רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע:עולם השפל

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

הרב מגאליציען האט געשריבן:
איז באקאנט ווער דער רבי פון לובלין'ס פאטער'ס פאטער איז געווען?
זוך אויף זיין מצבה, לכאורה איז עס נאך קיים
(איך האב פראבירט א האלבע יאר צוריק אבער נישט מצליח געווען, דער ביה"ח איז ליידער זייער ציוואקסן)
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

עוג מלך הבשן האט געשריבן:
הרב מגאליציען האט געשריבן:
איז באקאנט ווער דער רבי פון לובלין'ס פאטער'ס פאטער איז געווען?
זוך אויף זיין מצבה, לכאורה איז עס נאך קיים
(איך האב פראבירט א האלבע יאר צוריק אבער נישט מצליח געווען, דער ביה"ח איז ליידער זייער ציוואקסן)
וועמען'ס מצבה? וועלכער ביה"ח?

ס'איז פארהאן פארשידענע רעקארדס פון הרבנית צירל אשת הרה''ק ר' ישראל יצחק מראדאשיץ זי''ע (היינט נאכט די יארצייט), וואס איז געווען א טאכטער פון הרה''ק ר' ליבוש מזארנאווצא זי''ע און מרת חוה בת הגה''ק ר' אברהם אליעזר אבי הרה''ק מלובלין זי''ע. שטייט אויף מרת חוה הנ"ל z Izraelowiczow. קלער איך אז דאס איז געווען איר פאמיליע נאמען, דהיינו אז ר' אברהם אליעזר איז געווען א זוהן פון ר' ישראל.
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע:עולם השפל

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

ביידע עלטערן פון דער רבי פון לובלין ליגן ווארשיינליך אין יוזופוף
לויט דער סייט גדעונים זענען דא די מצבות:

אברהם אליעזר הלוי - תקכ"ח
מאטיל (בת) יעקוב קאפיל - תרמ"א

תרמ"א איז לכאורה א טעות וצ"ל תקמ"א, היות דער מצבה געפינט זיך ציווישן אלטע מצבות פון דער ת"ק יארן. דער מצבות אינ'ם יוזפוף'ער ביה"ח זענען אין גאנץ א גוטע צושטאנד, אבער עס איז ליידער באוואקסן מיט הויכער געוויקסן ביז 5 פיס הויך. איך האב דארט פרובירט מיט א האלבער יאר צוריק טרעפן זייערע מצבות אבער נישט מצליח געווען
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3377
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

עוג מלך הבשן האט געשריבן:
אברהם אליעזר הלוי - תקכ"ח
מאטיל (בת) יעקוב קאפיל - תרמ"א
מאן יימר אז דאס זענען די עלטערן פון רבי׳ן פון לובלין.
זיין פאטער האט געהייסן ר׳ אברהם אליעזר נישט ״אברהם בן אליעזר״, ווי עס ווערט געברענגט דארטן.
מצד השני איז ער געווען א ברודער פון ר׳ דוב הורוויץ, דער פאטער פונ׳ם אייזערנעם קאפ, פילייכט קען דא העלפן.
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע:עולם השפל

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

מזל טוב מחותן!

באתרא הדין ובכל אתר ואתר פון די סארט חברה (פרייע סטודענטן ל"ע) זענען כמובן דא טעותים
נאר איך האב געטראכט איינער אברהם ?בן? אליעזר הלוי וואס ליגט סמוך ונראה צום רבי פון לובלין'ס מאמע איז ווארשיינליך דער פאטער זיינע. אדרבה, ווער עס וויל דארט בודק זיין איז מכובד…

ואגב רבי מאיר עוש"ה פלאו"ת בספרו אהל שמעון ברענגט בשם הרי"ף אז דער פאטער פונ'ם לובלינ'ער איז אוועק תקכ"ח. ממילא יש מקום לדין עד שתעיד המצבה
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

עוג מלך הבשן האט געשריבן:
ביידע עלטערן פון דער רבי פון לובלין ליגן ווארשיינליך אין יוזופוף
לויט דער סייט גדעונים זענען דא די מצבות:
אברהם אליעזר הלוי - תקכ"ח
מאטיל (בת) יעקוב קאפיל - תרמ"א
תרמ"א איז לכאורה א טעות וצ"ל תקמ"א, היות דער מצבה געפינט זיך ציווישן אלטע מצבות פון דער ת"ק יארן. דער מצבות אינ'ם יוזפוף'ער ביה"ח זענען אין גאנץ א גוטע צושטאנד, אבער עס איז ליידער באוואקסן מיט הויכער געוויקסן ביז 5 פיס הויך. איך האב דארט פרובירט מיט א האלבער יאר צוריק טרעפן זייערע מצבות אבער נישט מצליח געווען
אפשר דארפן די לובלינער אייניקלעך באשטעלן ביי אבותינו אפצורייניגן די בית החיים.
ייחוס זוכער
שר האלף
תגובות: 1106
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 5:59 am

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ייחוס זוכער »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
מען שרייבט אז ר' אורי לאנדמאן מפודוליי (נולד לאביו רצ"ה אב"ד סטרעליסק בשנת תקצ"ג) איז געוועהן אן איידעם ביי ר' מרדכי מאפטא ואשתו מטל בת ר' שמואל מריישא, איז באקאנט ווער איז דער ר' מרדכי מאפטא ? און וואס איז געווען שם אשת ר' אורי ?
פון גשר גלציה קומט לכאורה אויס אז זי האט געהייסן רבקה איידל
זיין ברודער ר' פנחס לאנדמאן (נולד תקי"ד) האט חתונה געהאט מיט זיין טאכטער (כמדומה לי שרה צירל !) און איז געוועהן רב אין קרילוב (עפעס א שייכות מיט וואס הרב מגאליציה שרייבט ?)
אשת ר' אורי מפאדלוי היתה מרת דבורה
רבקה איידל שהזכרת היא לכאורהאשת ר' אורי מבעלזא משב"ק של מרן מהר"י
אוועטאר
יחוס חוקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 10:56 pm
לאקאציע:אינעם היסטארישן לייבערי אין...

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחוס חוקר »

אין ספר מעשה נחמי' אויף הרה"ק ר' נחמי' פון ביחוב זוהן פונעם יו"ד הק' שטייט אז בנו ר' ישראל דוד מזילקווקא איז געוועהן א איידעם בזיווג ראשון ביי הרה"צ ר' קאפעלע מלובלין איינער וויסט ווער דער ר' קאפל'ס טאטע איז געוועהן?
אויב קענסטו נישט דיין רבי'נס יחוס איז גארנישט געשען. אבער אויב קענסטו נישט די יחוס פון די אלופי עשו קענסטו נישט א פסוק חומש...
הגה"צ ר' חיים יוסף בידערמאן שליט"א בשם הרה"ק ר' שמעון'לע זעליחובער הי"ד משגיח בישיבת חכמי לובלין.
אוועטאר
יחוס חוקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 10:56 pm
לאקאציע:אינעם היסטארישן לייבערי אין...

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחוס חוקר »

יחוס חוקר האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:56 pm
אין ספר מעשה נחמי' אויף הרה"ק ר' נחמי' פון ביחוב זוהן פונעם יו"ד הק' שטייט אז בנו ר' ישראל דוד מזילקווקא איז געוועהן א איידעם בזיווג ראשון ביי הרה"צ ר' קאפעלע מלובלין איינער וויסט ווער דער ר' קאפל'ס טאטע איז געוועהן?
איינער ווייסט מער איבער דעם?
אויב קענסטו נישט דיין רבי'נס יחוס איז גארנישט געשען. אבער אויב קענסטו נישט די יחוס פון די אלופי עשו קענסטו נישט א פסוק חומש...
הגה"צ ר' חיים יוסף בידערמאן שליט"א בשם הרה"ק ר' שמעון'לע זעליחובער הי"ד משגיח בישיבת חכמי לובלין.
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

dovidal האט געשריבן: זונטאג יולי 22, 2018 1:55 pm
אין עלים לתרופה די וואך ברענגט איינע פון די כותבים אז דער חוזה איז נסתלק געווארן בתשעה באב שחל בשבת
תקע"ה אבער דער אנדערער שרייבער הרב בעריש ווייס זאגט מיר אז ער האט עס אויך איבערגעקוקט אין עס איז נישט אויסגעפאלן אין שב"ק
מי יכול להכריע?
אטעטשמענטס
WhatsApp Image 2023-07-26 at 12.53.16 AM.jpeg
WhatsApp Image 2023-07-26 at 12.53.16 AM.jpeg (89.56 KiB) געזען 559 מאל
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

הרה"ק רבי יעקב יצחק ב"ר אברהם אליעזר הלוי זי"ע, (הורוויץ), החוזה מלובלין

ער איז געבוירן אין שטאט טארניגראד, בשנת תק"ז,

צו זיין טאטן הרה"ק רבי אברהם אליעזר הלוי הורוויץ מיוזעפאף זי"ע,
א אייניקל פון הגה"ק בעל השל"ה הקדוש זי"ע,
ווערט דערציילט אז דעם נאמען הורוויץ האט די משפחה גענומען פון א שטאט ווי זיי האבן געוואוינט אין אירופה מיטן נאמען "Horovic",

און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת מאטיל ע"ה,
בת הרה"ק רבי יעקב קאפיל מליקאווא זי"ע, וואס איז געווען פון די גדולי תלמידים פונעם בעש"ט הקדוש זי"ע,
וואס דער הייליגער חוזה מלובלין זי"ע האט זיך איינמאל אויסגעדריקט צו א אייניקל, אז אויב וואלט ער געווען א אייניקל פון רבי קאפיל דורך א זוהן, וואלט ער אנגעקומען צו אסאך א העכער מדרגה אין קדושה אין זיין לעבן,

אוף דעם זיידן רבי קאפיל זי"ע דערציילט מען אז ער איז געווען א איש האמת און א צדיק וקדוש, ער האט געהאנדעלט מיטן פארקויפן ברוינפען און פון דעם האט ער געהאט פרנסה, און ער איז געווען באקאנט ביי יעדן אלס א מענטש וואס האט געטון מסחר מיט א מוראדיגע ערליכקייט, אויך האט ער גאר אסאך עוסק געווען בצדקה וחסד מיט די אידן אין זיין שטאט, גרויסע סכומים האט ער אוועק געגעבן פאר ארימעלייט און געהאלפן יעדן איד,

איינמאל האבן די גוים וואס האבן זייער מקנה געווען דעם איד רבי קאפיל אז ער געט אזוי פיל צדקה, און זיי האבן געהאלטן אז זיכער טוט דער איד עפעס שווינדל אז ער האט אזוי פיל געלט אוועק צו געבן, זענען די גוים אריבער צום פריץ און אריין געגעבן א מסירה אז דער איד גנב'ט פון די שטאט און דערפאר האט ער אזוי פיל געלט,

דער פריץ וואס האט גאר גוט געקענט דעם רבי קאפיל און געוויסט אז ער איז א ערליכער מענטש, האט אבער אפגעמאכט אז ער וועט אריבער גיין צום איד און פארלייגן די טענות וואס מען האט אויף אים, און זעהן אויב דער איד קען אים ענטפערן פון ווי ער האט אזוי פיל געלט,

ווען דער פריץ איז אנגעקומען צו רבי קאפיל אינדערהיים, האט ר' קאפיל אים אויף גענומען מיט א כבוד און זייער שיין מכבד געווען, און דער פריץ האט אזוי רעדענדיג מיט אים געזאגט, די גוים רעדן זיך אפ אויף דיר אז די געסט אזוי פיל געלט פאר צדקה, איז פון ווי קומט צו דיר אזוי פיל געלט,

האט ר' קאפיל געבעטן דעם פריץ אז ער זאל אריין קומען מיט אים אין זיין קעלער ווי ער האלט די ברוינפען, און ער ווייזט פארן פריץ דעם פאס ברוינפען און בעט דעם פריץ אז ער זאל אפמעסטן די אלקעהאל אויב עס שטימט, און דער פריץ האט געזען אז עס שטימט,

דאן האט ר' קאפיל ארויס גענומען א האלבע קריגל ברוינפען און דאס אריין געגאסן אין א אנדערן קריגל ווי עס איז געווען האלב וואסער, און דאן זאגט ער פארן פריץ, מעסט דעם אלקהאל און זעה אויב עס שטימט נאך אלץ, און ווי פארוואונדערט איז דער פריץ געווארן אז אפילו נאכן צוזאמען מישן מיט וואסער איז די ברוינפען געבליבן די זעלבע שטארק ווי בעפאר,

דאן האט ר' קאפיל געזאגט פארן פריץ, יעצט זעהסטו אז איך גנב'ע נישט פון קיינעם, נאר דער גרויסער באשעפער שיקט אריין א ברכה און די סחורה כדי איך זאל קענען טיילן צדקה מיט א ברייט האנט, דער פריץ איז ממש נתפעל געווארן פון די ערליכקייט פון ר' קאפיל און ער האט אים אהין געגעבן דעם געשעפט במתנה,

אויך דערציילט מען אז דער חוזה מלובלין האט זיך אמאל אויסגעדריקט, פארוואס איז מען מקיים אלעס וואס ער הייסט בעולם העליון, ווייל מען האט אויסגערופן בעולם העליון אויפן חוזה מלובלין "דרך ארץ, הלא הוא נכדו של רבי קאפיל",

דערציילט מען אז איינמאל אלס קינד האט דער הייליגער חוזה זיך געטראפן מיט הרה"ק רבי ר' זושא מאניפאלי זי"ע, און ר' זושא האט געזאגט פארן חוזה ביי מיר האסטו באקומען דעם "נפש און רוח" יעצט גיי צו מיין ברידער אלימלך און ער וועט דיר געבן דעם "נשמה",

ער איז געווען א איש אלקים קדוש ונורא מאוד, בקי בכל התורה כולה, בעל רוח הקודש אמתי, בעל מופת עצום און א גרויס פועל ישועות בקרב הארץ, כל תעלומות וכל רז לא אניס לי', ער האט מיט זיינע הייליגע אויגן געזען מסוף העולם עד סוף העולם, ער איז געווען א עניו מאוד און אייביג געזאגט אז ער איז גאר ווייט פון זיין א אמתע'ע עובד השם,

איינמאל האט דער הייליגער חוזה מלובלין געזאגט פאר זיינע תלמידים, אפילו די גאנצע וועלט וועט מיר זאגן אז איך בין א צדיק, וועל איך נישט גלייבן, און אויב דער גרויסער באשעפער וועט מיר זאגן אז איך בין א צדיק, וועל איך גלייבן, אבער נאר אויף יענע רגע, אבער א רגע נאכדעם קען איך שוין זיין א רשע ח"ו,

ער איז אויף געוואקסן אונעם שטוב פון זיין הייליגען זיידע רבי קאפיל ליקאווער זי"ע און ער איז געווען א תלמיד פון הגה"ק רבי רבי משה הערש מייזליש אב"ד זאלקאווע זי"ע,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

ער איז געווען א תלמיד מובהק בתורת הנגלה פון הרה"ק רבי שמעלקא מניקלשבורג זי"ע, און דארט איז ער געווען פון די גרעסטע תלמידים ביי זיין רבין, ער איז שוין דאן געווען באוויסט מיט זיין גדלות בתורה, אבער מער איז ער געווען דאן באוויסט מיט זיין געוואלדיגע קדושה וטהרה, ער האט דארט אין ניקלשבורג געלערנט מיט גדולים און צדיקים מדורו,

אויך איז מקובל אז זיין הייליגע רבי מניקלשבורג זי"ע האט דעם תלמיד דער הייליגער חוזה מלובלין געגעבן א תפקיד צו זיין א שומר, אז אויב ער זעהט אז די רבי פארלערענט זיך און פארגעסט פון דביקות בשם זאל ער אים דערמאנען, אבער דער הייליגער חוזה האט געזאגט, אז דאס איז קיינמאל נישט געשען, ווייל דער רבי ר' שמעלקא זי"ע האט קיינמאל נישט פארגעסן פונעם בורא עולם,

אויך האט ער געהאט א זכי' יעדן טאג צו זאגן ברכת התורה פארן רבין, און זיין הייליגע רבי האט נאך געזאגט אמן, ווען די תלמידים האבן געפרעגט דעם רבין פארוואס נאר דעם תלמיד הערט ער אויס די ברכות יעדן טאג, האט די רבי ר' שמעלקא געזאגט בזה"ל, "על ברכותיו עונים אמן כל הפמליא של מעלה",

אויך האט דער הייליגער חוזה מלובלין געזאגט אז ווען ער האט געלערנט ביי זיין רבין ר' שמעלקא מניקלשבורג זי"ע, ווען זיין רבי פלעגט לערנען זיין שיעור אין שולחן ערוך אורח חיים, האט ער דער חוזה מרגיש געווען א ריח גן עדן, אבער דער רבי פלעגט אייביג האלטן א פושקע בשמים אויפן טיש כדי דאס צו באהאלטן פון די אנדערע תלמידים,

ווי עס ווערט געברענגט פון צדיקים וקדושים בדורו, אז דער הייליגער חוזה מלובלין זי"ע, האט ביי די 12 יאר אלט זיך מקבל געווען, און איז פאר 7 יאר געגאנגען אויף די גאס ארומגעבינדן די אויגן כדי ער זאל נישט ח"ו נכשל ווערן מיט קיין ראי' אסירה, און דערפאר האט ער זוכה געווען צו זיינע הייליגע אויגן וואס האט אלעס געזען, און דערפאר האט מען אים א נאמען געגעבן "דער הייליגער חוזה מלובלין" ווייל דער נאמען חוזה מיינט זעהן,

ער איז געווען א תלמיד פון הרה"ק רבי ר' בער המגיד ממזריטש זי"ע, און ער איז פארעכענט געווארן פון די גרעסטע תלמידים פון זיין רבין, וואס איז געווען דער ממשיך דרכו פון זיין רבין דער בעש"ט הקדוש זי"ע, און ווען ער איז אנגעקומען דאס ערשטע מאל צום מגיד ממזריטש זי"ע, האט אים דער מגיד מקבל פנים געווען און געזאגט "ברוך הבא יוסף הצדיק",

דערציילט מען אז דאס ערשטע שבת וואס ער איז אנגעקומען צום הייליגען מגיד ממזריטש זי"ע, און דער הייליגער חוזה האט געהאט א מנהג יעדן ערב שבת קודש צו זאלצן א שטיק פיש פאר זיך אויף שבת קודש, דערציילט דער הייליגער בעל התניא זי"ע אז די תלמידים פונעם מגיד האבן געוואלט זעהן ווי אזוי דער שטיקל פיש וועט אנקומען צום חוזה שבת ביים טיש, האבן די תלמידים פונעם מגיד געמאכט א סימן אויפן שטיקל פיש און געווארט צו זעהן וואס עס גייט געשען,

ביים טיש האבן די תלמידים געזען אז דאס שטיקל פיש איז אנגעקומען צו איינע פון די תלמידים וואס איז געזעצן נעבן דעם חוזה, אבער דאן האט דעם תלמיד אנגעכאפט א בויך ווייטאג און ער האט נישט געקענט עסן דעם פיש, און דער תלמיד האט דאס געגעבן פארן חוזה, דאן האבן די תלמידים געזען אז דער חוזה איז א אדם גדול מאוד,

אויך איז ער געווען א תלמיד פון הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, וואס האט אויף דעם תלמיד נאך זייענדיג גאר יונג געזאגט אז ער וועט אויסוואקסן א גדול בישראל און א קדוש וטהור, אויך דערציילט מען אז ווען ער איז דאס ערשטע מאל געקומען צום הייליגער רבי אלימלך, האט רבי אלימלך געזאגט פאר זיינע תלמידים "בואו ונלכה לקראת משיח בן יוסף אשר בא לכאן",

עס איז באקאנט אז פאר די פטירה האט דער הייליגער רבי אלימלך מליזענסק זי"ע סומך געווען זיינע הייליגע הענט אויף זיינע תלמידים, און פאר די פיר גרויסע תלמידים האט ער איבער געגעבן זיינע כוחות,
הרה"ק החוזה מלובלין זי"ע, האט באקומען זיינע הייליגע אויגן,
הרה"ק המגיד מקוזניץ זי"ע, האט באקומען זיין הייליגע הארץ,
הרה"ק רבי מענדל מרימנוב זי"ע, האט באקומען זיין כוח הנשמה שבמוחו,
הרה"ק מאפטא זי"ע, האט באקומען זיין גרויסע כח פון זיין הייליגע מויל.

אויך איז ער געווען א תלמיד פון הרה"ק רבי מיכל מזלאטשוב זי"ע, און געווען פון די גרויסע תלמידים פון הרה"ק רבי לוי יצחק מברדיטשוב זי"ע, און דער הייליגער תפארת שלמה מרדומסק זי"ע שרייבט אז דער הייליגער חוזה מלובלין האט פאר 16 יאר יעדן טאג מקדיש געווען א שעה צו לויבן און דאנקען דעם באשעפער אז ער האט אראפגעברענגט דעם צדיק וקדוש דער קדושת לוי אויף די וועלט,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

דער הייליגער רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע, האט אים משדך געווען מיט הרבנית הצדקת מרת טילא שפרינצא ע"ה, בת הרה"ק רבי הערשעלע מלאנצוט זי"ע, וואס איז געווען א תלמיד מובהק פון רבי ר' אלימלך זי"ע,

יארן שפעטער ווען זיין רעבעצין איז נפטר געווארן האט ער חתונה געהאט בזיווג שני מיט הרבנית הצדקת מרת בילא ע"ה, בת הגה"ק רבי מאיר אב"ד מאסטע זי"ע, א אייניקל פונעם הייליגען פני יהושע זי"ע,

קודם האט דער חוזה געוואוינט אין שטאט לאנצוט נעבן זיין שווער, און דארט האט ער עוסק געווען בתורה מיט א געוואלדיגע התמדה און קדושה, שפעטער האט ער זיך אריבער געצויגען צום שטאט ראזוואדוב, אבער צוליב א מחלוקה וואס איז פאר געקומען דארט אין שטאט און מען האט אים אויך גערוידפט דערפאר, האט ער זיך צוריק געצויגען קיין לאנצוט,

דערנאך איז דער הייליגער חוזה אריבער צום שטאט טשעחויב וואס איז געווען בגלילות פון שטאט לובלין, און דארט האט אנגעהויבן נתפרסם ווערן זיין נאמען, ער איז דאן באוויסט געווארן איבעראל מיט זיין גדלות בתורה און זיינע הויכע מדרגות, אויך איז באוויסט געווארן זיינע הייליגע אויגן וואס ער האט מיט זיי געזען אלעס, און ער איז באוויסט געווארן אלס א בעל רוח הקודש נפלא,

דאס האט געברענגט אז די גדולים פון שטאט לובלין זענען געקומען בעטן דעם הייליגען חוזה אז ער זאל זיך אריבער צוען צו זייער שטאט לובלין וואס איז דאן געווען א עיר ואם בישראל פיל מיט גדולים און גאונים בתורה און אויך אידן עובדי השם בקדושה וטהרה,

דער הייליגער חוזה האט אנגענומען זייער פארלאנג און זיך אריבער געצויגן צו זיי אין שטאט, און פון שטאט לובלין איז זיין נאמען ארויס איבער די גאנצע מדינה און אויך אין אנדערע מדינות אלס א גאון וקדוש און א גדול בתורה ועבודת השם, טויזענטער אידן זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצלו פון דעם הייליגען צדיק וקדוש, און טויזענטער אידן זענען געהאלפן געווארן מיט ברכות און ישועות באופן נפלא,

אויך צדיקים וקדושים האבן זיך מדבק געווען אין דעם צדיק און זיך פאריפן אלס תלמידים מובהקים פון אים, ובתוכם,

הרה"ק היהודי הקדוש מפשיסחא זי"ע,
הרה"ק רבי דוד מלעלוב זי"ע,
הרה"ק רבי ישכר בער הסבא קדישא מראדושיץ זי"ע,
הרה"ק רבי משה טייטלבוים בעל ישמח משה מאוהעל זי"ע,
הרה"ק רבי אהרן משה מבראד זי"ע,
הרה"ק רבי שמואל מקארוב זי"ע,
הרה"ק רבי ישעי' מפשעדבורז זי"ע,
הרה"ק רבי צבי אלימלך בעל בני יששכר מדינוב זי"ע,
הרה"ק רבי קלונימוס קלמן מקראקא בעל מאור ושמש זי"ע,
הרה"ק רבי שמחה בונם מפשיסחא זי"ע,
הרה"ק רבי יחזקאל מקוזמיר זי"ע,
הרה"ק רבי מאיר בעל אור לשמים מאפטא זי"ע,
הרה"ק רבי צבי הירש בעל עטרת צבי מרופשיץ זי"ע,
הרה"ק רבי משה מסאמבור זי"ע,
הרה"ק רבי סענדר מקאמארנא זי"ע,
הרה"ק רבי אריה ליבוש בעל ארי' דבי עילאי זי"ע,
הרה"ק רבי נפתלי צבי בעל זרע קודש מרופשיץ זי"ע,
הרה"ק רבי שמעון מיערסלוב זי"ע,
הרה"ק השר שלום מבעלזא זי"ע,

נאכן פטירה פון זיין רבין דער הייליגער רבי אלימלך מליזענסק זי"ע האבן רוב תלמידים מקבל געווען דעם הייליגען חוזה מלובלין אלס דער ממשיך דרכו פון זייער גרויסן רבין,

ווי באקאנט האט דער הייליגער חוזה זיין גאנץ לעבן גאר שטארק ארויסגעקוקט אויף די גאולה שלימה, ער האט במסירת נפש פארארבעט מעשים גבוהים ונוראיים צו ברענגען משיח צדקנו,

אויך דערציילט מען אז ווען א איד איז אריינגעקומען זיך מזכיר זיין ביים הייליגען חוזה מלובלין זי"ע, האט דער צדיק געזען אויפן שטערן פון דעם איד אדער אונעם קוויטל, אלע עבירות וואס דער מענטש האט געטון, און ער האט טויזענטער אידן דורך דעם מחזיר בתשובה געווען און געברענגט נענטער צום הייליגער באשעפער,

דארט אין לובלין האט ער אסאך געליטן פון די מתנגדים קעגן די דרך החסידות, וואס ווי באקאנט האט דער הייליגער חוזה מלובלין שטארק צעשפרייט דעם דרך החסידות אין גאליציה און פולין, בראש פון די מתנגדים איז געווען הגה"ק רבי עזריאל הורוויץ הנקרא דער אייזערנער קאפ זי"ע, און בשנת תקנ"ד האט מען אויף געשטעלט א נייעם ביהמ"ד פאר חוזה מלובלין כדי זיך צו צעטיילן פון די מתנגדים, אבער דאס האט נישט אסאך געהאלפן ווייל זיי האבן ווייטער גע'רודפ'ט דעם הייליגען חוזה, אבער דער חוזה האט זיך פון זיי בכלל נישט וויסענדיג געמאכט און ווייטער פארשפרייט דעם דרך החסידות,

הרה"ק רבי אורי הנקרא השרף מסטרעליסק זי"ע איינע פון די תלמידים פונעם חוזה, האט אמאל געזאגט,
דער שטאט לובלין, איז ארץ ישראל,
דעם חצר פון דעם ביהמ"ד, איז ירושלים,
דער ביהמ"ד, איז דער הר הבית,
די דירה פונעם חוזה, איז דער עזרה און דער היכל,
דער חדר מיוחד פונעם חוזה, איז דער קודש הקדשים,
און די שכינה הקדושה מדברת מתוך גרונו של החוזה מלובלין,

זיינע הייליגע דברי תורה זענען געדריקט געווארן אין די הייליגע ספרים,
זאת זכרון,
זכרון זאת,
דברי אמת,

ער האט איבער געלאזט זיינע קינדער,

הרה"ק רבי ישראל מלובלין זי"ע,
הרה"ק רבי יוסף מטורטשין זי"ע,
הרה"ק רבי אברהם זי"ע, נפטר בחיי אביו,
הרה"ק רבי צבי זי"ע,
הילד מאיר שלום ע"ה,
בתו הרבנית הצדקת מרת שרה צירל ע"ה, אשת הרה"ק רבי שמואל אנגלסברג מריישא זי"ע,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

בשנת תקע"ד ביי די מלחמה פון נפוליאון מיט דעם צאר אלכסנדר, האבן אסאך צדיקים פונעם דור געהאפט אז עס איז אנגעקומען דעם זמן הגאולה און משיח גייט שוין אט אט קומען, אויך דער הייליגער חוזה מלובלין האט פארארבעט גרויסע מעשים צו ברענגען דעם גאולה שלימה, וואס זיין גאנץ לעבן האט ער אזוי געהאפט אז משיח ועט נאך קומען בימיו,

אויך 4 יאר בעפאר דעם איז דער הייליגער צדיק רבי לוי יצחק מברדיטשוב זי"ע נסתלק געווארן און דער קדושת לוי האט געזאגט אז ער וועט נישט אריינגיין אין גן עדן ביז ער פויעלט אויס אז משיח זאל שוין קומען, האט דער הייליגער חוזה מלובלין געהאלטן אז די מלחמה פון נפוליאון איז מלחמת גוג ומגוג און דאס איז די ארבעט פונעם קדושת לוי צו ברענגען משיח,

האט ער דאן געבעטן זיינע הייליגע תלמידים דער יוד הקדוש זי"ע, דער הייליגער מאור ושמש זי"ע, רבי נפתלי מברזאן זי"ע, און דער הייליגער קאזניצער מגיד זי"ע, אז זיי זאלן צוזאמען מיט אים ארבעטן צו מקרב זיין אז די גאולה שלימה זאל קומען דעם יאר,

און דער הייליגער חוזה מלובלין האט אפילו באשטימט א צייט ווען משיח וועט קומען און דאס איז געווען ליל שמחת תורה תקע"ה, ווייל דאן האלטן די אידן נאכן תשובה טון אויף די עבירות און דער באשעפער האט דאך זיכער מוחל געווען פאר זיי איז דאס א געוואלדיגע טאג פאר שמחה און די גאולה,

אויך האט דער חוזה געזאגט אז דער יוד הקדוש זי"ע וואס איז אוועק י"ט תשרי תקע"ד איז ארויף בעולם העליון כדי ארויס צו העלפן ברענגן משיח, אויך איז דער הייליגער קאזניצער מגיד נסתלק געווארן ערב סוכות, אבער דער הייליגער חוזה האט נישט געוויסט דערפון,

שמחת תורה תקע"ה האט דער הייליגער חוזה מלובלין געבעטן די תלמידים אז מען זאל אכטונג געבן אז ער זאל נישט בלייבן אליין ביי זיך אין שטוב און אויך האט ער דאס אנגעזאגט פאר די רעבעצין,

דערציילט מען אז ביים תלמיד דער הייליגער מאור ושמש זי"ע איז אריינגפאלן א שטיין דורך די פענסטער שמחת תורה, און ער האט גלייך געזאגט, ווער ווייסט וואס גייט פאר ביי רבין אין לובלין, אויך ביים תלמיד דער הייליגער זרע קודש מראפשיץ זי"ע איז געשען א גרויסע פייער ביי אים אין שטוב יענעם שמחת תורה, וואס די צדיקים האבן געווויסט אז דא קומט פאר עפעס הויכע זאכן,

אבער מאת השם היתה זאת, און פון הימל האט מען געזען אז דאן איז נאכנישט געווען די עת הגאולה, און דער הייליגער חוזה מלובלין איז אריין אין זיין פריוואטע שטוב, און פלוצלונג האט די רעבעצין געהערט אז עפעס גייט פאר אונעם שטוב פונעם רבין, און ווען זי איז אריינגעקומען האט זי געזען אז דער הייליגער חוזה איז נעלם געווארן פון שטוב,

דאן זענען אלע תלמידים געלאפן זיכן דעם רבין, און צום סוף האט מען געטראפן דעם רבין אינדרויסן ליגן אין יסורים, און דער הייליגער חוזה האט דאן געזאגט אז פון הימל איז ארויס א פסק דין קעגן אים ווייל ער האט פראבירט צו מקרב זיין די גאולה נישט אין צייט, און די כוחות עליונים האבן אים ארויס געווארפן פון די פענסטער, און דער הייליגער קאזניצער מגיד איז טאקע אראפ געקומען מעולם העליון אין האט פארגרינגערט דאס פאלן,

אבער ליידער איז דער חוזה פון דעם ארויספאלן פון די פענסטער קראנק געווארן און זיך נישט געקענט געהעריג באוועגן א חלק פון זיין גוף קדוש, און בערך 10 חדשים שפעטער איז דער צדיק נסתלק געווארן,

דערציילט מען אז ווען ער איז קראנק געווארן האבן די מתנגדים געטרינקן לחיים און זיך געפרייט, און זיי האבן געזאגט אז זיי גרייטן זיך צו טרינקען א לחיים ווען ער וועט נסתלק ווערן, און ווען דער הייליגער חוזה האט דאס געהערט, האט ער געזאגט, "זיי ווייסן נישט אז ביי מיין פטירה וועלן זיי נישט קענען טרינקען אפילו א טראפ וואסער אויך נישט", און כך הוה דער חוזה איז נסתלק געווארן אים תשעה באב, און ווי עס שטייט אויפן מצבה "חשך אור בעדינו ביום שריפת בית אלוקינו"

נסתלק לגנזי מרומים תשעה באב בשנת תקע"ה, ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח הישן אין שטאט לובלין,
הרה"ק בעל עטרת צבי מזידיטשוב זי"ע האט בשעת די לוי' געזאגט אז ער האט געזען א עמוד של אש גיין נאך די מטה פונעם הייליגען חוזה, וואס דאס געשעהט נאר צו חד או תרי בדרא,

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

הרה"ק רבי יחזקאל מקוזמיר זי"ע האט דערציילט, איינמאל ווען ער איז געקומען צום רבין דער הייליגער חוזה מלובלין, האט דער רבי געזאגט אז ער זעהט אויף אים א חטא ביטול תורה, ווייל ער האט מבטל געווען זיין לערנען קומענדיג צום רבין, האט ער געזאגט פארן רבין אז ער האט דאך עוסק געווען און זיין קליינעם גמרא וואס ער האט ספעציעל מיט געברענגט אויפן וועג,

האט דער הייליגער רבי געזאגט, דאס איז נאך אלס גערעכנט ווי ביטול תורה, ווייל מען קען דאך נישט לערנען מיט די זעלבע התמדה אין א קליינעם גמרא ווי אין א גרויסע גמרא, און דערפאר זעה איך א חטא פון ביטול תורה אויף דיר,

הרה"ק השר שלום מבעלזא זי"ע האט מעיד געווען אז דער הייליגער חוזה מלובלין זי"ע ווען א מענטש איז צו אים געקומען האט ער גלייך געזען יענעמס שורש נשמה און וויפיל מאל דער נשמה איז שוין אראפגעקומען אויף די וועלט און אויך אויף וועלכע חטא ער איז מגולגל געווארן, און דער שר שלום האט געזאגט, אז ווער עס האט געהאט די זכי' צו קענען דעם חוזה האט געקענט זעהן ווי ווייט א ילוד אשה קען אנקומען מיט זיין קדושה מופלאה,

הרה"ק רבי שמחה בונם מפשיסחא זי"ע האט געזאגט אז זיין הייליגער רבי האט אים אמאל געזאגט, איך האב מער ליב א רשע וואס ווייסט אז ער איז א רשע, ווי א צדיק וואס ווייסט אז ער איז א צדיק,

האט דער תלמיד רבי שמחה בונם געפרעגט דעם רבין דעם טעם, האט דער רבי געזאגט, א רשע וואס ווייסט אז ער איז א רשע, איז דאך דבוק אונעם מדה פון אמת, אבער דער צדיק וואס ווייסט אז ער איז א צדיק איז נישט אזוי, ווייל דער פסוק זאגט דאך (קהלת ז' כ') כִּי אָדָם אֵין צַדִּיק בָּאָרֶץ אֲשֶׁר יַעֲשֶׂה טּוֹב וְלֹא יֶחֱטָא, קומט דאך אויס אז דער צדיק איז דאך דבוק אין שקר, און דערפאר האט ער מער ליב דעם רשע ווי דער צדיק,

הרה"ק רבי נפתלי צבי בעל זרע קודש מרופשיץ זי"ע האט געזאגט, אז ווען א איד איז געקומען צום רבין דער הייליגער חוזה מלובלין זי"ע, און איז געבליבן דארט איבער די נאכט, האט דער הייליגער רבי ארויס גענומען יענעמס נשמה ביינאכט און דאס אויס געוואשן פון יעדן פגם, און דעם נשמה צוריק געגעבן ריין,

הרה"ק בעל אוהב ישראל מאפטא זי"ע האט מעיד געווען, אז דער הייליגער חוזה מלובלין זי"ע פון גאר יונג האט ער אפילו נישט אויף געהויבן זיינע אויגן ברעמען אן קיין יחוד בלתי שמו יתברך, און אויך איז ער געווען א בעל רוח הקודש מפורסם, און ער האט געקענט זעהן נאר ביים קוקען אויפן פנים פון א מענטש אלע זיינע מעשים, און געזען מסוף העולם עד סופו,

הרה"ק רבי יהושע מבעלזא זי"ע האט אמאל געפרעגט זיין טאטן דער הייליגער שר שלום מבעלזא זי"ע, אויב עס איז אמת וואס מען זאגט אויפן הייליגען לובלינער זי"ע, אז ווען ער האט געלערנט גמרא און דערמאנט א נאמען פון א תנא אדער אן אמורא, האט ער געזען דעם תנא אדער אמורא שטיין פארענט פון זיך, האט דער הייליגער שר שלום געזאגט, אויפן לובלינער זי"ע איז אלץ צום גלייבן,

הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע האט אמאל געזאגט בזה"ל, "ווער עס האט נישט בייגעוואוינט א דאווענען ביים רבין פון לובלין, דער האט קיין גוטס נישט געזען, ווען מען האט אנגעהויבן הודו לה', האבן די ווענט געטאנצן, און טאקע געטאנצן,

הרה"ק רבי משה מסאמבור זי"ע האט דערציילט אז איין שבת קודש איז ער געווען ביים הייליגען חוזה מלובלין זי"ע, און ביים טיש נאכן המוציא האט זיך דער הייליגער חוזה זייער מתמרמר געווען און באקלאגט און מצער געווען אז ער איז אינגאנצן נישט קיין צדיק און דער עולם האט אין אים א טעות, און ער איז באמת אן איינפאכער פראסטער איד,

הערענדיג די רייד פונעם רבין, האט רבי משה שטילערהייט געזאגט פאר די וואס זענען געשטאנען נעבן אים, "איך קען שווערן אז דער רבי איז א גרויסע צדיק הדור",

ווען די ווערטער פון רבי משה איז אנגעקומען צו די אויערן פונעם הייליגען חוזה מלובלין, האט דער חוזה זיך געוואנדען צו רבי משה און געזאגט, "ר' משה הונדערט אידן וואלטן געשוואוירן אז איך בין גוט, אבער אין עולם העליון וועט מען נישט פרעגן נאר מיך אליין, און וועל מוזן זאגן דעם אמת,

האט ר' משה געזאגט פארן הייליגען חוזה, אויף יענער וועלט איז דאך דער עולם האמת, דארט וועט דער רבי מוזן זאגן דעם אמת אז דער רבי איז א צדיק, דער חוזה האט זיך דאן אביסל פארטראכט,

און דאן האט דער חוזה געזאגט, רבי משה ווען מיין משפט וועט פארקומען פאר השי"ת אליין, בין איך אביסל בארואיגט, ווייל השי"ת אזי דאך א רחום וחנון און ער וועט זיך דערבארעמען אויף מיר, אבער ווען מיין משפט וועט פארקומען פארן בית דין של מעלה, דארט וועט מען מיר נישט נאכגעבן קיין האר, און פאר דעם ציטער איך,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

עס זענען געווען צוויי גרויסע סוחרים שותפים איינער האט געהייסען ר' יוזעף פון קאזמיר, ער איז געווען א חסיד פון דעם הייליגען לובלינער זי"ע, דער צווייטער האט געהייסען ר' שלמה פון די שטאט "קאנסקעוועל" א חסיד פון הרה"ק ר' שמואל מקארוב זי"ע, די צוויי האבן געהאנדעלט מיט האלץ, און בעיקר פלעגען זיי מאכן גרויסע פארדינסט ווען זיי פלעגען פירען גרויסע טראנספורטען האלץ קיין דאנציג,

ר' יוזעף - דער לובלינער חסיד פלעגט זיך פירען אז פאר'ן ארויס שיקען האלץ קיין דאנציג איז ער קודם געפארן צו זיין רבי'ן אין לובלין צו נעמען א ברכה אויף הצלחה, און ר' שלמה פלעגט זיך אויך פירען אז ער האט נישט געטון קיין מסחר אן די הסכמה און ברכה פון זיין רבין.

איין טאג ווען עס האט זיך געמאכט א גרויסע טראנספורט האלץ צו שיקען קיין דאנציג, אין וועלכע זיי האבען אריין געשטעקט אסאך געלט און זיי האבען געדארפט האבען גרויס הצלחה אין דעם טראנספורט האלץ.

ביידע חסידים האבען זיך געלאזט אין וועג צו פאהרען צו זייערע רבי'ס זיך שואל עצה זיין און בעטען א ברכה, ר' יוזעף - אנקומענדיג צו זיין רבי'ן אין לובלין האט ער באקומען א ברכה אזוי ווי שטענדיג אז ער זאל מצליח זיין, ר' שלמה אבער ווען ער איז אנגעקומען צו זיין רבי'ן ר' שמואל, האט ער באקומען אן אנדערע תשובה - ער האט איהם נישט מציע געווען דאס מאהל צו פירען די האלץ ווייל ער זעהט א סכנה אין דעם געשעפט.

שפעטער ווען ביידע שותפים זענען צוריק געקומען פון זייערע רבי'ס און האבען זיך צוזאמען געטראפן, און איינער דערציילט דעם צווייטען וואס זיין רבי האט איהם געזאגט, ר' יוזעף אבער האט זיך געהאלטען ביי זיינ'ס אז ער גייט יא שיקען די האלץ, זאגענדיג: אז מיין רבי האט מיר געווינטשען איז נישט שייך אז עס זאל זיין א הפסד און איך בין אין דעם פארזיכערט, אמת טאקע אז דיין רבי רעכענט זיך אלס א תלמיד פון מיין רבי דער חוזה ממילא איז ער אויך מחויב צו הערן וואס דער רבי זאגט, דערפאר בין איך גרייט צו פאהרען אן קיין ספק און חשש.

אבער ר' שלמה האט געבעטען אז ר' יוזעף זאל כאטשיג נאכאמאהל איבער פרעגען זיין רבי'ן דער חוזה און איהם דערציילען וואס זיין רבי ר' שמואל האט געזאגט אז ער איז קעגן דעם געשעפט, כדי צו זיין פאר זיכערט אז זיי וועלען טאקע מצליח זיין אין דעם געשעפט. האט דער חוזה זיך אנגערופען צו איהם: און איך זאג דיר דו זאלסט יא פארן קיין דאנציג מיט די האלץ און מיט דעם אויבערשטענ'ס הילף וועסטו מצליח זיין.

ווען ר' יוזעף איז צוריק געקומען און האט דערציילט זיין שותף דער תשובה פון זיין רבי'ן האט דער שותף זיך שוין נישט מעהר געקענט קעגען שטעלען, און נאך מעהר ווען ר' יוזעף וואס איז געווען אזוי פאר זיכערט אין זיין רבי'ןס ברכה האט ער געזאגט אז ער נעמט זיך אונטער דעם פולען אחריות אויף יעדער הפסד, און זיי האבען זיך טאקע ארויס געלאזט אויפ'ן וועג מיט די גאנצע טראנספורט האלץ.

אינמיטן וועג נאנט צו די שטעטל טארין האט אויס געבראכן א שטורעם ווינט עס האט געהויבן דאס וואסער וואס איז געגאנגען מיט א ווילדע שטורעם און האט צוריסן די שטריק וואס האבן צוזאמענגעבינדען די האלץ, און א גרויסע טייל האלץ האט זיך צושפרייט איבערן וואסער און עס איז נישט געווען מעגליך זיי צו דערכאפן עס איז געווארן א גרויסער טומל און אין דעם טומל איז ר' שלמה ארויס פון זיין געדולד און א געשריי געטאן! זעסט ר' יוזעף אז מיין רבי איז גערעכט געווען און האט געזעהן פון פאראויס די סכנה און דעריבער האט ער נישט געהייסן פאהרן,

עס איז שוין אבער געווען פארפאלן, מ'איז אנגעקומען קיין דאנציג מיט א פערטל פון די האלץ וואס מ'איז מיט דעם ארויס געפארן, די דריי פערטל האלץ האט דאס וואסער צוטראגן און עס איז נישט געווען שייך זיי צענויף צונעמען. ר' שלמה איז א צובראכענער אריין אין שוהל און זיך געזעצט לערנען זייענדיג מיואש פון מאכן עפעס א פארדינסט, אבער ר' יוזעף דער חסיד פון חוזה האט די האפענונג נישט פארלוירן, ווייל איהם האט נאך געקלינגען דעם רבי'ןס ווערטער - די וועסט מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף מצליח זיין איז ער דעריבער ארויס זוכען קונים אויף די ביסעל איבעריגע האלץ וואס ער איז מיט זיי אנגעקומען.

ווען די סוחרים האבען איהם שפעטער באגעגענט האבען זיי איהם געזאגט אז זיי האבען געהערט אז ער האט געברענגט קיין דאנציג האלץ, ווען יעצט איז טאקע דער צייט ווען זיי דארפען עס האבען ווייל עס איז דארט גאהר ווייניג האלץ און דערפאר האט זיך דער פרייז זייער געהויבען פיר פינף מאהל מעהר ווי נארמאל און זיי זענען גרייט צו באצאלען דעם הויכען פרייז ווייל אן האלץ קען מען נישט עקזיסטירען. און אזוי האט זיך ר' יוזעף געטראפען מיט פארשידענע סוחרים און ווער עס איז געווען גרייט צו צאהלען דעם גרעסטען פרייז האט ער איהם געגעבען די האלץ.
סך הכל איז אויס געקומען אז מיט דעם ביסעל האלץ וואס ער האט דארט פארקויפט פאר דעם הויכן פרייז האט ער נאך מער פארדינט ווי ווען ער פלעגט ברענגען אין א צווייטע יאהר די גאנצע טראנספארט האלץ.

ביידע שותפים זענען צוריק געפארן דורך לובלין און באלד ווי זיי זענען אריין געקומען צום חוזה האט דער הייליגער חוזה זיך אהנגערופן: אמת! אונזער ר' שמוא'ל האט געזעהן ביז טארין, אבער מיר האבן ב"ה אויך געזעהן ביז דאנציג.
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

ווי עס איז באוויסט, האט דער חוזה געהאט אסאך קעגנערס פון די מתנגדים טאקע אין זיין שטאט לובלין. אויך דער לובלינער רב הרה"ק ר' עזריאל הורוויץ, וועמען מען האט גערופען "דער אייזערנער קאפ", כאטש ער האט מחשיב געווען דעם רבי'ן און געהאט פאר אים דרך ארץ, איז ער אים דאך געווען א קעגנער אלס מתנגד.

און ווען דער הייליגער חוזה איז נסתלק געווארן, איז געווען א גרויסע מחלוקה צווישן די חסידים פונעם חוזה אין די קהילה מיט די "חברא קדישא" לייט וואס זענען אויך געווען ביטערע מתנגדים, און מען האט זיך געקריגט ווי מען זאל באערדיגען דעם הייליגען חוזה מלובלין, פארשטייט זיך אז די חסידים האבן געוואלט לייגן זייער רבין אויף א חשובע פלאץ, אבער די מתנגדים האבן בשום אופן נישט מסכים געווען,

איז דארט געווען הרה"ק ר' נפתלי צבי פון ראפשיץ זי"ע, פון די גרויסע תלמידים פונ'ם רבי'ן פון לובלין, וואס איז אויך געווען באוויסט אלס א געטליכער חכם, האט ער זיך געמאכט ווי איינע פון די מתנגדים, ער האט אנגעהויבען צו רעדן אויף די חסידים, און געזאגט אז זיי זענען עזות פנים'ער און נאר אלס מורא האט ער געמוזט קומען צו פאהרען צום רבי'ן.

ער האט זיי אזוי לאנג איינגערעדט אז זיי האבן זיך געלאזט פארנארן פון איהם און טאקע איהם האבן זיי אויס געקליבען ער זאל גיין צוזאם מיט'ן לובלינער רב –דער אייזענע קאפ- אויס צו זוכען א פלאץ און קרקע ווי צו לייגען דעם הייליגען לובלינער.

זיי זענען געגאנגען אויפן בית החיים, און דער ראפשיצער רב האט געהאלטן א שויבעל אין זיין האנט, און ביי יעדן חשוב'ן ארט ווי זיי זענען אדורך האט ער געפרעגט: זאל איך דא גראבען און דער גאון ר' עזריאל האט זיך אלס גערעגט אויף איהם. ביז זיי זענען צו געקומען צום פלאץ ווי עס איז געוועהן דער הייליגער קבר פון הרה"ג ר' שכנא פון לובלין, האט דער ראפשיצער מיט זיין קדושה דערשפירט די קדושה פון דעם פלאץ, האט ער געגעבען א פרעג: זאל איך דא גראבען, און געזאגט שוין עס וועט שוין זיין גוט דא אויך,

דער גאון ר' עזריאל האט צוליב די פונסטערקייט און פון תענית שוואכקייט ווייל עס איז דאך געווען תשעה באב, נישט באמערקט ווער עס ליגט דארט, האט ער מסכים געווען, דער ראפשיצער האט שנעל אנגעהויבן צו גראבן דארט, און געהייסן די תלמידים פונעם חוזה זאלן אים העלפן גראבן דעם קבר,

אבער דערווייל האט מען זיך געכאפט אז דער פלאץ איז דער שענסטער און חשוב'סטער פלאץ, האט דער גאון ר' עזריאל געוואלט צוריק ציען, דער ראפשיצער רב האט אבער נישט געוואלט אוועק גיין פון דארט, און ער האט געגראבן שנעל מיט אלע כוחות, און ער האט געזאגט, אז דאס וועט ער אויס פירען מיט מסירת נפש, און אוועק געגעבען זיין לעבן דערויף.

ווייל דער הייליגער לובלינער פלעגט ביי יעדע עת צרה הייסן גיין מתפלל זיין אויפן קבר פון הרה"ג ר' שכנא, - ער האט געזאגט – אז אלע גדולים וואס זענען דארט נקבר געווארן זענען שוין אריבער קיין ארץ ישראל, נאר ער אליין הרה"ג ר' שכנא איז איבער געבליבן צו באשיצן די שטאט פון שריפות און אנדערע אומגליקען וואס זאלן נישט געשען.

הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זי"ע פלעגט יעדן שמיני עצרת דערציילן די מעשה,

א איד א חסיד פונעם הייליגען חוזה מלובלין איז איינמאל געקומען אויף די ימים נוראים צו זיין רבין דער חוזה, אבער ווען ער איז געקומען נעמען שלום פונעם חוזה, האט אים דער חוזה געהייסן אז ער זאל אהיים פארן, דער איד האט נישט געוויסט וואס צו טון, האט ער אפגעמאכט אריין צו גיין צום רבין נאכאמאל, ווייל אפשר האט די רבי געמאכט א טעות, אבער אזוי ווי ער קומט אריין צום רבין, פרעגט אים דער הייליגער חוזה, דו בוסט נאך דא, איך האב דיר געהייסן אהיים גיין,

דער איד איז געווען זייער צובראכן פון דעם, אבער בלית ברירה האט ער זיך ארויס געלאזט אויפן וועג אהיים, אינמיטן וועג האט זיך דער איד אפגעשטעלט אין א גאסט הויז, און דארט איז געווען א קבוצה פון חסידים וואס זענען געווען אויפן וועג צום הייליגען חוזה מלובלין, און דארט האט דער איד געטרינקן א לחיים מיט די חסידים און ארויס און א ריקוד של שמחה, שפעטער האבן די חסידים הערענדיג וואס דער איד האט געהאט מיטן חוזה, מייעץ געווען דעם איד אז ער זאל מיט זיי צוריק קומען צום חוזה,

אזוי ווי דער איד קומט אריין צום חוזה מלובלין, האט אים דער הייליגער חוזה אויף גענומען מיט א שמייכל און געזאגט, "וואס חסידים קענען מיט זייער שמחה, קען נישט א פועל ישועות טון", און מסביר געווען, אז ווען דער חסיד איז געווען פריער ביים חוזה, האט דער הייליגער חוזה געזען אז עס איז נגזר געווארן אויף דעם איד אז ער זאל ר"ל שטארבן, און דערפאר האט ער דעם איד אהיים געשיקט כדי ער זאל שטארבן ביי זיך אינדערהיים, און אויך אז ער זאל נישט פארשטערן דעם יום טוב דא ביי די חסידים, אבער די קבוצה חסידים מיט זייער שמחה האבן זיי מבטל געווען דעם גזר דין פון אויף דעם איד, און ער האט זוכה געווען צו אריכת ימים,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

דער הייליגער חוזה מלובלין האט געהאט א מנהג אז יעדן שבת קודש ביי מנחה איז ער ארויף אויפן בוידעם פון זיין הויז, און צו ארויף גיין דארט האט ער געברויכט גיין 13 טרעפ, און יענעם שטוב איז געווען חושך טונקעל און גאר א שמאל שטוב, קיינער פון די חסידים האבן נישט געוויסט וואס דער צדיק טוט דארט יעדן שבת,

איין וואך האט איינע פון די חסידים געהאט חשק צו זעהן וואס דער רבי טוט דארט, איז ער ארויף צום שטוב בעפאר מען האט גענדיגט מנחה, און ער האט זיך דארט אין שטוב באהאלטן, ווען דער הייליגער חוזה איז ארויף געקומען, האט דער חסיד געזען ווי דער חוזה עפענט אויף דעם ספר יד החזקה פונעם הייליגען רמב"ם זי"ע, און עס איז געווארן גאר שטארק לעכטיג אז מען האט ממש געקענט בלינד ווערן, און גלייך נאכדעם האט דער חסיד געשפירט א בלינד קייט, און מיט שוועריקייטן איז ער אנגעקומען צוריק אראפ פון דעם שטוב,

ווען ער איז אראפ געקומען האט ער געשפירט אז עס איז נאך טאג אינדרויסן, אבער ער קען גארנישט זעהן, דער חסיד האט נישט געוויסט וואס ער זאל דא טון, מוצאי שבת איז דער חסיד אריין צום חוזה מלובלין און זיך מזכיר געווען אז עס האט אים פלוצלונג אויף געהערט ארבעטן די אויגן און ער קען נישט זעהן, האט דער הייליגער חוזה געזאגט פאר דער חסיד, איך קען דיר נישט העלפן, גיי צום צדיק רבי דוב בער הסבא קדישא מראדושיץ זי"ע, וואס ער איז א גרויסע פועל ישועות און ער וועט דיר אפשר קענען העלפן,

איז דער איד געגאנגען צום הייליגען ראדעשיצער און זיך מזכיר געווען אז ער איז געווארן בלינד, און דער הייליגער ראדעשיצער האט אים געגעבן א סגולה וואס זאל אים אויסהיילן, און ווען דער איד איז צוריק געקומען האט אים דער ראדעשיצער געגעבן אן אנדערן סגולה, אבער ווען דער ראדעשיצער האט געזען אז די סגולות העלפן נישט האט ער געזאגט פארן איד, די אלע סגולות וואס איך האב דיר געגעבן קען מאכן אפילו א שטיין זעהן, און אויב דאס ארבעט נישט האט דא געמיזט געשען עפעס אויסער געווענליך,

דאן האט דער איד דערציילט די מעשה ווי אזוי ער איז געווארן בלינד, האט זיך דער הייליגער סבא קדישא מראדישיץ אנגערופען "צו זעהן דעם לעכטיקייט פונעם אור הגנוז איז נאר דער הייליגער חוזה ראוי, און קיינער אנדערש מיט די פליישיגע אויגן קען דאס נישט דורך טראגן, ווייל מען איז נישט ראוי דערצו", און אויף דעם קען איך דיר נישט העלפן, און דער איז איז ל"ע געבליבן בלינד זיין גאנץ לעבן,

דער הייליגער חוזה מלובלין האט געהאט א מנהג יעדן טאג צווישן מנחה מעריב האט ער זיך געזעצט אויף זיין בענקל, און פאר רייכערט זיין לולקע, און גערעדט מיט די תלמידים דברי תורה און ספורי צדיקים, און דער גבאי ר' נפתלי האט געווענליך צוגעגרייט דעם לולקע בעפאר מנחה,

איין טאג האט דער גבאי ר נפתלי פארגעסן צו צוגרייטן דעם לולקע, און גלייך נאך מנחה האט ער זיך געכאפט אז ער האט פארגעסן, איז ער שנעל געלאפן ברענגען דעם לולקע, אבער אזוי ווי דער צדיק האט אריינגנומען דעם לולקע אין מויל, האט ער דאס גלייך ארויס גענומען און געזאגט, איך בין מרגיש א איסור פון בשר וחלב אין דעם לולקע טאביק, דער גבאי האט געזאגט אז ער ווייסט באמת נישט וואס דאס מיינט, אבער דער צדיק האט נאכאמאל פראבירט אריינצונעמען דעם לולקע אבער האט דאס גלייך ארויס גענומען און געזאגט אין דעם איז דא א איסור בשר וחלב,

דאן איז די גבאי אריבער אונעם שטוב און געפרעגט אין שטוב ווער עס האט צוגעגרייט דעם טאביק פארן רבין, איז ער געוואויר געווארן אז דאס האט צוגערייט דער משרת, און אינדערפרי האט ער דאס געשניטן מיט א מעסער וואס איז געווען פליישיג, און נאכמיטאג האט ער דאס געמאכט מיט א מילכיגע מעסער, דאן האט דער גבאי געזען אז די רבי דער חוזה מלובלין מיט זיין גרויס קדושה און הייליגע אויגן האט דאס גלייך מרגיש געווען,

דערציילט מען אז איינאמל איז דער הייליגער חוזה מלובלין אריין אין אזא גרויסע דביקות דקדושה אז עס האט ממש אויס געזען ווי ער איז שוין נישט בעולם הזה, איז דארט געווען זיין הייליגע תלמיד דער הייליגער זרע קודש מרופשיץ זי"ע, און ער האט געזען אז אט אט איז די רבי שוין נישט מיט אונז,

האט ער געהייסן מען זאל שנעל לאזן רופן א איד אן עם הארץ, האט מען גערופען דעם לעדער האנדלער וואס איז געווען א גרויסע עם הארץ, און דער הייליגער זרע קודש האט געהייסן פאר דעם איד אז ער זאל ארויף לייגן זיינע הענט אויפן הארץ פונעם הייליגען חוזה מלובלין, און גלייך האט מען געזען אז דער חוזה איז ב"ה צוריק,

ווען מען האט געפרעגט דעם הייליגען זרע קודש, פארוואס ער האט געברויכט רופן דעם עם הארץ צו קענען צוריק בענגען דעם רבין, האט דער זרע קודש געזאגט, דער הייליגער רבי מיט זיין גרויסע דביקות האט זיך אפגעשיידט אינגאנצן פון דעם עולם הגשמיות, אבער ווען דער איש מגושם וואס האט נישט קיין תורה אין זיך האט אים אנגעכאפט, איז דער דביקות אוועק, און דאן איז ער צוריק געקומען צום עולם הגשמי,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

ווי באקאנט האט דער הייליגער חוזה מלובלין זי"ע געהאט גאר אסאך מתנגדים קעגן זיין דרך החסידות, ובתוכם איז געווען דער גאון הגה"ק רבי עזריאל הלוי הורוויץ דער אייזערנער קאפ זי"ע, וואס איז געווען גאר שארף קעגן דעם חוזה, אבער סוף ימיו האט ער מודה געווען אונעם גדלות און קדושה פונעם חוזה,

איינמאל האט דער גאון רבי עזריאל געטראפן דעם חוזה, און ער פרעגט אים, איר זאגט דאך אליין אז איר זענט נישט קיין רבי, דאן פארוואס לויפט אייך דער עולם נאך, און איר זענט זיי מדריך, האט דער הייליגער חוזה אנגערופן, נו אדרבה אפשר האט איר אן עצה אז דער עולם זאל מיך נישט נאכלויפן, האט ער געזאגט פארן חוזה איך האב פאר אייך אן עצה, שבת ביים טיש זאלט איר מפרסם זיין פארן עולם אז איר זענט נישט קיין רבי, און דער חוזה האט געזאגט, גוט לובלינער רב איך וועל אייך פאלגן,

דעם קומענדיגן שבת ביים טיש האט דער חוזה מפרסם געווען פארן עולם אז ער איז נישט קיין רבי, נאר ער איז דער פחות שבפחותים, און ער בעט דעם עולם זיי זאלן גיין צו די אמת'דיגע צדיקי הדור וואו זיי וועלן לערנען דעם אמת'ע דרך ה', און געזאגט אז ווי אזוי קען איך אייך לערנען א דרך ה' ווען איך אליין דארף נאך לערנען פון אנדערע,

פארשטייט זיך אז די דיבורים פונעם חוזה האט געהאט א געוואלדיגע השפעה אויפן עולם, און אריין געברענגט אין זיינע חסידים דעם מדה פון ענווה און צובראכענקייט ביי זיך, אבער נישט נאר איז דער עולם נישט אוועק געגאנגען צוליב די ווערטער, נאר פארקערט זיי האבן זיך נאך מער מדבק געווען אין זייער רבין,

א צייט שפעטער ווען דער לובלינער רב האט געטראפן דעם חוזה, האט דער חוזה זיך אפגערעדט פארן לובלינער רב אז די עצה האט גאר נישט געהאלפן, ווייל דער עולם וויל זיך בשום אופן נישט אפטשעפן פון אים, האט זיך דער לובלינרע רב אנגערופן, די דרך פון די חסידים איז אז זיי האבן ליב דעם מדה פון ענווה, און דערפאר האבן זיי אנגענומען דיינע ווערטער,

אבער איך האב א עצה פאר אייך, דעם קומענדיגע שבת זאגט פאר די חסידים אז איר זענט פון די אמת'ע צדיקי הדור, וועט איר זעהן אז זיי וועלן פון אייך גלייך אוועק גיין, האט דער הייליגער חוזה געזאגט מיט א שמייכל, "דאס קען איך שוין נישט טון, זאגן אויף מיר אז איך בין א צדיק הדור דאס קען איך נישט, ווייל די תורה זאגט דאך, מדבר שקר תרחק, ממילא איז נישט מעגליך צו ניצן דעם עצה",

דער לובלינער רב דער אייזערנער קאפ זי"ע האט אמאל געפרעגט דעם הייליגען חוזה מלובלין, פארוואס מען רופט דעם דריטען סעודה פון שבת קודש "שלש סעודות" עס וואלט דאך לכאורה געברויכט הייסן "סעודה שלישית" די דריטע סעודה,

האט אים דער הייליגער חוזה מלובלין געזאגט, איר ווייסט דאך אז די דריי סעודות פון שב"ק דארף מען עסן לכבוד שבת קודש, אבער די ערשטע צוויי סעודות עסט מען אין די צייט ווען מען עסט די גאנצע וואך סעודות, איינס ביינאכט, און דאס אנדערע צופרי, איז דאך נישט דא קיין היכר אז מען עסט די סעודות לכבוד שבת קודש,

אבער ווען עס קומט צו שלש סעודות האלט מען דאך נישט לאנג נאכן עסן די סעודה פון צופרי, איבער הויפט ווינטער ווען עס קען אויס קומען אז מען עסט די דריטע סעודה ממש צוויי שעה נאך די צופרי סעודה, קומט דאך אויס אז די דריטע סעודה איז באמת לכבוד שבת, וועגן דעם הייסט דאס "שלש סעודות", ווייל דאס ווייזט אז באמת זענען אלע דריי סעודות געווען לכבוד שבת קודש,

אמאל איז צום רבין פון לובלין געקומען אויף א באזיך הרה"ק רבי לוי יצחק מברדיטשוב זי"ע, און דער הייליגער חוזה האט אנגעזאגט פון גרויס ביז קליין אז יעדער זאל ארויסגיין מקבל פנים זיין דעם צדיק מבארדיטשוב,

הרה"ק רבי הערשעלע מזידיטשוב זי"ע האט זייער געוואלט זעהן ווי אזוי דער הייליגער רבי דער חוזה מלובלין מאכט די הכנה צו מקבל פנים זיין דעם הייליגען בארדיטשובער רב, האט זיך רבי הערשעלע באהאלטן אין א שאפע אונעם שטוב פונעם הייליגען חוזה,

הערט ער ווי דער רבי שפאנט אין דעם צימער ארויף און אראפ מיט גרויס התרגשות, און זאגט צו זיך, רבונו של עולם, וואס וועט דא זיין, מ'האלט מיך פאר א צדיק, אבער דערווייל קומט יעצט א צדיק אמת און וועט מגלה זיין ברבים און ער וועט אויס זאגן דעם אמת ווער איך בין, אז איך בין בכלל נישט קיין רבי און נישט קיין צדיק גארנישט מיט נישט,

עס האט דעם רבי הערעשלע געכאפט א פחד און ער האט שוין חרטה געהאט פארן זיך באהאלטן אונעם רבין'ס שטוב, אבער ער האט נישט געקענט ארויס גיין ווייל ער האט מורא געהאט פון אן הקפדה פונעם הייליגען חוזה מלובלין,

מיט אמאל הערט ער ווי דער רבי זאגט, רבונו של עולם, איך שעם זיך אז דער צדיק וועט אויפדעקן מיין פאלשקייט, איי וועסטו פרעגן פארוואס שעם איך זיך נישט פאר דיר רבונו של עולם, ווייל מיט דיר בין איך שוין געוואוינט,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

א גרויסער חסיד פונעם הייליגען חוזה מלובלין זי"ע איז אמאל געקומען צום רבין און זיך אויס גערעדט דאס הארץ, אז ער האט א טאכטער אין די יארן און ער דארף א שידוך פאר איר, אבער ליידער האט ער קוים פרנסה אויף צום לעבן און אוודאי נישט אויף צו חתונה מאכן, און ער האט געבעטן א המלצה בריוו פונעם רבין וואס מיט דעם וועט ער אפשר קענען צוזאמען שטעלן א שיינע סכום צו קענען חתונה מאכן זיין טאכטער, און דער רבי האט דעם חסיד געגעבן א שיינעם בריוו,

דער איד האט גאר שווער געארבעט פאר א שטיק צייט, אבער האט ב"ה מיטן בריוו צוזאמען געשטעלט א שיינעם סכום וואס וועט אים העלפן חתונה מאכן זיין טאכטער גרינגערהייט, און אויפן וועג אהיים האט דער חסיד זיך אפ געשטעלט אין לובלין זיך צו באדאנקען פארן רבין פאר די בריוו און דערציילן פארן רבין אז ער האט ב"ה צוזאמען געשטעלט א שיינעם סכום,

אזוי ווי דער איד קומט אריין צום רבין, רופט זיך דער רבי אן צו דעם איד אז ער דער חוזה נויטיגט זיך אין א סומע געלט פאר א דבר מצוה, און ער בעט אים זייער אז ער זאל אים געבן דעם סכום געלט פאר דעם דבר מצוה, דער חסיד וואס איז געווען דורכגעווייקט מיט אמונת צדיקים האט נישט קיין סאך געקלערט נאר גלייך אהין געגעבן דאס גאנצע געלט וואס ער האט אזוי שווער צוזאמען געשטעלט פארן הייליגען חוזה מלובלין זי"ע,

שטייענדיג אזוי פארן חוזה, זאגט אים דער צדיק, דערפאר וואס די האסט מיר אהין געגעבן דאס גאנצע געלט, וועל איך דיר געבן א ברכה, אז ווען די וועסט זיך געפינען אין אן עת צרה ח"ו, זאלסטו זאגן "יעקב יצחק בן מאטיל", און איך זאג דיר צו אז איך וועל דיר ארויס העלפן פון די צרה, סיי אויב איך וועל נאך זיין אויף דעם עולם, אדער מעולם האמת, וועל איך דיר קומען העלפן,

דערווייל איז אריבער א שטיק צייט און דער הייליגער חוזה מלובלין איז נסתלק געווארן, אבער דער איד האט נישט געהאט קיין געלט צו קענען חתונה מאכן זיין טאכטער, אבער איין זאך יא דער נאמען פון דעם איד איז ארויס אומעטום אלס א גרויסער גביר, אפילו ער האט באמת נישט געהאט קיין געלט,

איין טאג האבן א באנדע רויבערס באפאלען דעם איד און נאך אפאר אידישע גברירים און זיי פארכאפט, און צוזאמען זיי אוועק געפירט ערגעץ צו אן אינטער ערדישן קעלער, און זיי אלע געבונדען הענט און פיס און געלייגט אויף דער ערד, און דערווייל זענען די רויבערס ארויס פון דארט,

דער איד אין אין זיין צרה האט זיך דערמאנט די ברכה וואס זיין רבי דער הייליגער חוזה מלובלין האט אים געגעבן, האט באלד דערמאנט די ווערטער "יעקב יצחק בן מאטיל", און באלד האט ערשינען די געשטאלט פון זיין רבין דער הייליגער חוזה מלובלין פון עולם העליון, און דער חוזה האט אים אויפ געבינדן די קייטן און געזאגט, לויף שוין ארויס פון דא, האט דער איד געפרעגט וואס איז מיט די אנדערע אידן דא, האט דער רבי זיי אויך אויפגעבינדן, דאן האט דער איד געפרעגט דעם רבין וואס וועט זיין מיט א שידוך פארן טאכטער, זאגט דער הייליגער חוזה, נעמט פון דאנען וויפיל איר קענט, און דער רבי איז נעלם געווארן,

ווען דער איד האט זיך ארום געקוקט האט ער באמערקט ווי דאס ארט איז פיל מיט גאלד און זילבער וואס די רויבערס האבן דא אין קעלער באהאלטן, דער איד האט זיך אנגעפילט די קעשענעס מיט אסאך סחורה און אהיים געלאפן, און פארשטייט זיך ער האט געטראפן א פאסיגן שידוך פארן טאכטער און געלעבט א רייך לעבן, אלעס א דאנק זיין גרויסע אמונת צדיקים,

הרה"ק השר שלום מבעלזא זי"ע איז אמאל געווען ביי זיין הייליגען רבין דער חוזה מלובלין אויף תשעה באב, און דער חוזה האט אים גערופען און געהייסן עסן און טרינקען אפילו עס איז געווען תשעה באב, דער שר שלום האט זיך אויף דעם זייער געוואונדערט ווייל ער האט בכלל נישט געשפירט קיין שוואכקייט, אבער מיט זיין אמונה פשוטה אין זיין רבין און אז די רבי הייסט עסן עסט מען,

ווען דער שר שלום איז נאכדעם אנגעקומען אהיים איז ער שווער קראנק געווארן, און ווען עס איז אנגעקומען דעם הייליגען טאג יום הקדוש האט דער שר שלום געפרעגט דעם דאקטאר פון לעמבערג אויב ער מעג פאסטן יום הקדוש, האט דער דאקטאר געזאגט, אויב האסטו נישט געפאסט אין די פארגאנגענע צוויי חדשים קענסטו פאסטן יום הקדוש, דאן האט דער שר שלום געזען דעם רוח הקודש פון זיין רבין דער הייליגער חוזה מלובלין, אז ער האט אים געהייסן עסן תשעה באב וואס איז נישט אזוי הארב ווי יום הקדוש, כדי ער זאל קענען פאסטן יום הקדוש,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

אין קראקא איז געווען א יונגערמאן א תלמיד חכם הרה"ח ר' אברהם משה פיללער ז"ל, וואס איז געווען א גרויסע חסיד פונעם הייליגען חוזה מלובלין זי"ע, און נאכן לערנען אפאר יאר נאך די חתונה, האט אים זיין שווער געזאגט אז עס איז געקומען די צייט אז ער זאל זיך אריינלייגן אין מסחר,

איז דער יונגערמאן אריבער צו זיין רבין דער הייליגער חוזה מלובלין און געפרעגט פון זיין רבין מיט וואס ער זאל האנדלען, האט אים זיין רבי דער חוזה געזאגט, זאלסט קויפן דעם ערשטן מסחר וואס וועט דיר אינטער קומען,

פארענדיג אהיים האט ער באגעגענט א סוחר וועלכער האט אים אנגעטראגן צו קויפן א וואגען פיל מיט שיך, רבי אברהם משה האט נישט געטראכט קיין צוויי און מיט זיין גרויסע אמונת צדיקים האט ער מסכים געווען צו קויפן דעם גאנצן וואגן מיט שיך, און ער האט דאס אפ געקויפט פאר 500 רענדלעך,

ווען ער איז אהיים געקומען און דער שווער האט געזען וואס דער איידעם דער יונגערמאן האט איינגעקויפט האט ער אים געגעבן א גרויסע פסק, וויבאלד דער שווער איז געווען א גרויסע מתנגד, און ער האט אנ געשריגן דעם איידעם פארן פארשווענדן דאס גאנצע געלט אן קיין שכל, ווייל עס וועט אים נעמען גאר א לאנגע צייט צו פארקויפן אזא גרויסע סכום שיך,

אבער נאך א קורצע צייט איז אנגעקומען אין שטאט די שטאטישע מיליטער און זיי האבן געזיכט צו קויפן פארשידענע באדערפענישן און צווישן די זאכן וואס זיי האבן געברויכט איז געווען שיך, דער חסיד רבי אברהם משה האט פאר די מיליטער אנגעטראגן די שיך פאר א ריזן סכום געלט, און זיי האבן מסכים געווען, און דער אברהם משה איז נתעשר געווארן פון דעם איינעם געשעפט וואס ער האט געטון, אלעס נאר מיט זיין געוואלדיגע אמונה פשוטה אין זיין גרויסן רבין דער הייליגער חוזה מלובלין זי"ע,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

אויב ווילט איר זעהן א שיינע באשרייבונג יעדן טאג פון א יארצייט פון א צדיק קענט איר ארויפגיין אויף דעם וואטס עפ גראפ.

https://chat.whatsapp.com/BibdvGBvV4o0ihrKs6I8nU
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

דאנקער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 3:57 am
אויב ווילט איר זעהן א שיינע באשרייבונג יעדן טאג פון א יארצייט פון א צדיק קענט איר ארויפגיין אויף דעם וואטס עפ גראפ.

https://chat.whatsapp.com/BibdvGBvV4o0ihrKs6I8nU
איז עס אויך אויף אימעיל?
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

ידען בקורות הדורות האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 2:42 pm
דאנקער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 3:57 am
אויב ווילט איר זעהן א שיינע באשרייבונג יעדן טאג פון א יארצייט פון א צדיק קענט איר ארויפגיין אויף דעם וואטס עפ גראפ.

https://chat.whatsapp.com/BibdvGBvV4o0ihrKs6I8nU
איז עס אויך אויף אימעיל?
דערוואל איז נאכנישט דא אויף אימעיל, האפענטליך וועט עס זיין בקרוב אי"ה
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1884
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

אליעזר לאנדא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 12:27 am
Jhon האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 7:44 pm
אין ביחאווע (לובלין) יארע 1840 איז דא א פטירה פון א 'איציק וואלף הורוביץ'.
איינער קען עס ליינען און אהער ברענגען די אינפארמאציע? זעה לינק בייגעלייגט
https://www.szukajwarchiwach.gov.pl/en/ ... tka_cur=39
New Picture (6).png
23 יאהר אלט
שם אביו מאיר [ב"ר הירש] ושם אמו מאטיל [ב"ר קאפיל], גאנץ זיכער נכד החוזה אבער ווער ווייס איך נישט
סיי אשתו און סיי זיין שטיף מאמע זענען ממשפחת עפשטיין
אויף דער טויט רעקארד פון מרת מאטל נו' 25 שטייט מאטל בת קאפל וגאלדא מ בעלזיץוהשאיר בנים בשם ישראל וזעליג, זי איז לכאורה נכדת ר' אשר זעליג מבעלזיץ אחיו של החוזה [נפלאות הרבי אות קפ"ד ]

ר' מאיר הנ"ל זעהט מען אז זיין מאמע Mala איז אוועק בשנת תקצ"א אין זי איז א טאכטער פון העניך און חיה [?] אייבשיץ [ נו 76 ]

א מציבה פון אן איינקיל האט הרב @מיללער געלייגט דא מרת בת שבע בת ר' אשר זעליג הורוויץ מו"ץ בק"ק ביכאווע נכד אדמו"ר אשר זעליג אחיו של אדמו"ר החוזה מלובלין, דאס איז לכאורה בתו של ר' זעליג בן מרת מאטל הנ"ל [אויף JRI זעהט מען אז זי האט געהייסן לערמאן ונפטרה בגיל 80 והוא ה"שבע" שנולדה בביחעווע בשנת 1852] המקור

בילד

איז עפעס געבליבען פון דער משפחה ?
@john איהר האט עפעס מיט דער משפחה ?
@נחוניא איהר ווייסט עפעס איבער דער משפחה ?

[תשוח"ח לידידי הרוצה בעילום שמו שעוררני על הנ"ל]
לעצט פארראכטן דורך אליעזר לאנדא אום זונטאג אוגוסט 20, 2023 8:32 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”