ציטיר
1
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך די נקודה
»
מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 1:33 am
אה, כ׳וועל קיינמאל נישט פארגעסן דעם גרויסן טאג בל״נ. אנגעהויבען האב איך דעם טאג מיט א ווארימע שחרית און הלל לכבוד זאת חנוכה, ביי די עליות זיך געלאזט קאסטן א שיינעם סכום אויסצוקויפן די אנדערע וואס האבן אויכעט געצויגן לכבוד היום ביז זיי האבן אויפגעגעבן אויף מיר… מ׳האמיר ב״ה עולה געווען די עלי׳ פון ״זאת חנוכת המזבח״ וואס מיר האבן זיך איינגעקויפט בכסף מלא מיט די האפענונג צו זיין א כלי מוכשר לקבל פאר די פילע השפעות טובות וואס דער גרויסער טאג איז מסוגל. דעמאלט איז נאך א מארטגעדזש געווען א מארטגעדזש… טרענספערן ס׳געלט פון דאנעט ביז אהין און מאכן עוועיליבל ס׳גאנצע נויטיגע 200 אלפים איז געווען טרענסעקשאנס… (ס׳איז נאך געווען 2 יאר פאר קאוויד, אקעי?) אונזער ״קלאוזינג״ איז געווען געסקעדזשולט גענוי יענעם זאת חנוכה תשע״ח אין פלעטבוש אויף 2 אזייגער מיט מיין חבר דשמא קגרים - נ.ב. פאר די וואס געדענקען נאך… אמאל פלעגט א קלאוזינג זיין א געהעריגע קלאוזינג… דער מוכר ופמליתו מיט זיין אטוירני מצד אחד און די באנק קלאויזער / טייטל קלאויזער און קונה׳ס אטוירני מצד השני מ׳האט נאטירט די נעמען און איידיס פון אלע אנוועזנדע ווער אלס ס׳איז געזיצן ביים קלאוזינג, מאיז געזיצן מיט רעספעקט אבער פעסט געשטאנען אויף די רעכטן… עס האט געקענט געהעריג געדויערן 2-3 שעה מיט אלע חשבונות רעכענען אהין און צוריק… ביז יעדער איז ארויס צופרידן און אלע געלטער זענען געווארן אויסגעגראד… - היינט א קלאוזינג? אלעס איז שוין פון פריער געסיינט, אלע נומבערס צוגעגרייט, מ׳טרעפט זיך ניטאמאל, מ׳סיינט אפאר פאפירן און ס׳איז ויקן את חלקת השדה… דער ויקם שדה עפרון שפירט זיך שוין נישט אזוי שטארק… עניוועי - מ׳האמיר נארוואס געענדיגט דעם לאנגן קלאויזינג ס׳איז שוין געווען באלד 5 אזייגער מ׳האמיר געמאכט א פלאן ווי ס׳איז די נאנטסטע פלאץ צוצוגיין דאווענען מנחה מ׳האמיר ארויסגעוואקט פון דעם שיינעם אפיס בנין אין פלעטבוש צוזאמען מיט מיין חבר… אונזער שמחה איז געווען שטארק אז מיר האלטן שוין בס״ד דא… און ספאנטאן ארויסגייענדיג האט אריינגעבליצט די אומגלויבליכע פריידיגע נייעס - - - ״רובאשקין איז באפרייט!!״ שיכור פון פרייד איז נישט דאס ווארט… דיזי פון שמחה איז אפשר א משל פון א אויסדרוק… נאכדעם געדענק איך שוין גארנישט… ניטאמאל ווי כ׳האב למעשה געדאוונט מנחה… כ׳בין טאקע נישט געגאנגען טאנצן ביינאכט אין ערגעץ כאטשיג כ׳האב געטראכט דערפון… כ׳האב מיטגעהאלטן ווי עסקנים זענען ספאנטאן ארויסגעפארן קיין אוטאסוויל… די נייעס האט אומאויפהערליך געטוהן שטורמען עד אשמורת הבוקר…