצן און כולל מיט מיין חברותא
קרית יואל פלייש האט געשריבן: געווען איז עס 5:00 נאכמיטאג געהאלטן אינמיטן לערנען אין היכל ראזענבערג אין קרית יואל אין אריינבאקימען א טעקסט מעסעדש פין קול העולם (ווען מען האט נאך געקענט באקומען טוויטער אויף טעקסט...)
קיינמאל וועל איך נישט פארגעסן מיינע געמישטע געפילן פין יענע מוניטן...
בעל החבית האט געשריבן:סיפורי צדיקים האט געשריבן: און חדר הספרים אין קרית יואל אויפן וועגן צו כאפן א מנחה 10 מינוט פאר ר"ת
האסט געכאפט מנחה צום סוף, אדער ביסט געבליבן שטעקן מיטן נייעס אין האלז ? דערעמעס...!!!
(אדער דאס געדענקסטו שוין 'נישט')
סטיטשינער האט געשריבן: דענק איך טאקע ווי היינט, בינעך פונקט יעמאלטס געווען חנוכה אין ירושלים עיה''ק, אויפן וועג אהיים פון ראחמעסטריווקע רבין זז''ג'ס זאת חנוכה טיש. כהאב געהאלטן נאך א גאנצע מעת לעת נישט שלאפן צוליבן טילטולא דאורחא, און שווער געקענט פארנעמען די שטיפענעיש און פארע וואס הערשט דארט ביים טיש כידוע.
האבעך געזאגט פארן שיתוף לדבר מצוה מיינע אז איך קען עס שוין נישט דערהייבן מער, און ער זאל מיך זאפארט צוריק טראגן צום אכסניא. האמיר שפאצירט אויף דעם גרויסע בר אילן גאס, און פון דערווייטנס זעה איך א ליטוואק טאנצען אויפן דאך פון א בנין שרייעדיג קולות ווי א וואנזיניגע צו אלע דורכגייער. צוליב מיין פארשלאפנקייט האב איך אבער נישט געקענט אויפכאפן וואס ער זאגט, און עס האט מיך גאנץ קנאפ אינטערסירט.
נאך עפעס א הערי וואס האט זיך אינטערגענומען איין דריי צו סאך ביי דראנקען דריידל, און פראבירט יעצט שאפן ווי מער צוקוקער צו זיין פריילעכקייט. זאל ער נאר נישט טראסקענען און דורכלעכערן זיין קאפ פונקט פראנט פון מיר. האב איך געטראכט צו זעך, און אוועק געדרייט די קאפ מיינע, נישט וועלנדיג אים שענקען קיין איין טראפ איבריגע אויפמערזאמקייט וואס קען ח''ו צוברענגען צו זיין נפילה.
אבער מיין שותף, וואס איז געווען א היזיגער און געהאט די קאפ אויפן פלאץ, האט געכאפט וואס דער בחור שרייט און זיך גענומען מיטטאנצען מיט שמחה. "דו אויך? דו פאלסט אויך פאר די נארישע שיכור'ס זוך פאר אויפמערקזאמקייט?" האב איך אים געפרעגט מיט אויפברויז.
"דו הערסט נישט וואס ער שרייט? טראמפ (מיט א פתח..) האט באפרייט רובאשקין!"
און הערענדיג די ווערטער האב איך אנגעכאפט זיינע הענט, און טראץ - אדער גאר צוליב - די מידעקייט האמיר זיך ארויסגעלאזט אין א טענצעל צוזאמען אויפן הויפט גאס. עס האט נישט גענומען קיין פאר סעקונדעס און פון די קליינטשיגע רינגעלע איז געווארן א רינג כמו שכתוב וואס האט אפגעשטעלט די גאנצע פארקער. פון דארט זעמיר אריבער צו די דערנעבענדיגע שטיבלעך, וואו אן אויפגעהייטערטע יונגערמאן האט אראפ געלייגט א יום טוב'דיגער מעריב כמו שצריך. נאך מעריב האט איינער געשטעלט א ברייטע לחיים פון וואפלעך און פעטעל וואס איז מתקן אלע ענינים כידוע, און גראד דערנאך האבן מיר זיך געלייגט שלאפן. ביים אויפשטיין - אנע אריין גיין אין קיינע דעטאלען - איז עס שוין געווען אלטע נייעס..