רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1708
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am
לאקאציע:איך שרייב נישט ווייל איך האלט אזוי; איך שרייב ווייל ס'איז אינטערסאנט

Re: רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

ס'דא עפעס אשמועה, אז הרה"ק ר' איציקל זיע"א האט פארציילט, אז הרה"ק משינאווא זיע"א האט געזאגט בשעת האט מען געהארגעט פרעזידענט אייברהם לינקאלן, אז עס איז אן עונש וועגן מבטל זיין ציווי התוה"ק "ארור כנען עבד עבדים יהי' לאחיו".

איינער האט א מקור צו דעם? שכח
(כהאב געפרעגט אין אנדערע אשכול, דערוויל האט מען נאכנישט געענטפערט דארט)
איך שרייב נישט ווייל איך האלט אזוי; איך שרייב ווייל ס'איז אינטערסאנט
הרחבה
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 01, 2022 5:23 am

Re: רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרחבה »

הבעש''ט האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:38 am
KMW האט געשריבן:
איינער קען מפנח זיין ווער די מענטשן ארום זענען?

2.jpg
דאס איז ביי די חתונה פין נכדו הגה"צ רבי ברוך כהנא שליט"א אדמו"ר מספינקא אנטווערפען.
פון רעכטס צו לינקס: דער אבי החתן כ"ק אדמו"ר מספינקא י-ם זצ"ל (מיט'ן ציגרעטל), הרה"ק רבי איציקל זי"ע, חתנו הרה"ק רבי יענקעלע זי"ע, רבי אלחנן היילפרין זצ"ל גאב"ד ראדומישלא, רבי שמואל זאב ראטה זצ"ל דומ"ץ איהעל ורב דחסידי בעלזא, דער חתן רבי ברוכ'ל שליט"א, גיסו כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אלס בחור, גיסו רבי אהרן מרדכי רוטנער שליט"א דומ"ץ בעלזא.

דער בדחן איז דאכציך ר' יחזקאל קלאגסבאלד
ר' יחזקאל קלאגסבאלד
אטעטשמענטס
_מצהלות___513___קרח.jpg
_מצהלות___513___קרח.jpg (259.13 KiB) געזען 1010 מאל
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6794
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

Re: רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

יציב פתגם האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 9:16 pm
ארי וואהרמאן האט געשריבן:
הרה״צ ר׳ איציקל זצ״ל זי״ע ביי א חתונה אין פאריז שנת תש״ט ביי די חתונה פין טאכטער פין מיין זיידע ר׳ מאטיע וואהרמאן ז״ל
געזעהן ר׳ איציקעל , צו זיין רעכטס ר׳ מאטיע , אין צו זיין רעכטס דער חתן ר׳ שמואל פיללער ע״ה
לינקס איז אפשר הג"ר ליפא גאלדמאן נייפעסטער רב?
דאס איז הג"ר משה מונד זצ"ל אב"ד מיקאלייאב
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

הרה"ק רבי משה יצחק ב"ר נפתלי אלימלך זי"ע, (געווירצמאן), הנקרא בפי כל ר' איציק'ל מפשעווארסק

ער איז געבוירן אין שטאט גארליץ, י"ב טבת תרמ"ב,

צו זיין טאטע הרה"ק רבי נפתלי אלימלך זי"ע,
בן הרה"ק רבי אברהם געווירצמאן מגארליץ זי"ע,
בן הרה"ק רבי אלימלך געווירצמאן מליזענסק זי"ע,
בן הרה"ק רבי ישראל זי"ע,
חתן הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע,

און צו זיין מאמע הצדקת מרת חנה בריינדל ע"ה,

דער זיידע הרה"ק רבי אברהם געווירצמאן זי"ע איז געווען דער שוווער בזיווג חמישי פון הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע, און ווי מען קען זען אין א בריוו וואס דער הייליגער דברי חיים זי"ע האט געשריבן פאר זיין זון הרה"ק רבי נפתלי אלימלך זי"ע שרייבט ער אויפן זיידן רבי אברהם זי"ע בזה"ל "הרב הקדוש, נקי מן החטא כתינוק בן שנה, והוא מחולל מפשעינו",

און ווי באקאנט האט דער הייליגער צדיק רבי אברהם זי"ע גאר שטארק מסתר געווען זיינע מעשים און דרכים ביים זאגן גוטע ווערטלעך, איין טאג האט איינע פון די חסידים געהערט ווי רבי אברהם האט זיך געווערטלט מיטן צאנזער רעבעצין אין די קאך, ווען ער איז דאס געקומען דערציילן פארן הייליגען דברי חיים זי"ע, האט דער דברי חיים געזאגט בזה"ל, "ווען דו וואלסט נישט געזינדיגט וואלסטו זיך אויך געקענט אזוי ווערטלען",

אויך האט זיך דער הייליגער זיידע רבי אברהם זי"ע זיך מסתופף געווען ביים הייליגען צדיק הרה"ק רבי אשר'ל מראפשיץ זי"ע, דערציילט מען אז איינמאל איז דער צדיק רבי אברהם געווען אין ראפשיץ ביים טיש פון זיין רבין, פלוצלונג זענען אנגעקומען די פאליציי פון די מיליטער, דארט אין ביהמ"ד זענען געווען גאר אסאך בחורים וואס האבן זיך פראבירט ארויס צו דרייען פון מיליטער, אבער דער רבי אברהם איז געגאנגען מיט שטעקענעס און געווען פטור פון די מיליטער,

אבער וויבאלד ער איז געזעצן אויבן אן זענען די פאליציי גלייך געקומען צו אים און געבעטן אז ער זאל ווייזן זיין פטור, ער מיט זיין חכמה האט זיך אנגעהויבן טענה'נען מיט די פאליציי און זיי נישט געוואלט ווייזן זיינע פאפירן, די חברה האבן זיך גענומען איבער אים, אבער די זעלבע צייט האבן זיך אלע בחורים וואס האבן נישט געהאט קיין פטור ארויס געשלייכט פונעם ביהמ"ד, ווען ער האט געזען אז יעדער איז שוין ארויס, האט ער ארויס גענומען זיינע פאפירן און זיי האבן אים געלאזט גיין, אבער מיט דעם שפיל האט ער געראטעוועט אלע אנדערע בחורים,

דערציילט מען אז ביים ברית האט מען געוואלט געבן נאר דעם נאמען יצחק נאכן הייליגען חוזה מלובלין זי"ע, אבער וויבאלד דער קינד איז געווען אין א סכנה בשעת ער איז געבוירן, האט דער הייליגער דברי יחזקאל משינאווא זי"ע געהייסן מען זאל דעם קינד צוגעבן דעם נאמען משה, וויבאלד עס איז געווען באו מים עד נפש און ער איז געראטעוועט געווארן איז דאס ווי ביי משה רבינו ע"ה כי מן המים משיתהו,

שוין פון אלס יונג קינד האט מען שוין געזען אויף אים זיין געוואלדיגע גדלות בתורה און זיין התנהגות דקדושה, צדיקי הדור האבן מעיד געווען אז די שכינה ריט אויף דעם קינד, ער איז שוין געווען דאן באוויסט אלס א עילוי בתורה, און דער הייליגער צדיק רבי איציק'ל זי"ע האט כסדר ביים לעבן געזאגט אז אלס קינד איז ער געווען א הייליג קינד און א גאון, אבער ער ברוב עניוות האט כסדר געזאגט, ווער ווייסט וואס איך האב שוין מקלקל געווען אז איך בין שוין נישט דער הייליגער איד,

ער איז געווען מגדולי צדיקי דורו א איש קדוש מאוד צדיק וחסיד טהור לב, ער איז געווען א מתמיד עצום און א גרויסער ירא שמים, ער איז געווען דבוק אין צדיקי אמת און גאר אסאך קראנטע מעשיות דערציילט פון צדיקים הקדמונים, ער איז געווען מפורסם אלס א גרויסע פועל ישועות בקרב הארץ, ער איז געווען א גרויסער עניו און א צדיק נסתר און אייביג באהאלטן זיין גדלות מיטן זיך פירן מיט א געוואלדיגע פשטות,

ער איז געווען מקושר בלב ובנפש אין צדיקי דורו, ובתוכם,

דודו הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע,
הרה"ק רבי משה משינאווא זי"ע,
הרה"ק רבי שמחה ישכר דוב מצעשינוב זי"ע,
הרה"ק רבי אהרן רוקח מבעלזא זי"ע,
הרה"ק רבי ישעי' מטשחויב זי"ע,
הרה"ק רבי צבי אלימלך מבלאזשוב זי"ע,
הרה"ק רבי אלעזר ריישער זי"ע,
הרה"ק רבי צבי מרוזוודוב זי"ע,
הרה"ק רבי אברהם חיים מפלאנטש זי"ע,
הרה"ק רבינו יואל בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע,

זיין רבו מובהק איז געווען הרה"ק רבי חנה הלברשטאם בעל דברי חנה מקאלאשיץ זי"ע, הי"ד,

דער הייליגער צדיק רבי איציק'ל זי"ע האט דערציילט, אז דער הייליגער דברי חיים מצאנז זי"ע האט גאר שטארק מכבד געווען בנן של קדושים, ובפרט די אייניקלעך פון רבי אלימלך מליזענסק זי"ע און ער האט זייער משבח געווען די אלע וואס האבן אויך מקרב געווען די רבי אלימלך מליזענסק אייניקלעך,

דער הייליגער צאנזער רב זי"ע פלעגט נאכזאגן בשם זיין הייליגען רבין דער זרע קודש מראפשיץ זי"ע, אז ווען משיח וועט קומען וועט די ערשטע שאלה זיין אויב מען האט מקרב געווען די אייניקלעך פון דעם הייליגען רבי אלימלך זי"ע, און דער ראפשיצער רב האט געזאגט אז ער וועט קענען ענטפערן אז יא ער האט זיי מקרב געווען,

האט רבי איציק'ל זי"ע צוגעלייגט בשם זיין הייליגען רבין דער קאלאשיצער רב זי"ע א טעם צו דעם, ווייל כידוע האט דער רבי אלימלך מתפלל געווען אז זיינע יוצאי חלציו זאלן זיין ארימע לייט, נאר בעקבתא דמשיחא וועט מען זיי באווארפן מיט גאלד, קומט דאך אויס אז די וואס זענען מחזק די אייניקלעך פון רבי אלימלך מליז'נסק זענען מקרב ביאת המשיח,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

בשנת תרמ"ו האט זיך זיין טאטע רבי נפתלי אלימלך לויט דעם ציווי פונעם הייליגען שינאווער רב זי"ע אריבער געצויגען צום שטאט שינאווא,

בשנת תרנ"ד ווען ער איז געווען 11 יאר אלט האט אים דער פעטער דער הייליגער שינאווער רב זי"ע געשיקט לערנען קיין טארנא אין די ישיבה פון הגה"ק רבי משה אפטער בעל אמרי משה זי"ע, וואס דער רבי משה איז געווען באוויסט אלס א גאון וחריף און א גדול בתורה, ווי דער הייליגער צאנזער רב זי"ע האט שוין מעיד געווען אויף אים בזה"ל, "מוהר"ר משה איש ריעי ואהובי וגדול בתורה ויראה וראוי להאריך בשבחו אך מרתתין ידי מאפס כחי ולכן קצרתי",

די רבי האט דערציילט אז ער האט דאך געהאט א געוואלדיגע קרבות ביים הייליגען שינאווער רב זי"ע זייענדיג א קרוב, פלעגט ער זיך גאר אסאך דרייען ביי אים אין שטוב ווי א בן בית, דערציילט ער אז איינמאל איז ער אזוי ווי די דרך פון קינדער ארום געלאפן אין ביהמ"ד אין שינאווא, עס איז געווען ערב שבת קודש ביי מנחה, און ער איז אנגעקומען אונטערן טלית פונעם הייליגען שינאווא רב זי"ע,

דערציילט ער אז דער היילליגער שינאווא רב האט דאן געהאלטן אינמיטן די שמונה עשרה פון מנחה און געהאלטן ביי די ווערטער הָקל הַגָּדוֹל הַגִּבּוֹר וְהַנּוֹרָא, דערציילט ער אז ווען ער האט געהערט דעם שינאווא רב זאגן די ווערטער האט אים אנגעכאפט א פחד און א אימה ויראה אז ער האט פאר אפאר טאג נישט געקענט שטיין נעבן דעם שינאווער רב זי"ע, און די פחד האט אים באגלייט זיין גאנץ לעבן,

די רבי האט דערציילט אז ביי זיין בר מצוה האט ער געטון ווי אסאך האבן דאן געטון, אז מען האט זיכער געמאכט אז דער סופר זאל נישט האבן גרייט די תפילין ביי די בר מצוה, און אזוי האט ער געהאט די זכי' אז דער הייליגער שינאווער רבי זי"ע האט אים געלייגט ביי די בר מצוה זיין אייגענע תפילין,

ביי די בר מצוה איז ער א חתן געווארן, האט דער רבי דערציילט אז נאכן תפילין לייגן איז ער אהיים מיטן הייליגען שינאווא רב צו זיי אין שטוב כדי צו אפרעכטן דעם סעודת בר מצוה, אבער ווען ער איז אנגעקומען אהיים האט ער געזען ווי מען גרייט צו עפעס חוץ דעם בר מצוה סעודה, דאן איז ער געוואר געווארן אז דאס איז אויך די תנאים ווי מען האט געשלאסן דעם שידוך,

ליידער נאך בעפאר מען האט אפגעראכטן זיין חתונה ו' טבת תרנ"ט איז דער הייליגער שינאווער רב זי"ע נסתלק געווארן,

ראש חודש ניסן בשנת תרנ"ט האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת רחל ע"ה,
בת הרה"ק רבי ישכר דוב הכהן גלאנץ זי"ע,
בן הרה"ק רבי יוסף חיים גלאנץ זי"ע,
בן הגה"ק רבי צבי הירש הכהן גלאנץ זי"ע, חבר נאמן מיטן הייליגע רבי אלימלך מליזענסק זי"ע,
חתן הרה"ק רבי אריה לייבוש ליפשיץ בעל אריה דבי עילאי זי"ע,
א אייניקל פונעם הייליגען גאון הגה"ק רבי נפתלי הכהן כ"ץ בעל סמיכות חכמים זי"ע,
אויך א אייניקל פון הרה"ק רבי שמואל קאמינקער זי"ע,

נאך די חתונה איז דער צדיק געזעצן אונעם שטאט שינאווא על תורה ועבודה יומם ולילה מיט א געוואלדיגע התמדה, אויך האט ער זיך גאר אסאך מסגף געווען און געקענט פאסטן די גאנצע וואך ממש, ער האט זיך דאן שוין געפירט מיט א מוראדיגע קדושה וטהרה,

ביי די ערשטע וועלט מלחמה ווען די הייליגע שטאט שינאווא איז ליידער חרוב געווארן, האט ער זיך באזעצט אין שטאט פשעווארסק און פון דאן אן האט מען אים אנגעהויבן רופן דער פשעווארסקער רבי זי"ע,

בשנת תר"צ האט אונעם שטאט פשעווארסק אויס געבראכן א שרעקליכע פייער וואס דאן איז ליידער חרוב געווארן 50 הייזער פון אידן פונעם שטאט, אויך די קלויז ווי דער הייליגער צדיק הגה"ק רבי משה סופר בעל אור פני משה מפשעווארסק זי"ע האט געדאווענט איז פארברענט געווארן און אויך דעם שטוב פונעם רבין איז פארניכטעט געווארן אונעם פייער מיט אלעס וואס ער האט פארמאגט,

אבער דער צדיק האט זיך ווייטער מחזק געווען און ווייטער עוסק געווען בתורה מיט א געואלדיגע התמדה און נישט נאכגעלאזט מיט זיין עבודת הקודש, ער האט מחזק געווען די אידן פון שטאט און גאר אסאך עוסק געווען צו צוריק אויפבויען דעם שטאט,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

בשנת ת"ש ווען עס האט ליידער אויס געבראכן די צווייטע וועלט מלחמה איז דער צדיק אנטלאפן מיט די גאנצע משפחה קודם קיין האלאשיץ, דארט האט דער הייליגער צדיק מיט א מסירת נפש ווייטער געפירט זיין עבודת הקודש און מחזק געווען אידישע קינדער,

ווינטער בשנת ת"ש האבן די רשעים געלאזט יעדן אויס וועלען אויב מען וויל גיין קיין סיביר אדער בלייבן דארט אין האלאשיץ, עס איז געווען א צעמישעניש צווישן עולם ווייל מען האט נישט געוויסט וואס עס ווארט אפ דארט אין סיביר, אבער דער צדיק האט יא אפגעמאכט צו גיין קיין סיביר רוסלאנד,

דארט אין סיביר האט דער צדיק מיט געמאכט דעם זעלבן גורל ווי אלע אידן, מען האט ליידער גאר אסאך מיט געמאכט מען האט ליידער געלעבט אין א שרעקליכע הונגער, אבער א יאר שפעטער איז אנגעקומען די שמועות פון האלשיץ וואס איז ליידער געבליבען אונטער די דייטשן ימ"ש און דארט זענען כמעט אלע אידן ליידער אומגעקומען על קידוש השם הי"ד,

הרה"ק רבי יענק'לע מפשעווארסק זי"ע האט דערציילט, אז דארט אין סיביר האט מען דאך געלעבט אין א שרעקליכע הונגער, אבער דער שווער דער צדיק האט די גאנצע וואך צוזאמען געקליבן מיט א מסירת נפש די שאלעכטס פון די פרוכט און ירקות און אויך דאס ביסל מעל, און פון דעם האט ער יעדן שבת קודש געמאכט א קוגעל, פארשטייט זיך אז דער צדיק רבי איציק'ל האט פון דעם איין קליינעם קוגעל געטיילט פאר אסאך אידן,

האבן אידן דערצייילט אז זייענדיג אין סיביר איז דער צדיק איינגעשטאנען אין א הויז וואס האט באלאנגט פאר א גויטע, איין טאג האט דער גויטע ארויס געווארפן דעם צדיק מיט די גאנצע משפחה אויף די גאס, די רבי האט איר געשאלטן מיט קללות, און דאן האט זיך די רבי אוועק געצויגען צום שטאט טאלעמענקא,

אבער נישט קיין סאך נאכדעם האבן די קינדער פון דעם גויטע אנגעהויבן קראנק ווערן און האבן איינס ביי איינס גע'פגר'ט, די גויטע האט פראובירט צו זיכען דעם רבין און איבער בעטן, אבער די רבי האט איר בשום אופן נישט געוואלט אויף נעמען, און צום סוף האבן אלע קינדער גע'פגר'ט און אויך די גויטע האט גע'פגר'ט, כן יאבדו כל אויבך ד',

דער צדיק האט דערציילט אז בשנת תרצ"ז ווען מען האט שוין געשפירט די סכנה פון די צווייטע וועלט מלחמה אין גאנץ אירופה, האט זיך זיין רבי דער הייליגער קאלאשיצער זי"ע אויף געשטעלט בעפאר תקיעות שופר און געזאגט פאר די אידן אין ביהמ"ד, אז כדי צו ניצול ווערן פון די צרות זאל זיך יעדער איד מקבל זיין די מצוה פון וְאָהַבְתָּ לְרֵעֲךָ כָּמוֹךָ,

דער הייליגער צדיק רבי איציק'ל זי"ע האט דערציילט אז הרה"ק רבי אהרן מבעלזא זי"ע האט געזאגט, אז יעדער איד וואס איז ניצול געווארן פון די נעגל פון די דייטשן ימ"ש ביי די מלחמה, האט געהאט צוויי מלאכים וואס האבן אים באגלייט די גאנצע צייט, און רבי איציק'ל האט צו געלייגט, דאס אז איין מלאך איז נישט גענוג געווען ווייזט וואסערע סכנה מען איז געווען און כדי ניצול צו ווערן האט מען געברויכט צוויי מלאכים,

חודש אייר בשנת תש"ו האט די ממשלה פון רוסלאנד נאכגעגעבן אז די אלע וואס זענען נישט קיין בירגער פון רוסלאנד זאלן קענען ארויסגיין צוריק פון ווי זיי קומען, דאן איז די רבי געפארן פאר אפאר וואכן וואס די נסיעה אליין איז נישט געווען קיין גרינגע נסיעה,

צווישן פסח אין שבועות איז דער צדיק צוריק געקומען קיין פולין און ער האט זיך באזעצט אין שטאט ברעסלאו, און וויבאלד דארט אין שטאט איז נישט געווען געהעריג מסודר מיט בתי מדרשים און אלע צרכי הקהילה האט ער זיך חודש אלול געצויגען צום גרויסן שטאט קראקא,

אין קראקא איז ער איין געשטאנען אין שטוב פון הר"ר חיים פריעדמאן ז"ל פון די גרויסע בעלזא חסידים, דערציילט מען אז דארט אין קראקא האט דער צדיק געהאט א גאר גרויסע נס און ער איז ניצול געווארן בדרך נס ממות לחיים,

ווי דער מנהג פון דעם צדיק איז געווען פלעגט ער יעדע נאכט שטייענדיג אויף די פיס סעוסק זיין בתורה מיט א געוואלדיגע התמדה אין דעם עזרת נשים פון דעם ביהמ"ד, איז געווען די נאכט פון ח' ניסן די יארצייט פון זיין הייליגען טאטן הגה"ק רבי נפתלי אלימלך זי"ע איז דער צדיק געשטאנען און געלערנט זיינע שעורים די גאנצע נאכט,

אינמיטן די נאכט האט ער זיך אוועק געזעצט אויפן בענקל אין שטוב ביים טיש כדי ער זאל קענען משלים זיין דעם מסכת לכבוד דעם יארצייט פון זיין טאטן, יענע רגע איז א קויל דורך געפלויגן העכערן קאפ פונעם רבין און וויבאלד ער האט זיך דאן אראפגעזעצט איז ער ניצול געווארן, די קויל האט א גוי א רשע וואס איז געווען א שכן מיטן רבין און ער האט נישט אויס געהאלטן ווי דער צדיק זיצט און לערנט די גאנצע נאכט און דערפאר האט ער געשאסן א קויל צום רבין, אבער בדרך נס האט זיך דער צדיק דאן אראפ געזעצט און דורך דעם געראטעוועט געווארן,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

כסלו בשנת תש"ט האט זיך דער צדיק געצויגען קיין פאריז, דארט האט דער צדיק גאר אסאך עוסק געווען צו מחזק זיין די אידן וואס זענען געבליבן נאכן גרויסן חרבן, ער האט דארט עוסק געווען אין לערנען מיט א מוראדיגע מסירת נפש און התמדה,

בשנת תשי"ז האט זיך דער צדיק געצויגען קיין אנטווערפן אין בעלגיע ווי דער צדיק האט שוין געוואוינט ביז צו זיין פטירה, דארט אין אנטווערפן האט דער צדיק פראבירט צו לעבן א גאר באשיידן לעבן און עוסק געווען בתורה, אבער ווי די משנה זאגט כל הבורח מן הכבוד הכבוד רודף אחריו, איז דער צדיק גאר שנעל געווארן באוויסט אלס א גאון וגדול בתורה, אויך איז ער דאן באוויסט געווארן אלס א גרויסער פועל ישועות בקרב הארץ,

אפילו זייענדיג פון די זקני הדור האט ער זיך ממש אונטער געווארפן אונטער די צדיקים בדורו, ער האט זיך באמת געהאלטן אלס עפר ועפר און זיך כסדר מסתופף געווען בצלו פון די צדיקי הדור, אויך איז ער געווען באקאנט אלס איינער פון די איינציגסטע צדיקים וואס האבן דערציילט גאר אסאך מעשיות פון צדיקים הקודמים מיט א געוואלדיגע פונקטליכקייט, אידן בדורו האבן געוויסט אז ביי דעם צדיק קען מען אייביג הערן מעשיות פון צדיקים און ער איז געווען דבוק און די צדיקים הקודמים מיט א געוואלדיגע דביקות דקדושה,

ווי באקאנט איז דער צדיק געווען גאר שטארק דבוק אונעם זון פון דעם הייליגען שינאווער רב זי"ע הרה"ק רבי שמחה ישכר דוב מציעשנוב זי"ע, און אפילו נאכן פטירה פון זיין רבין איז ער נאך געווען דבוק אין זיין רבין מיט א געוואלדיגע קשר און כסדר גערעדט פון זיין רבין'ס גדלות און קדושה, ער פלעגט אסאך רעדן פון דעם רוח הקודש וואס זיין רבי האט געהאט,

איינמאל האט זיין רבי דער הייליגער צדיק מצעשינוב זי"ע געהייסן פארן רבין אז צוליב זיין שוואכקייט און זיין געזונט זאל ער יעדן טאג בעפארן דאווענען שחרית טועם זיין א שטיקל מזונות, פארשטייט זיך אז ביי דעם צדיק איז דאס געווארן א חלק פון זיין טאג און ער האט דאס נישט אויף געגעבן פאר קיין שום זאך און ער האט אויף דעם נישט מוותר געווען,

דערציילט מען אז עש"ק שבת שובה בשנת תשל"ז אפאר טאג בעפאר זיין פטירה איז דער צדיק געווען גאר שוואך און ליידער האט זיך קיין שום עסן נישט געהאלטן אונעם גוף קדוש, דער דאקטאר האט געהייסן אז צוליב זיין געזונט זאל מען אים נישט געבן קיין שום עסן,

אבער פרייטאג צופרי ווען דער צדיק האט געוואלט גיין דאווענען האט ער געבעטן אז מען זאל אים געבן א שטיקל מזונות כדי ער זאל מקיים זיין וואס זיין רבין האט אים געהייסן, ווען מען האט אים געזאגט וואס דער דאקטאר האט באפוילען, האט דער צדיק מיט זיין געוואלדיגע אמונת צדיקים געזאגט, וואס ווייסט דער דאקטאר, אויב די רבי האט געהייסן עסן דארף מען עסן, און בלית ברירה האט מען אים געגעבן א שטיקל מזונות און לפלא האט זיך די שטיקל מזונות יא געהאלטן, אלעס נאר מיט זיין ריינע אמונה,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

אויך איז דער הייליגער צדיק געווען מפורסם אלס א גרויסער קנאי און ער איז געווען גאר שטארק מקושר נאך בעפאר די מלחמה מיט הרה"ק רבינו יואל בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע, און אסאך מעשיות ווערט דערציילט ווי די צוויי צדיקים האבן זיך גאר שטארק מכבד געווען איינער דעם אנדערן, דער הייליגער מסאטמאר רבי האט גאר אסאך מאל זיך אויס געדריקט אויפן רבין אז ער איז א סימבאל פון א קנאי וואס מיינט אלעס נאר לשם שמים,

ער האט זיך גאר אסאך משתתף געווען צום הייליגען מסאטמאר רבי זי"ע מיט די מלחמה קעגן די ציונים און אייביג געווען פון די ראשונים צו אונטער שרייבן מחאות קעגן די ממשלות הכופרים און כסדר געפאדערט פון זיינע מענטשן צו מיט שטיין מיטן הייליגען מסאטמאר רבי,

גאר אסאך מאל האט ער זיך אויסגעדריקט בזה"ל, "נאך א מזל עס איז דא דער סאטמאר רבי, האלט זיך נאך דאס אידישקייט", איינמאל איז א איד צוריק געקומען נאך די ימים נוראים ביים סאטמאר רבי זי"ע האט אים דער צדיק רבי איציק'ל געבעטן אז ער זאל אים נאך זאגן די תורה וואס די רבי האט געזאגט, און דאן האט דער צדיק געזאגט בזה"ל, "עס איז נאך דא היינט ערליכע אידן אויף די וועלט, אבער וועם עס טיט אמת'דיג וויי דער כבוד שמים איז ער איינער",

בשנת תשכ"ז נאך די מלחמה אין ארץ ישראל ווען די ציונים האבן ליידער פארשפרייט זייערע שקרים אין די וועלט מיט די ניסים וואס זיי האבן געהאט און מיט זייער נצחונות, איז דער צדיק רבי איציק'ל געזעצן ביי מלווה מלכה, האט ער דאן גענומען דעם הייליגען ספר ויואל משה אין די האנט און מעין געווען דעראון, דאן האט ער דאס פארמאכט און א קיש געגעבן און געזאגט בזה"ל, "אלעס וואס שטייט אין דעם ספר איז תורת אמת", איינמאל האט זיך דער הייליגער צדיק אויס געדריקט בזה"ל, "אני מאמין באמונה שלימה שלולא הציונים היינו כבר נושעים בגאולה שלימה",

בשנת תשי"ט ווען ער איז געווען אין אמעריקע צו די חתונה פון זיין אייניקל הרה"ק רבי לייבוש לייזער שליט"א איז ער אריין צום רבין מסאטמאר זי"ע און דאן האט ער געזאגט פאר די רעבעצין, עס גייט נישט דורך א טאג וואס איך בין נישט מתפלל די צוויי נעמען, דעם הייליגען רבין'ס נאמען און זיין רעבעצין, און ער האט זיך כמה פעמים אויס געדריקט בזה"ל "אזוי ווי עס איז א חיוב פאר א איד יעדן טאג צו לייגן תפילין, אזוי איז א חיוב אויף יעדן איד יעדן טאג צו מתפלל זיין פאר אריכות ימים פונעם הייליגען סאטמאר רבי",

זיין גרויסע אהבה צום הייליגען צדיק הדור רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע קען מען זען פון די מעשה, עס איז געווען בשנת תשל"א ווען דער צדיק איז שוין דאן געווען א בן תשעים און געווען גאר שוואך, האט ער געבעטן פון זיין גבאי הר"ר אנשיל ז"ל אז ער זאל אים ערלעדיגן די פאפירן צו קענען פארן אויף חוץ לארץ ווייל ער וויל זייער באזיכן דעם צדיק הדור,

און מיט א געוואלדיגע מסירת נפש האט דער צדיק געמאכט דעם וועג קיין אמעריקע אויף שב"ק בעפאר ראש השנה, ווען ער איז אנגעקומען צום רבין מסאטמאר האבן זיך די צוויי צדיקים זייער געפרייט, רבי איציק'ל זי"ע האט דאן נאך געזאגט בשם זיין הייליגען רבין מצעשינוב זי"ע אז ווען מען מאכט א נסיעה צו א צדיק דארף מען דאס באהאלטן, האט דער הייליגער סאטמאר רב געזאגט, מען דארף דאך וויסן ווער דער צדיק איז, האט רבי איציק'ל געזאגט, "ב"ה איך ווייס",

דאן איז דער צדיק געזעצן ביים טיש פונעם סאטמאר רבי ממש ווי א חסיד ער האט נישט געוואלט מען זאל אים מכבד זיין, ווען די רבי מסאטמאר האט אים געבעטן אז ער זאל בענטשן די פירות האט ער בכלל נישט פארשטאנען וואס מען וויל פון אים ווייל דער צדיק האט באמת נישט געהאלטן אז ער איז ראוי פאר דעם, ווען ער האט געזאגט פארן סאטמאר רבי אז ער וויל עסן זיינע שיירים האט די רבי געזאגט אז ביים קוקען אויף די פרוכט ווערט עס שוין געבענטשט, האט רבי איציק'ל מרוב עניוות געכאפט פרוכט שריים פון סאטמאר רבי זי"ע,

נאך די נסיעה האט דער צדיק רבי איציק'ל נישט אויפגעהערט רעדן פון דעם זכי' וואס ער האט געהאט צו קענען מסתופף זיין בצלו פונעם סאטמאר רבי זי"ע און כסדר געהאלטן און איין זאגן, "ב"ה אז איך האב נאך זוכה געווען צו זיין ביים צדיק הדור",

בשנת תשל"ב ווען א יונגערמאן איז אריין געקומען צו אים זיך געזעגענען אז ער פארט קיין אמעריקע, האט דער צדיק געזאגט אז ער איז אים מקנא אז ער וועט האבן די זכי' צו זיין ביים צדיק הדור, און דאן האט דער צדיק רבי איציק'ל געשיקט דעם יונגערמאן אלס שליח צום רבין, און געהייסן אז ער זאל דעם רבין פרעגן דעם שאלה,

אזוי ווי ער האט שוין נישט קיין כח אליין צו קומען צום רבין, וויל ער וויסן, דער נועם אלימלך שרייבט פרשת מצורע, נגע צרעת כי תהיה באדם, זאגט דעם הייליגער נועם אלימלך אז נגע גייט ארויף אויף עבירות, והובא אל הכהן, וואס דאס גייט ארויף אויפן צדיק הדור, אז א איד וואס האט עבירות איז די עצה צו גיין צום צדיק הדור, פרעגט ער דעם רבין אז אזוי ווי ער האט נישט קיין כח צו קומען, אבער ער לייגט יעדן טאג תפילין ווי א איד און ער לייגט צדקה אין דעם פישקע פון רבי מאיר בעל הנס און בעט פארן געזונט פונעם רבין, וויל ער וויסן אויב ער איז מיט דעם יוצא, אדער דארף ער ממש קומען צו פארן צום רבין,

ווען דער יונגערמאן איז אנגעקומען צום רבין און איבער געזאגט דעם שאלה פונעם צדיק רבי איציק'ל פארן רבין און דער משב"ק רבי מאיר דייטש האט דאס איבער געזאגט פארן רבין, האט דער מסאטמאר רבי זי"ע געטפערט און קורצע דבורים, "זאג אים אז ער איז יוצא",

אידן האבן כסדר דערציילט אז ווען איינער איז צוריק געקומען פון אמעריקע און האט נישט דערציילט פארן צדיק אז מען איז געווען ביים רבין פון סאטמאר, האט דער צדיק ממש נישט געקענט פארשטיין ווי אזוי א איד פארט קיין אמעריקע און האט נישט קיין שכל צו גיין צום צדיק הדור, און ווען א איד פון וויליאמסבורג איז איינמאל געקומען צו אים אויף א שבת און געבעטן שריים, האט דער צדיק מיט זיין לשון געזאגט פאר דעם איד, "די ברויכסט שריים, פאר א בהמה געט מען נישט קיין שריים, די קומסט פון אמעריקע וואס דארט וואוינט דער הייליגער צדיק דער סאטמאר רבי און די בעטס פון מיר שריים",
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

ער איז געווען באוויסט אלס א גאר באהאלטענער צדיק וקדוש, ער האט זיך גאר אסאך מנהגים געפירט לויט די סודות הנסתרים, ער האט זייער אבאכט געגעבן אז מענטשן זאלן נישט זען וואס ער טוט און דערפאר האט ער כמעט נישט געטון קיין זאכן פארענט פון אנדערע אידן, ער האט זיך ברבים אייביג גפירט מיט א געוואלדיגע פשטות,

ווערט דערציילט אז צום הייליגען צדיק הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע איז איינמאל ערב שבת קודש אריין געקומען א גוי און ער פרעגט דעם צדיק אויב ער ברויך פיש פאר שבת, האט אים דער צדיק געזאגט אז ער זאל אריין גיין אין די קאך צו די רעבעצין און דארט פרעגן אויב מען ברויך פיש, איז דער גוי אריין און די רעבעצין האט געזאגט אז זי האט שוין פיש פאר שבת,

אויפן וועג ארויס איז דער גוי צו געגאנגען צום צדיק און זאגט, "וואס וועט זיין מיט פיש פאר מלווה מלכה", דאן האט דער הייליגער רבי אלימלך זי"ע אויף געהויבן זיינע הייליגע אויגן און געזאגט, אה דאס בוסטו דוד המלך ע"ה, וואס זאל איך טון איך בין שוין צו אלט און איך האב שוין נישט קיין כח פאר גרויסע מלווה מלכה'ס, אבער מיינע אייניקלעך וועלן פראווען גרויסע מלווה מלכה'ס און וועלן פויעלען גרויסע ישועות,

איז באקאנט אז ביי דעם צדיק רבי איציק'ל זי"ע וואס איז דאך געווען א אייניקל פון רבי אלימלך זי"ע האט מען געזען גאר גרויסע מופתים ביי מלווה מלכה, ער פלעגט פראווען גרויסע מלווה מלכה'ס, ער פלעגט טיילן קנאבל און צוקער וואס הונדערטער אידן האבן געזען גרויסע ישועות ביי דעם צדיק מוצאי שבת קודש,

ער פלעגט זאגן אז קנאבל מוצאי שבת איז א סגולה פאר פרנסה, איינמאל האט א איד באקומען א קנאבל און עס איז געווען נישט אזא גוטע קנאבל עס איז געווען אביסל פארדארבן, דער איד האט דאס גלייך געוואלט צוריק געבן און נעמען א אנדערע, האט דער צדיק געזאגט, די ווייסט נישט אז פון א פארדארבענע זאך וואקסט ארויס גאר שיינע זאכן, כך הוה דער איד האט גאר שטארק מצליח געווען נאך דעם ברכה,

איינמאל האט דער צדיק געהאט גאר שטארקע יסורים אויף די פיס, האט איינע פון די חסידים געזען די יסורים וואס די רבי האט זיך אנגערופען, "עס איז שוין צייט אז משיח זאל קומען און דורך דעם וועט די רבי פטור ווערן פון די יסורים", האט זיך דער צדיק אנגערופען, וועגן מיינע פוס מוז משיח נישט קומען,

דאס זהירות פון דעם צדיק איז געווען ממש להפליא, איינמאל איז א בחור געקומען זיך מזכיר זיין ביים צדיק מיט א קוויטל, און דער צדיק רבי איציק'ל האט פונקט דאן נישט אנגעהאט זיין היט, און ווי דער מנהג ביי דעם צדיק אז ווען ער האט געליינט א קוויטל האט ער מקפיד געווען צו האבן אנגעטון א גארטל און א היט,

ווען ער איז געגאנגען נעמען זיין היט האט ער געזען אז אויפן זעלבן פלאץ ליגט נאך א היט וואס איז זייער ענדליך צו זיין היט, האט ער געהייסן מען זאל רופן דעם בעל הבית פונעם אנדערן היט כדי יענער זאל קענען זיכער מאכן וועלכע איז זיינס, און דער צדיק האט דאס גלייך מסביר געווען, אז וויבאלד דער היט באלאנגט נישט צו אים, וויל ער ח"ו נישט אן רורען א אנדערנס חפץ און דערפאר וויל ער יענער זאל קומען בודק זיין וועלכע היט איז זיינס,

ער האט ליידער פארלוירען דריי קינדער ביי די מלחמה,

אבער בחסדי השם איז איבער געבליבן פארן דור יתום דעם רבין'ס טאכטער הרבנית הצדקת מרת אלטע בינא ע"ה, אשת הרה"ק רבי יעקב לייזער מפשעווארסק זי"ע וואס האט איבער גענומען דאס רבנות נאכן הסתלקות פון זיין הייליגן שווער, הונדערטער אידן זענען געהאלפן געווארן ביים איידעם וואס איז געווען מפורסם אלס א גרויסע צדיק וקדוש און א גרויסע פועל ישועות בקרב הארץ,

ווי באקאנט האט דער צדיק פאר איבער דרייסיג יאר געליטן גרויסע יסורים אויף א בראך, אבער ער האט בשום אופן נישט געוואלט אריבער גיין קיין אפעראציע, ליידער דאנערשטאג עשי"ת בשנת תשל"ז איז די מצב געווארן גאר שווער, יענעם טאג ביי מנחה האט ער געדאווענט מיט א מסירת נפש ממש און ביי אבינו מלכנו אנשטאט "כתבנו" האט ער געזאגט "חתמינו", און די מנחה איז געווען דאס לעצטע תפלה פונעם הייליגען צדיק,

שפעטער האט מען אים ליידער אריין געפירט אין שפיטאל, דערציילט מען אפילו דער צדיק איז נישט געווען ביי זיך די גאנצע צייט אין שפיטאל, ווען מען איז איינמאל דורך א מזוזה האט זיך דער צדיק געווארפן צום מזוזה און דאס אנגערירט, פרייטאג האט דער צדיק צוריק באקומען אביסל זיין באוויסטזיין און האט מעיין געווען אין א ספר,

מען האט ערב שבת קודש געמאכט אן אפעראציע וואס איז דורך בשלום אבער ליידער איז דער גוף קדוש געווארן אלס שווואכער און שוואכער, דערציילט מען אז אפילו זייענדיג אין אזא שווערער מצב האט מען געזען ווי דער צדיק זאגט הייליגע זאכן און זיינע ליפן האבן זיך די גאנצע צייט געשאקעלט,

ליידער יום הקדוש פארמיטאג נִצְּחוּ אֶרְאֶלִּים אֶת הַמְּצוּקִים וְנִשְׁבָּה אֲרוֹן הַקֹּדֶשׁ און דער צדיק וקדוש האט צוריק געגעבן זיין הייליגע נשמה ליוצרה, און ווי חז"ל זאגן סילוקן של צדיקים מכפרת, דערציילט מען אז די גאנצע צייט יום הקדוש זענען געווען 9 אידן דארט אין שפיטאל ביים צדיק, אבער ממש מינוטען בעפאר דעם יציאת נשמה האט א איד אריין שפאצירט אין שפיטאל און דער צדיק האט געהאט א זכי' אז ביי יציאת נשמה איז דארט געווען א מנין אידן,

נסתלק לגנזי מרומים בעצם יום הקדוש בשנת תשל"ז, ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח אין פיטע הולאנד נעבן אנטווערפען.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

דערציילט מען אז דער הייליגער צדיק האט דעם גאנצן יאר געבעטן זיינס א אייניקל אז ער זאל אים דערמאנען ערב יום הקדוש, אז ער זאל נישט פארגעסן צו זאגן פרשת המן ווען אלע אידן זאגן תפילות זכה יום הקדוש ביינאכט, ווייל דער צדיק האט אייביג אינזין געהאט צו ברענגען השפעות פאר אידישע קינדער,
--
דער הייליגער צדיק רבי איציק'ל זי"ע פלעגט גאר אסאך גיין נאך געלט פאר צדקה צוועקן זיין גאנץ לעבן, אסאך מאל איז ער געגאנגען מיט ביידע הענט נאך געלט פאר צוויי עקסטערע צוועקן,
--
איינמאל האט א איד געפרעגט דעם צדיק פארוואס גייט איר אזוי פיל נאך געלט, האט דער צדיק געזאגט איך גיי פאר דריי צוועקן נאך געלט, פאר מיין נשמה און מיין זכות, פאר דיין נשמה אז די זאלסט האבן א טובה דערפון, און אויך פארן נצרך וואס ברויך דאס געלט,
--
אמאל ווען רבי איציק'ל זי"ע איז געווען א יונגעל האט דער הייליגער שינאווער רב זי"ע געהערט פון פענסטער ווי רבי איציק'ל זייענדיג א קליין קינד שפילט זיך מיט א אנדערן קינד און זאגט, הלוואי זאל איך זיין דער אייזל פון משיח צדקנו, האט דער הייליגער שינאווער רב זי"ע וואס איז געווען א איש האמת ארויס געשריגן, איך ווייס נישט אויב די אייזל וועסטו זיין אבער אפשר דער אייזל פון משיח'ס גבאי,
--
דערציילט מען אז איינמאל האט דער הייליגער צדיק רבי איציק'ל געברויכט א לבנה, האט ער געהייסן אז מען זאל ברענגען דעם פישקע קופת רבי מאיר בעל הנס, און געזאגט רבי מאיר'ל אז מען שטארקעט העלפט ער,

אבער בטעות האט מען געברענגט א אינגערישע קופת כולל שומרי החומות, האט דער גבאי געזאגט רבי מיט דעם פישקע וועט ארויס קומען די לבנה אין באדאפעסט, האט זיך דער צדיק דערשראקן און געהייסן מען זאל ברענגען דער גאליציאנע פישקע און ער וועט אריינלייגען דארט אויך,
--
איינמאל איז נישט געווען קיין שיינע לבנה צו מאכן קידוש לבנה, האט דער צדיק געהייסן מען זאל ברענגען כוס של ברכה און אזוי וועט די לבנה געזונט ווערן, און כך הוה גלייך נאכדעם האט זיך די לבנה אויס געקלארט,
--
דערציילט מען אז ווען רבי איציק'ל זי"ע האט נאך געוואוינט אין פאריז איז איינמאל דער גרויסער גאון הגה"ק רבי חיים קרייזווירט גאב"ד אנטווערפען זי"ע הערענדיג פון דעם צדיק רבי איציק'ל געקומען קיין פאריז צו כאפן א בליק אויף דעם צדיק, אבער אזוי ווי ער איז אנגעקומען האט אים דער צדיק רבי איציק'ל מכבד געווען אז ער זאל קומען מיט אים צוזאמען קלייבן געלט פאר א צדקה צוועק,

דער גאון רבי חיים איז דאך געווען כל כולו תורה און ער האט נישט מבטל געווען קיין רגע אויף דברים גשמיות, האט ער זיך זייער געוואונדערט פארוואס דער צדיק רופט אים גיין נאך געלט, אבער לכבודו פונעם צדיק איז ער מיט אים געגאנגען נאך געלט,

שפעטער האט אים רבי איציק'ל געזאגט, דער גאון ליגט טאקע ראשו ורובו אין תורה, אבער ווען מען וועט ארויף קומען בעולם העליון וועט מען נאר דעם קאפ אריין לאזן אין גן עדן, אבער מיטן גיין נאך געלט און העלפן אנדערע אידן איז מען אויך מתקן דעם גאנצן גוף, דער גאון איז מוראדיג נתפעל געווארן פון דעם גרויסע עבודה הצדקה פונעם צדיק רבי איציק'ל זי"ע,
--
ווען דער הייליגער צדיק איז געווען נאך די מלחמה אין קראקא, שבת קדוש ביים טיש ווען ער האט געהאלטן ביי די זופ, איז א איד געקומען מזכיר זיין א פרוי א מקשה לילד און דער דאקטאר האט געהייסן אפערירן,

האט דער צדיק געזאגט רבי איציק'ל איז נישט מסכים צו דעם, און דער צדיק האט אנגעהויבן דערציילן א מעשה, אמאל איז מען געקומען צו הייליגען שינאווער רב זי"ע מזכיר זיין א מקשה לילד שבת קודש ביי די זיפ, האט דער שינאווער רב דערציילט א מעשה, אז איינמאל איז מען געקומען מזכיר זיין א מקשה לילד ביים הייליגען ראפשיצער רב זי"ע ביי די זיפ, האט דער הייליגער ראפשיצער רב אביסל געמישט די זיפ און גלייך איז מען געקומען מבשר זיין אז עס קומט א מזל טוב,

בשעת מעשה האט דער הייליגער שינאווער רב געמישט די זיפ און גלייך איז מען געקומען מבשר זיין אז עס קומט א מזל טוב, און דאן האט רבי איציק'ל געהייסן פארן עולם ווייטער עסן די זיפ און ער רבי איציק'ל האט נאך אביסל געמישט די זיפ, און אפאר מינוט שפעטער איז געקומען די מזל טוב אז דאס קינד איז געבוירן בשעה טובה ומוצלחת,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

ווערט דערציילט אז ווען דער צדיק האט חתונה געמאכט זיין אייניקל הרה"צ רבי משה אהרן רייך שליט"א, איז ער צו געגאנגען צום חתן ביי די סעודה, חתן לעבן איך הער אז די האסט ליב צו גיין נאך געלט, קום וועלן מיר גיין נאך געלט, איז דער הייליגער זיידע מיטן חתן ארום מיט א שטריימל באקס נאך געלט,

ווען זיי זענען אן געקומען צום גביר הרה"ח רבי מענדל בערגער ע"ה האט דער חסיד געפרעגט וויפיל די רבי ברויך ווייל עס איז דאך נישט קיין כבוד אז דער חתן זאל ארום גיין נאך געלט, האט דער הייליגער צדיק ארויס געשלעפט 5000 פונט פון רבי מענדל בערגער ע"ה,

אבער דאן האט דער צדיק געזאגט פאר רבי מענדל, קום די אויך לאמיר צוזאמען גיין נאך געלט, און דער הייליגער צדיק מיטן חתן און ר' מענדל זענען ארום געגאנגען און צוזאמען געשטעלט א גאר גרויסע סכום געלט, אבער ביי די נאכט איז שוין פון די גאנצע געלט נישט געווען קיין פרוטה ווייל דער צדיק האט דאס אלעס אויסגעטיילט פאר נצרכים,
--
דערציילט מען אז איינמאל איז אנגעקומען אין אנטווערפען א איד וואס איז ליידער געווען א קריפל ער איז געגאנגען מיט שטעקענעס, ווען ער איז אריין געקומען צום הייליגען צדיק רבי איציק'ל זי"ע האט דער צדיק אים גלייך געזאגט, עס איז נישט קיין כבוד אז די זאלסט דיך ארום שלעפן נאך געלט, זאג מיר וויפיל די ברויכסט און איך וועל דיר עס צוזאמען שטעלן, האט דער איד געזאגט בערך 30 טויזענט פונט ווייל ער ברויך חתונה מאכן א קינד,

דער הייליגער צדיק איז ארום געגאנגען נאך געלט און ער האט געטראפן איינעם א גרויסען עושר, האט דער צדיק געבעטן פון דעם איד אז ער זאל ארום גיין און צוזאמען שטעלן דאס געלט, האט דער איד וואס איז געווען א בכובוד'דיגע איד געפרעגט וויפיל די רבי ברויך, האט דער צדיק געזאגט אז ער ברויך 30 טויזענט פונט, האט דער איד גלייך ארויס גענומען א טשעק און געגעבן דעם גאנצן סכום פארן רבין,

דער הייליגער צדיק איז געווארן אזוי בשמחה פון דעם איד נתינה, אז יענעם פרייטאג צונאכטס האט ער דעם איד צוגעשיקט צום עמוד קבלת שבת אפילו דער עושר האט נישט געטראגן קיין בארד וואס דער צדיק האט זיך אייביג געפירט נישט צו שיקען איינעם צום עמוד וואס האט נישט קיין בארד, און ער האט געזאגט, דער איד האט א גאלדערנער בארד מיט די מצוה וואס ער האט מקיים געווען,
--
דער הייליגער צדיק האט דערציילט אז ווען ער איז געווען אין יערסלוב האט ער געהאט עפעס א געוואוקס אין האלז, איז ער געגאנגען צום דאקטאר און דער דאקטאר האט געהייסן אז מען זאל דאס אפערירען, האט דער צדיק געפרעגט אפשר איז דא א וועג פון אויס טריקענען דעם געוואוקס, האט דער דאקטאר וואס איז נישט געווען אזא גרויסער מאמין געפרעגט, אפשר ווילט איר אויס טריקענען דעם גאנצן ים,

איז דער צדיק וקדוש אריבער צו ציון פונעם הייליגען זיידן רבי אלימלך מליזענסק זי"ע און ער האט געזאגט אז בשעת ער איז געווען אויפן ציון האט ער געשפירט ווי דער געוואוקס טריקענט איין, דאן ווען ער איז צוריק געקומען צום דאקטאר האט דער צדיק געזאגט פאר דעם דאקטאר זעסטו אז דער הייליגער זיידע קען עס יא איינטריקענען,
--
ווען דער הייליגער צדיק רבי איציק'ל זי"ע האט נאך געוואוינט אין פאריז פלעגט מען צוויי מאל א וואך שחט'ן הינדלעך ביי דעם צדיק אין שטוב, איין מאל איז געווען דינסטאג און דער צווייטער מאל איז געווען דאנערשטאטג לכבוד שבת קודש,

דערציילט א איד אז ער איז געווען א דינסטאג ביים צדיק, און דער טאכטער קומט אריין און זאגט פארן טאטן, דער שוחט פראבירט צו שחט'ן א הינדל אבער דער הינדל אנטלויפט, האט דער צדיק געבעטן דעם איד אז ער זאל גיין העלפן כאפן דעם הינדל, אבער דער איד האט אויך נישט מצליח געווען, איז דער צדיק ארויס געקומען און זאגט, מן הסתם וויל דער הינדל ווארטן מען זאל אים ניצן אויף שבת קודש,

דערציילט דער איד אז ער איז צוריק געקומען דאנערשטאג און לפלא דער הינדל האט זיך געלאזט שחט'ן אן קיין פראבלעמען, אויך שבת קודש איז דער איד געווען דארט ביים צדיק, האט דער איד דערציילט אז דער צדיק רבי איציק'ל האט גאר שטארק מקפיד געווען אז קיינער זאל נישט איבער לאזן קיין ברעקל פון די פלייש פון דעם הינדל וויבאלד דאס איז זיכער געווען א גלגול פון א געהויבענע איד,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

ווי באקאנט האט דער הייליגער צדיק געהאט א גאר שטארקע עבודה מיטן טיילן די קוגעל יעדן שבת קודש, ער פלעגט ארום גיין אין די גאס ערב שבת און אפילו פאר די קינדער געהייסן מען זאל קומען נעמען קוגעל ווייל עס איז א גרויסע סגולה פאר יראת שמים,

איינמאל האט א קינד געזען ווי א איד האט רח"ל מחלל שבת געווען, האט דער קינד געפרעגט פון זיין טאטע, דער איד האט נישט מורא פון דעם רבין, האט דער טאטע געפרעגט דעם קינד פון וועלכע רבי רעדסטו, האט דער קינד געזאגט דער רבי וואס טיילט די קוגל שבת, ווען דער איד האט דאס דערציילט פאר רבי איציק'ל זי"ע, האט דער הייליגער צדיק גאר שטארק הנאה געהאט דערפון און געבעטן דעם איד אז ער זאל אים דאס דערציילן נאכאמאל,
--
הרה"צ רבי משה אהרן רייך שליט"א האט דערציילט א מעשה, אז ווען דער הייליגער זיידע רבי איציק'ל זי"ע איז אנגעקומען קיין אנטווערפען, האט א איד דארט אין אנטווערפען אריין געגעבן א ספר תורה, אבער דער איד איז געווען פון די מתחדשים וואס האט נישט געגעליכען דעם צדיק רבי איציק'ל און ער האט אים נישט גערופען צום הכנסת ספר תורה, דער צדיק האט געהאט גרויס חלישת הדעת דערפון,

דעם קומענדיגן יו"ט שמחת תורה ווען מען האט געליינט אין דעם ספר תורה און מען איז אנגעקומען סוף פונעם ספר תורה צו די ווערטער פון "וּלְכֹל הַיָּד הַחֲזָקָה וּלְכֹל הַמּוֹרָא הַגָּדוֹל אֲשֶׁר עָשָׂה מֹשֶׁה לְעֵינֵי כָּל־יִשְׂרָאֵל" האט מען געזען אז דער סופר האט געמאכט א טעות און אנשטאט שרייבן "אֲשֶׁר עָשָׂה מֹשֶׁה לְעֵינֵי כָּל־יִשְׂרָאֵל" האט ער געשריבן "אֲשֶׁר עָשָׂה ד' לְעֵינֵי כָּל־יִשְׂרָאֵל" וואס דאס האט געמיינט אז דער ספר תורה איז פסול, דער איד האט געהאט פון דעם גרויסע בושות, און אונעם ביהמ"ד פונעם צדיק האט מען געשמיסט אז דאס איז געווען א עונש פונעם הקפדה פונעם צדיק רבי איציק'ל זי"ע,
--
אויך דערציילט הרה"צ רבי משה אהרן רייך שליט"א אז דער זיידע האט געהאט א צדקה פישקע פאר רבי מאיר בעל הנס ביי זיך אין ביהמ"ד און ליידער זענען געווען אידן וואס פלעגן ארויס גנב'נען געלט פון די פישקעס, איין טאג האט מען געכאפט איינע פון די אידן אויף ברעכן דעם פישקע און מען האט גערופן די פאליציי, ווען די פאליציי האבן געוואלט דעם איד ארעסטירן האבן זיי געברויכט דעם אונטער שריפט פון רבי איציק'ל וויבאלד ער איז דאך געווען דער וואס איז געווען דער בעל הבית אויפן הויז,

אבער דער הייליגער צדיק איז דערציטערט געווארן הערענדיג אז מען וויל דא ארעסטירן א איד, אבער די פאליציי האט נישט געוואלט נאכגעבן, האט דער צדיק מיט זיין חכמה געזאגט פאר די פאליציי, איך האב פארלוירען דעם שליסל צו די פישקע און איך האב געבעטן דעם איד אז ער זאל מיר אויף ברעכן דעם פישקע כדי איך זאל קענען ארויס נעמען דאס געלט, און אזוי האט מען דעם איד געלאזט גיין, דאס איז געווען די געוואלדיגע אהבת ישראל וואס דער צדיק האט געהאט אפילו פאר א איד וואס האט גע'גנב'ט אויך,
--
ווי באקאנט האט דער הייליגער צדיק רבי יענקעלע מפשעווארסק זי"ע געזאגט אז צום ציון קדשו פונעם שווער זאל מען נישט גיין ערב שבת קודש ווייל דער צדיק איז נישט דארט, ווייל וויבאלד ער איז געווען גאר שטארק פארנומען בחייו מיטן שבת קודש איז ער יעצט אויך נישט ביים ציון ערב שבת קודש, וואס ווי באקאנט האט דער צדיק גאר שטארק געקאכט מיטן קדושת השבת נישט צום באשרייבען,
--
דערציילט מען אז די ישועות וואס דער צדיק האט געפויעלט מיט כוס של ברכה מוצאי שבת קודש איז געווען גאר הויעך, ווי באקאנט האט דער צדיק געהאט א בעכער פון הרה"ק רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע, דערציילט מען אז דאס ערשטע מאל וואס דער צדיק האט געפויעלט א ישועה מיט כוס של ברכה, איז געווען ווען א איד איז געקומען צום הייליגען צדיק און זיך מזכיר געווען אז ליידער גייט נישט די צורקעלאציע אין זיין פוס און ער האט פון דעם גרויסע יסורים,

האט דער צדיק גענומען וויין פון כוס של ברכה און דאס ארום געשמירט פאר דעם איד אויף די פוס און תיכף איז דער איד אויס געהיילט געווארן, פון דאן האט דער צדיק געניצט דעם סגולה גאר אסאך און גאר אסאך אידן האבן געהאט גרויסע ישועות מיט דעם כוס של ברכה פון דעם צדיק זי"ע,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

דערציילט מען אז א איד איז אמאל געקומען צו זיין זון אויף שבת קודש קיין אנטווערפען און שבת ביינאכט האט דער זון געבעטן דעם טאטן אז ער זאל קומען צום טיש פון רבי איציק'ל זי"ע, אבער דער איד האט געזאגט פארן זון וואס האב איך צו גיין צום טיש דער רבי זאגט דאך נישט קיין תורה ביים טיש, און דער איד איז געווען געוואוינט צו גיין צו טישן פון רבי'ס וואס האבן געזאגט תורה,

אבער נאכדעם וואס דער זון האט אים זייער געמיטשעט איז דער איד אריבער צום צדיק רבי איציק'ל זי"ע, ווען דער איד איז אריין געקומען האט ער געטראפן ווי דער צדיק זיצט ארום גענומען מיט זיינע חסידים, דער איד לייגט צו אן אויער און הערט ווי דער צדיק זאגט פאר זיינע חסידים בזה"ל, " ס'איז דא מענטשן וואס מיינען אז אויב דער רבי זאגט נישט קיין תורה איז ער ערגער ווי א גוי", ווען דער איד האט געהערט דעם אפענעם רוח הקודש פון רבי איציק'ל איז ער שוין געבליבען א גרויסע חסיד פון דעם צדיק,
--
דער הייליגער צדיק רבי איציק'ל זי"ע האט דערציילט די מעשה וואס ער האט געהערט פון זיין רבין הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע,

דער בעש"ט הקדוש זי"ע איז איינמאל אנגעקומען צו א שטאט און לכבודו פונעם בעש"ט האט דער בעל אכסניא צוגעגערייט א שיינע סעודה און ער האט איינגעליידענט די גאנצע שטאט אויך די דיינים און רבנים פונעם שטאט, אינמיטן די סעודה איז ארויף געקומען א שאלה אויפן עוף וואס מען האט געברויכט סערווירען און עס איז געווארן א דין ודברים צווישן די רבנים און דיינים פון שטאט, אבער קיינער פון זיי האבן נישט געוואלט פסק'נען אויפן עוף נאר האבן דאס געברענגט צום בעש"ט הקדוש זי"ע,

דאן האט דער בעש"ט געפרעגט פון דעם בעל אכסניא אויב אלע זיינע קינדער זענען ביים טיש, דער בעל אכסניא האט געזאגט יא, אבער גלייך האט ער זיך דערמאנט און ער זאגט פארן בעש"ט, איך האב איין קינד א יונגעל וואס איז ליידער געבוירן געווארן א דומם ער קען נישט גיין רעדן אדער טון סיי וואס, נאר דער קינד ליגט אין בעט זייט ער איז געבוירן געווארן, און היינט איז טאקע זיין בר מצוה ער ווערט 13 יאר אלט,

האט דער בעש"ט געגעבן זיין שטעקן פאר זיין גבאי און זאגט אז ער זאל גיין צום בחור און זאגן אז דער בעש"ט רופט אים, לפלא אזוי ווי דער בחור האט געהערט די ווערטער האט ער זיך אויפגעשטעלט פון בעט און זיך אנגעטון די בגדי שבת און אריין געקומען צום בעש"ט, אזוי ווי דער בחור קומט אריין האט זיך דער בעש"ט אויף געשטעלט מלא קומתו און מקבל געווען דעם בחור מיט גרויס כבוד,

דאן האט דער בעש"ט געהייסן מען זאל ברענגען דעם שאלה פארן בחור און דער בעש"ט האט געהייסן דעם בחור צו מעיין זיין אויב דער עוף איז כשר אדער נישט, דער בחור האט מעיין געווען און דאן געזאגט אויפן עוף "כשר", דאן האט דער בעש"ט ארויס באגלייט דעם בחור מיט גרויס יראת בכבוד און דער בחור האט זיך צוריק געלייגט אין בעט און גלייך איז געווען יציאת נשמה און דער בחור איז נפטר געווארן,

שפעטער האט דער בעש"ט הקדוש זי"ע דערציילט פאר די אידן דארט וואס דא איז פאר געקומען, דער הייליגער גאון דער בעל תבואות שור זי"ע האט איין ערב שבת קודש ווען ער איז געווען זייער פארנומען מיט די הכנת צום שבת קודש, איז א פרוי געקומען מיט א שאלה אויף א עוף און דער גאון וויבאלד ער איז געווען זייער פארנומען האט געגעבן דעם פסק אז די עוף איז טריפה, אין דעם עוף איז געווען די נשמה פון א איד וואס איז שוין ליידער גאר אסאך דורך און מיט דעם וואס דער גאון האט געזאגט טריפה האט דער נשמה נישט געהאט איר תיקון,

כ"ז טבת תצ"ז ווען דער הייליגער תבואות שור זי"ע איז נסתלק געווארן האט די נשמה גערופען דעם גאון צו א דין תורה ביים בית דין של מעלה, און מען האט גע'פסקנט אז דער גאון וועט מיזן מגולגל ווערן כדי צו קענען מתקן דעם חטא, אבער וויבאלד דער גאון האט צוריק געגעבן זיין נשמה לויטער אין ריין האט מען גע'פסקנט אז ער וועט מגולגל ווערן אין א אבן דומם כדי ער זאל ח"ו נישט קענען מקלקל זיין גארנישט,

יעצט ווען ער איז געווארן בר מצוה האט מען געפירט פון הימל אז איך דער בעש"ט זאל דא זיין און אין דעם עוף איז געווען דער נשמה פון יענעם איד און יעצט אז דער בחור האט געזאגט כשר האט דער נשמה געהאט זיין תיקון און אויך דער הייליגער תבואות שור זי"ע האט מתקן געועען דעם חטא און דערפאר איז דער בחור גלייך נפטר געווארן,
--
לערן א משנה און צינד אן ליכט לעילו נשמת:
הרה"ק רבי משה יצחק ב"ר נפתלי אלימלך זי"ע.
די זכות פונעם צדיק וועט זיכער מיגן זיין.

הַמֵּדֵל בַּזֵּיתִים, בֵּית שַׁמַּאי אוֹמְרִים, יָגוֹם. וּבֵית הִלֵּל אוֹמְרִים, יְשָׁרֵשׁ.
וּמוֹדִים בְּמַחֲלִיק, עַד שֶׁיָּגוֹם.
אֵיזֶה הוּא הַמֵּדֵל, אֶחָד אוֹ שְׁנַיִם. הַמַּחֲלִיק, שְׁלֹשָׁה, זֶה בְצַד זֶה.
בַּמֶּה דְבָרִים אֲמוּרִים, מִתּוֹךְ שֶׁלּוֹ, אֲבָל מִתּוֹךְ שֶׁל חֲבֵרוֹ, אַף הַמַּחֲלִיק, יְשָׁרֵשׁ:
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

ציון קדשו
אטעטשמענטס
1000032585.jpg
1000032585.jpg (229.98 KiB) געזען 840 מאל
1000032590.jpg
1000032590.jpg (68.3 KiB) געזען 840 מאל
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1574
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

נישט נארמאל וואס דער @דאנקער האט אלס אהער געשטעלט.

ייש”כ גדול!!!
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4434
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע:אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

s-l1600.jpg
s-l1600.jpg (304.74 KiB) געזען 693 מאל
כבוד הרב
שר האלף
תגובות: 1019
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

א גרויסע ישר כח @דאנקער
איך האב געוואלט וויסען האט ער אין פאריז געהאט א אייגען שטיבעל ?
אויב יא ווי ? אויב נישט ווי האט ער געדאווענט דארט ?
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4434
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע:אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

unnamed - 2024-03-20T093434.686.jpg
unnamed - 2024-03-20T093434.686.jpg (131.19 KiB) געזען 487 מאל
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4434
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע:אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

מז"ט בריוו פון ש"ב כ"ק אדמו"ר הדברי שלמה מבאבוב זצ"ל צו די חתונה פון נכדתו הרבנית מפשעווארסק וויליאמסבורג ע"ה.

IMG_4104.JPG
IMG_4104.JPG (88.47 KiB) געזען 426 מאל
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע:אין מערב אירופה

Re: רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

שיין בילד פון רבי איציקל זי"ע
ביים פירן טיש

מען דעקענט צווישן זיי:
צום רבי'נס רעכטע האנט: רבי יענקעלע זי"ע
צום לינקע האנט [האלב פארדעקט]: אנשיל גבאי
שטייענדיג אונטערן רבי'ן די משמשים:
ר' יהושע גבאי
ר' חיים העניג
ר' מנחם ראטענבערג


דאכטזיך מיר אז דער בילד איז נאכנישט באקאנט
אטעטשמענטס
רבי איציקל.jpg
רבי איציקל.jpg (121.32 KiB) געזען 417 מאל
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4434
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע:אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

סוואליעווער אייניקל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2024 5:29 pm
שיין בילד פון רבי איציקל זי"ע
ביים פירן טיש

מען דעקענט צווישן זיי:
צום רבי'נס רעכטע האנט: רבי יענקעלע זי"ע
צום לינקע האנט [האלב פארדעקט]: אנשיל גבאי
שטייענדיג אונטערן רבי'ן די משמשים:
ר' יהושע גבאי
ר' חיים העניג
ר' מנחם ראטענבערג


דאכטזיך מיר אז דער בילד איז נאכנישט באקאנט
רעכטס אינטער רבי איציקל זי"ע זיצענדיג איז דער משב"ק ר' פייביל ווייס ע"ה פון ק"י, די צוויי קינדער פון די אנדערע זייט בענקל, זענען הגאוה"צ רבי שמעלקא און רבי הערשל כהנא שליט"א, בני נכדו כ"ק אדמו"ר מספינקא אנטווערפען שליט"א.
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4434
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע:אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

ה' איירהאט רבי איציק'ל זי"ע געהאלטן די יארצייט פון זיין מוטער
הרבנית הצדקנית מרת חנה בריינדלע"ה
בההק"ר אברהם שמואל שמעלקאהורוויץ זצ"ל אבד"ק פשעצלאוו
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4434
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע:אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

הבעש''ט האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 9:00 pm
ה' איירהאט רבי איציק'ל זי"ע געהאלטן די יארצייט פון זיין מוטער
הרבנית הצדקנית מרת חנה בריינדלע"ה
בההק"ר אברהם שמואל שמעלקאהורוויץ זצ"ל אבד"ק פשעצלאוו
א תשובה אין מאמר מרדכי פון הג"ר מרדכי זאב איטינגא זצ"ל געשריבן צום פשעצלאווער רב זצ"ל.

שו''ת מאמר מרדכי סימן פ.png
שו''ת מאמר מרדכי סימן פ.png (238.36 KiB) געזען 299 מאל
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4434
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע:אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

איבערפרישונג ארבעט ביים אהל הקדוש פון צדיקי בית פשעווארסק אופן בית החיים אין פיטע האלאנד.
https://www.bechatzros.com/post/574568743
555.jpg
555.jpg (91.89 KiB) געזען 165 מאל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 26063
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

סוואליעווער אייניקל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2024 5:29 pm
שיין בילד פון רבי איציקל זי"ע
ביים פירן טיש

מען דעקענט צווישן זיי:
צום רבי'נס רעכטע האנט: רבי יענקעלע זי"ע
צום לינקע האנט [האלב פארדעקט]: אנשיל גבאי
שטייענדיג אונטערן רבי'ן די משמשים:
ר' יהושע גבאי
ר' חיים העניג
ר' מנחם ראטענבערג


דאכטזיך מיר אז דער בילד איז נאכנישט באקאנט
דער טיש ביי דער בילד איז געוועהן פורים.. דאכט זיך מיר אז דער לעצטע יאר אדער ממש פון דער לעצטע יארן...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”