א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7216
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך פרוביר צו גיין מיט די מהלך פון ר' חיים מאיר פערל שליט"א נירו יאיר ויזרח כאור בהיר, אז מיר דארפן אנקוקן א סימפטאם אז ס'געשעט ווייל דער קליענט וויל זיך פון עפעס באשיצן, און מיר דארפן אנדעקן פאר דעם קליענט פון וואס ער וויל זיך באשיצן, און דערנאך טרעפן פארוואס עס פעלט שוין נישט אויס.

ק: איך האב געליינט די צעטיל וואס דו האסט מיר געמאכט, ס'פילט זיך אמת, אבער די וועג וויאזוי איך פיל מיין 'איך' בשעת איך בין מיך מתגבר מיט זעלבסט-קאנטראל, פילט זיך עפעס נעגעטיוו, און אזוי ווי שלעכט. אזוי ווי "איך בין נישט גוט" אפשר אזוי ווי unappreciative.

ט: פרוביר צו עקספיריענסן ווי דו ביסט דיך מתגבר מיט זעלבסט-קאנטראל, סאו דו טרעפסט דיך מיט דיין 'איך'. צי וואלסטו מיר געקענט מער זאגן וואס דו פילסט?

ק: איך פיל 'נישט גוט'

ט: נישט גוט מיט וואס ?

ק: מיט מיך אליין.

ט: ענדיג: איך פיל נישט גוט מיט מיך אליין, ווייל...

ק: ווייל איך ווייס אליין נישט פארוואס. איך געדענק אז אזוי האב איך מיך געפילט ווען איך בין געווען א יונג בחור'ל, איך פיל שלעכט. פארוואס? איך ווייס נישט. אזוי פיל איך מיך.

ט: יעצט, פרוביר צו עקספיריענסן ווי דו פילסט יא גוט מיט דיר אליין. צי קומט עפעס ארויף?

ק: עס פילט זיך זייער גוט, אבער איך פיל אפגעהאקט.

ט: זאג אזוי: אין מיר קען געשען א געפיל פון "איך פיל אפגעהאקט" איך האב עס נישט ליב צו פילן, און די איינציגע וועג זיך צו באשיצן דערפון איז אז ס'זאל ארויפקומען א געפיל פון "איך פיל נישט גוט מיט מיך אליין", דאן בין איך געצווינגען צו אויפהערן צו פילן אפגעהאקט. א ראי' האסטו, ווייל ווען איך פיל יא גוט מיט מיך אליין, קומט ארויף "אבער איך פיל אפגעהאקט".

צעטיל

אין מיר קען געשען א געפיל פון "איך פיל אפגעהאקט פון קאנעקשאן" איך האב עס נישט עכט ליב צו פילן, און די איינציגע וועג זיך צו באשיצן דערפון איז אז ס'זאל ארויפקומען א געפיל פון "איך פיל נישט גוט מיט מיך אליין" unappreciative, דאן בין איך געצווינגען צו אויפהערן צו פילן אפגעהאקט. א ראי' האסטו, ווייל אפילו ווען איך פיל יא גוט מיט מיך אליין, קומט נאך אלץ ארויף "אבער איך פיל אפגעהאקט". א אנדערע וועג וויאזוי נישט צו פילן אפגעהאקט האב איך נישט. נאר דורך "איך פיל נישט גוט מיט מיך אליין". "איך פיל unappreciative". כאטש דאס מאכט מיך אזויפיל שוועריגקייטן. אבער איך האב דאך נישט עכט ליב צו פילן אפגעהאקט. מיט דעם אלעם וואס איך וויל מיך טרעפן.

והשם הטוב עוזר ויעזור על דבר כבוד שמו שלא יצא מתחת ידינו שום מכשול ח"ו.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7216
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

אין דעם פאלגנדן סעשאן פרוביר איך צו גיין מיט די מהלך פון ר' חיים מאיר נירו יאיר וואס זאגט אז א סימפטאם געשעט פון א אופן וויאזוי א קליענט פרובירט זיך צו באשיצן פון עפעס. און מ'דארף אנדעקן וואס איז דאס פון וואס דער קליענט וויל זיך באשיצן, און פרובירן צו באקאנט מאכן פאר'ן נפש אז אט דער באשיץ פעלט נישט אויס, ווייל דער נפש איז שוין באשיצט אויף עפעס א וועג. בעזרת השי"ת.

ק: ווען איך האב מיך געזעצט לערנען, נעכטן ביינאכט, אין ביהמ"ד, האב איך באמערקט דאס וואס איך באמערק אלעמאל אין מיר, אזא אינערליכע עפעס ווען עס קומט אריינצולאזן מיין מחשבה אינעם לערנען. אז ווען איך פיל אז איך דארף מיך פלאגן, לאזט זיך נישט מיין מוח אריין אין די ווערטער, עס לאזט נישט אפ עפעס. איך האב געטראכט פון די צעטיל וואס דו האסט מיר געמאכט, אז אפילו אויב פון איין זייט וויל איך מיך אפהאקן פון די ארום, און פילן אליין, איז אבער פון די אנדערע זייט וויל איך נישט עכט פילן אפגעהאקט, איך וויל פילן אז איך ווער אנגעזעהן. איך וויל פילן מחובר, אבער נאך אלץ קען איך עפעס נישט אריינגיין אין די ווערטער.

ט: מיר האבן שוין געזען אז דו האסט אין דיר צוויי חלקי הנפש וואס שלאגן זיך ארום, איין חלק וויל זיך אפהאקן פון די ארום, און אזוי טראכטן פון לערנען, אדער סיי וואס, און די אנדערע חלק אין דיר וויל זיך ארויסווייזן צו די מענטשן ארום, צו ווערן אנגעזען, אנגענומען. יעצט, עקספיריענס ווי דו ערלויבסט אז ביידע חלקים זאלן זיין, אפילו אויב ביידע שלאגן זיך ארום בכוח גדול, און ביידע ווילן אויספירן. סאו, דו פילסט ווי ביידע ווילן אויספירן, דו פילסט א אינערליכע געשלעג, אבער דו ביסט מסכים צו פילן דעם געשלעג, און אזוי פרובירסטו צו לערנען. צי קומט ארויף עפעס אומבאקוועם?

ק: איך פיל "דו שטערסט מיך, וואס ביסטו פארנומען מיט א נארישע זאך וואס פילט זיך אזוי אומבאקוועם, לאמיר זיך אריינלייגן דעם גאנצן קאפ אינעם לערנען"

ט: וואס מיינט 'אומבאקוועם' ? פארוואס איז אומבאקוועם?

ק: ס'איז נאריש, און קינדיש. און אזוי קוקן עס אן מענטשן.

ט: זאג אזוי: איך האב אין מיר אזא טבע צו וועלן זיין אנגעזען פון ארום. אבער עס קען געשען אין מיר אז איך פיל אז ס'איז נאריש, און קינדיש, און אז מענטשן קוקן עס אויך אן נאריש, און קינדיש. די איינציגע וועג וויאזוי איך קען מיך באשיצן פון פון דעם געפיל אז ס'איז נאריש און קינדיש צו וועלן ווערן אנגעזעהן פון ארום איז, אז איך פרוביר אז ס'זאל זיך אויפהערן. כאטש דאס מאכט אז איך זאל מיך פילן אנאפרישיעטיוו, און פילן נעגעטיוו מיט מיר אליין. איך האב נישט קיין שום אנדערע וועג וויאזוי מיך צו באשיצן אז איך בין דערמיט נאריש און קינדיש. די איינציגע וועג וואס איך האב איז אז ס'זאל זיך אויפהערן.

ק: (זאגט עס)

ט: לאמיר א רגע הערן פון דעם חלק וואס וויל זיין אנגעזעהן ביי ארום. וואס פילסטו ווען דו לערנסט?

ק: איך פיל "קוקט אלע ווי שיין איך לערן. איז עס נישט אינטערעסאנט? ראו כבודי. ווערט איבערגענומען."

ט: פיין. וואס פילסטו ווען א אנדערע חלק וויל אז דו זאלסט אויפהערן

ק: איך ווער נאר נאך שטערקער.

ט: (איך קען פרובירן צו מאכן אזוי די סעשאן. אן דעם וואס איך הייב אן אז דער 'קליענט' האט צוויי חלקי הנפש וואס שלאגן זיך ארום)

ט: פרוביר צו עקספיריענסן ווי דו 'סטאפ ברעק' ווערט לויז, און עס לאזט זיך דיך אריין צו פארשטיין וואס דו לערנסט. צי קומט ארויף עפעס אומבאקוועם?

ק: מ'וועט אפשר לאכן פון מיר.

ט: פרוביר צו עקפיריענסן אז דו ווייסט אז מ'וועט נישט לאכן פון דיר. פארוואס זאל מען לאכן. צי קומט ארויף עפעס אומבאקוועם?

ק: ס'קומט ארויף: זיי נישט פארנומען מיט די ארום.

ט: פארוואס ווילסטו נישט זיין פארנומען מיט די ארום? ענדיג: איך וויל נישט זיין פארנומען מיט די ארום, ווייל...

ק: ס'איז נאריש און קינדיש.

ט: (מ'זעט אז סוף סוף קומט ארויף די זעלבע זאך)

ט: זאג: אין מיר קען געשען אזא געפיל אז זיין פארנומען מיט די ארום (א טבע וואס איך האב אין מיר), צו געפעלן פאר די ארום, איז נאריש און קינדיש. און דער געפיל קען אויך קומען פון די כוח אין מיר וואס וויל לערנען. און די איינציגע וועג וויאזוי איך קען מיך באשיצן פון אזא געפיל אז איך טו א נארישע און קינדישע זאך, איז צו פילן אז מ'קען לאכן פון מיר, וואס דאס מאכט אז איך זאל בכלל נישט לערנען, ווייל אזוי הערט זיך אויף די כוח אין מיר וואס טענה'ט אז ס'איז נאריש און קינדיש. והא ראי' אז ווען איך לאז מיך פילן אז קיינער לאכט נישט פון מיר, קומט ארויף א געפיל פון "זיי נישט פארנומען מיט די ארום". א אנדערע וועג וויאזוי זיך צו באשיצן פון פילן אז ס'איז נאריש און קינדיש צו וועלן ארויסקומען און ווערן אנגעזען האב איך נישט.

ק: (זאגט עס)

צעטיל

איך האב אין מיר אזא טבע צו וועלן זיין אנגעזען פון ארום. אבער עס קען געשען אין מיר אז איך פיל אז ס'איז נאריש, און קינדיש, און אז מענטשן קוקן עס אויך אן נאריש, און קינדיש. די איינציגע וועג וויאזוי איך קען מיך באשיצן פון פון דעם געפיל אז ס'איז נאריש און קינדיש צו וועלן ווערן אנגעזעהן פון ארום איז, אז איך פרוביר אז ס'זאל זיך אויפהערן. כאטש דאס מאכט אז איך זאל מיך פילן אנאפרישיעטיוו, און פילן נעגעטיוו מיט מיר אליין. איך האב נישט קיין שום אנדערע וועג וויאזוי מיך צו באשיצן אז איך בין דערמיט נאריש און קינדיש. די איינציגע וועג וואס איך האב איז אז ס'זאל זיך אויפהערן.

אדער צעטיל

אין מיר קען געשען אזא געפיל אז זיין פארנומען מיט די ארום (א טבע וואס איך האב אין מיר), צו געפעלן פאר די ארום, איז נאריש און קינדיש. און דער געפיל קען אויך קומען פון די כוח אין מיר וואס וויל לערנען. און די איינציגע וועג וויאזוי איך קען מיך באשיצן פון אזא געפיל אז איך טו א נארישע און קינדישע זאך, איז צו פילן אז מ'קען לאכן פון מיר, וואס דאס מאכט אז איך זאל בכלל נישט לערנען, ווייל אזוי הערט זיך אויף די כוח אין מיר וואס טענה'ט אז ס'איז נאריש און קינדיש. והא ראי' אז ווען איך לאז מיך פילן אז קיינער לאכט נישט פון מיר, קומט ארויף א געפיל פון "זיי נישט פארנומען מיט די ארום". א אנדערע וועג וויאזוי זיך צו באשיצן פון פילן אז ס'איז נאריש און קינדיש צו וועלן ארויסקומען און ווערן אנגעזען האב איך נישט.

והשם הטוב עוזר ויעזור שלא יצא שום מכשול מתחת ידינו ח"ו.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7216
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך גיי פרובירן צו מאכן דעם פאלגנדן סעשאן לויט וואס ר' חיים מאיר פערל נ"י שרייבט, אז א סימפטאם געשעט פון עפעס פון וואס דער קליענט וויל זיך באשיצן, און מ'דארף טרעפן פון וואס דער קליענט וויל זיך באשיצן, און מגלה זיין פאר'ן נפש אז אט דער באשיץ פעלט שוין נישט אויס, ווייל מ'איז שוין באשיצט אויף עפעס א וועג.

ק: איך האב ווייטער עקספיריענסד דעם סימפטאם. ס'קען זיין אז ס'איז פיזיש, אבער דא וויל איך גיין אז ס'איז נפשיות'דיג. ווען איך טראכט פון די צעטליך גייט עס אוועק.

ט: (אויב איך זאג אז די סימפטאם קומט פון א געוויסע אופן וויאזוי דער 'קליענט' באשיצט זיך פון עפעס, מוז זיין אז אינעם אונטערנ-באוואוסטזיין ווייסט - יעצט בשעת דער סימפטאם געשעט - דעם 'קליענט'ס' נפש פון וואס ער באשיצט זיך, און וויאזוי ער באשיצט זיך. איינע פון די וועגן צוצוקומען צום אונטערנ-באוואוסטזיין איז דורך צולייגן דעם 'קליענט'ס' אטענשאן צו זיינע געפילן וואס שפילן זיך אפ בשעת די סימפטאם געשעט. אבער נישט ביחס צום סימפטאם, נאר סתם די געפילן)

ט: פרוביר צו עקספיריענסן ווי כאילו ס'איז יעצט, און עקספיריענס אז די סימפטאם געשעט נישט, און ס'געשעט גארנישט קיין געפילן ביחס צום סימפטאם. אבער ס'געשעט יא די אופן וויאזוי דיין נפש איז דאן געלאפן. אבער גארנישט וויאזוי דיין נפש לערנט אפ דעם סימפטאם, אדער זארגט זיך דערוועגן, ווייל ס'געשעט נישט. אבער ס'געשעט יא די אופן וויאזוי דיין נפש איז דאן געלאפן. צי פילט זיך עס באקוועם?

ק: איך קען נישט זאגן אז איך פיל באקוועם.

ט: וואס פילסטו? וואס איז די אומבאקוועם?

ק: איך פיל אביסל אנידערגעשלאגן, איך ווייס נישט פונקטליך פארוואס.

ט: וואס נאך

ק: איך פיל אז איך זארג מיך וועגן עפעס. אזוי ווי "וואס וועט זיין"

ט: (איך גיי פרובירן אריינצופירן דעם 'קליענט'ס אטענשאן אין איינע פון די אויבנדערמאנטע ווערטער)

ט: לאמיר גיין צו די ווערטער "איך פיל אביסל אנידערגעשלאגן" און מיר האבן שוין גערעדט דערפון אין פאריגע סעשאנס צו פארשטיין פארוואס דו פילסט אזוי, און וואס מ'קען טון דערצו. אבער פרוביר נאכאמאל צו עקספיריענסן וואס דו האסט געפילט, כאילו דו פילסט עס יעצט, און ענדיג "איך פיל אנידערגעשלאגן ווייל..."

ק: איך קום נישט ארויס מיט מיין גאנצע ווערד.

ט: נאכאמאל

ק: איך בין אראפגעקוקט, די גאנצע זאך וואס מ'קוקט מיך ארויף איז אלץ רחמנות, אבער עכט טו איך נישט צום זאך.

ט: קענסט מיר מער ערקלערן וואס ס'מיינט די ווערטער "איך קום נישט ארויס מיט מיין גאנצע ווערד" ?

ק: אז קען איך נאר פילן ווערד, ווען איך בין עס ווערד.

ט: (איך בין שוין געקראכן טיפער ווען עס איז געקומען צו דעם ענין פון 'פילן ווערד', אבער יעדעס מאל קומט ארויף נאך קלארער)

ט: פרוביר צו עקפסיריענסן אז סיי דו פילסט דיך ווערד, און סיי מ'קוקט דיך פאקטיש אן אז דו ביסט ווערד. (פארשטייט זיך אלץ חלק אלוק ממעל וכו') צי קומט ארויף עפעס אומבאקוועם?

ק: יא, איך וויל מיך טוישן. און איך וויל נישט זיין צופרידן. מ'האט שוין געמאכט א צעטיל אויף דעם. אז אין מיר איז דא א געפיל פון זיך וועלן טוישן. און די איינציגע וועג וויאזוי איך קען מיך באשיצן אז איך זאל מיך מוזן טוישן, איז דורך פילן ווייניג ווערד. אבער איך פארשטיי נישט, ס'ארבעט נישט. איך טויש מיך נישט!

ט: זאג: איך בין מודה אז דורכ'ן פילן ווייניג ווערד, גיי איך מיך נישט טוישן צו די וועג וויאזוי איך וויל זיין. צי פילט זיך דיר אינגאנצן באקוועם מיט'ן זאגן אזוי?

ק: ס'פילט זיך נישט באקוועם.

ט: וואס פילט עס?

ק: אפשר אזא געפיל אז איך דארף מיך עכט טוישן. איך בין דער וואס דארף עס טון. און טויש גייט נישט געשען פון זיך אליין. איך פיל אזא עקשנות אין מיר אז איך וויל מיך נישט טוישן. איך וויל אז איך זאל זיין געצווינגען דערצו.

ט: (דא וויל איך זען וואס דער 'קליענט' וועט עקספיריענסן אויב ער איז דער וואס טוט עס.)

ט: ענדיג: אויב איך בין דער וואס גייט עס טון, אויב איך גיי זיין דער וואס גייט זיך טוישן, דאן...

ק: איך וויל פארשטיין פארוואס איך בין אזוי ווי איך בין. פארוואס בין איך אזוי?

ט: נאכאמאל

ק: גיי איך פארגעסן וויאזוי איך בין געווען. און פארוואס איך בין אזוי געווען, און וויאזוי מ'טוישט זיך.

ט: (דא וויל איך וויסן צי ס'ליגט נישט עפעס נאך טיפער)

ט: פרוביר צו עקספיריענסן אז דו טוישט דיך, און דו עקספיריענסד אז דו ווייסט פארוואס עס איז געשען צו דיר, און דו ווייסט אויך פונקטליך וויאזוי מ'טוישט זיך, צי קומט ארויף עפעס אומבאקוועם?

ק: ניין. יעצט פיל איך גאנץ גוט.

ט: אינגאנצן גוט, אלעס אין דיר פילט גוט דערמיט?

ק: יא.

ט: ענדיג: ס'פילט זיך גוט, ווייל...

ק: מער וועט נישט געשען אזאנס צו מיר, אז איך זאל פילן סטאק, און מיך נישט קענען א עצה געבן, און אזויפיל ליידן.

ט: און ווען דו עקספיריענסד אז דו ביסט דער וואס טוישט זיך, און דו טוסט עס, און עס געשעט נישט נאכאמאל. אבער דו ווייסט נישט פארוואס עס איז געשען, אדער וויאזוי מ'קריכט ארויס דערפון. צי קומט ארויף עפעס אומבאקוועם?

ק: ניין. איך וויל וויסן פארוואס ס'איז געשען. אזא סארט 'נקמה'

ט: נקמה?

ק: אזא סארט 'דו קענסט מיך נישט איבערראשן'.

ט: און וואס פילססטו אויב מ'קען דיך יא איבערראשן? און דיך שטעלן שוועריגקייטן וואס דו האסט נישט קיין אהנונג פארוואס ס'געשעט, און דו גייסט קיינמאל נישט וויסן

ק: שרעקליך

ט: וואס איז די 'שרעקליך' ?

ק: איך פיל ווי איך עקזיסטיר נישט.

ט: קענסט מיר טיפער פארשטיין געבן פארוואס דו פילסט ווי דו עקזיסטירסט נישט?

ק: איך פיל ווי זאכן זענען אינדרויסן פון מיין קאנטראל. איך לעב נישט.

ט: וואס מיינט 'איך לעב נישט', וואס פילסטו?

ק: איך פיל אזוי ווי אונטער א מין וואסער.

ט: וואסערע שייכות האט זיין אונטער א מין וואסער, מיט פילן אז שוועריגקייטן קענען געשען צו דיר, אבער דו פארשטייסט נישט וויאזוי עס איז געשען, און וויאזוי מ'קען דערפון ארויסקריכן?

ק: אזוי ווי ווען מ'איז אונטער א וואסער, איז מען נישט אין קאנטראל. מ'זעט נישט. מ'קען גארנישט. מ'ווערט בטל חלילה.

ט: זאג אזוי: אין מיר קען געשען א פחד אז איך גיי נישט פארשטיין פארוואס איך בין אזוי ווי איך בין, און וויאזוי מ'טוישט זיך. און איך וויל מיך באשיצן פון אזא געפיל. די איינציגע וועג וויאזוי איך קען מיך באשיצן פון אזא געפיל, איז אז איך זאל מיך נישט טוישן. אזוי וועל איך קענען מיטלעבן מיט מיר אליין, און פארשטיין וואס עס גייט פאר, און וויאזוי מ'טוישט זיך.

דערפאר וויל איך ענדערש פילן ווייניג ווערד, כדי איך זאל זיין געצווינגען זיך צו טוישן. אבער עכט וויל איך מיך נישט טוישן. ווייל טוישן מיינט אז איך גיי פארגעסן וויאזוי איך בין געווען, און איך גיי עס נישט פארשטיין, און איך גיי נישט וויסן וויאזוי ארויסצוקריכן דערפון.

כאטש פילן ווייניג ווערד, שאפט א סימפטאם, אבער זיך צו באשיצן פון אזא שרעקעדיגע געפיל איז סך וויכטיגער. דערפאר וויל איך מיך נישט עכט טוישן, חוץ אויב איך בין ממש געצווינגען.

ק: (זאגט עס)

צעטיל

אין מיר קען געשען א פחד אז איך גיי נישט פארשטיין פארוואס איך בין אזוי ווי איך בין, און וויאזוי מ'טוישט זיך. און איך וויל מיך באשיצן פון אזא געפיל. די איינציגע וועג וויאזוי איך קען מיך באשיצן פון אזא געפיל, איז אז איך זאל מיך נישט טוישן. אזוי וועל איך קענען מיטלעבן מיט מיר אליין, און פארשטיין וואס עס גייט פאר, און וויאזוי מ'טוישט זיך.

דערפאר וויל איך ענדערש פילן ווייניג ווערד, כדי איך זאל זיין געצווינגען זיך צו טוישן. אבער עכט וויל איך מיך נישט טוישן. ווייל טוישן מיינט אז איך גיי פארגעסן וויאזוי איך בין געווען, און איך גיי עס נישט פארשטיין, און איך גיי נישט וויסן וויאזוי ארויסצוקריכן דערפון.

כאטש פילן ווייניג ווערד, שאפט א סימפטאם, אבער זיך צו באשיצן פון אזא שרעקעדיגע געפיל איז סך וויכטיגער. דערפאר וויל איך מיך נישט עכט טוישן, חוץ אויב איך בין ממש געצווינגען.

והשם הטוב עוזר ויעזור על דבר כבוד שמו שלא יצא שום מכשול מתחת ידי ח"ו.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7216
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

מיין פאלגנדע סעשאן האב איך פרובירט צו גיין מיט viewtopic.php?t=24715 פון ר' חיים מאיר פערל נ"י אז א סימפטאם געשעט דורך דעם וואס דער מענטש וויל זיך באשיצן פון עפעס. און די טערעפי איז צו מגלה זיין פאר'ן קליענט פון וואס ער וויל זיך באשיצן, און אז ער איז שוין באשיצט דערפון פון זיך אליין ב"ה.

ק: א גוטן. איך האב געליינט די צעטיל וואס דו האסט מיר געמאכט פאריגע סעשאן אז די סיבה פארוואס איך טויש מיך נישט איז, ווייל איך וויל מיך באשיצן פון די פחד אז איך גיי נישט פארשטיין פארוואס איך בין אזוי ווי איך בין וכו'.

אין מיר קען געשען א פחד אז איך גיי נישט פארשטיין פארוואס איך בין אזוי ווי איך בין, און וויאזוי מ'טוישט זיך. און איך וויל מיך באשיצן פון אזא געפיל. די איינציגע וועג וויאזוי איך קען מיך באשיצן פון אזא געפיל, איז אז איך זאל מיך נישט טוישן. אזוי וועל איך קענען מיטלעבן מיט מיר אליין, און פארשטיין וואס עס גייט פאר, און וויאזוי מ'טוישט זיך.

דערפאר וויל איך ענדערש פילן ווייניג ווערד, כדי איך זאל זיין געצווינגען זיך צו טוישן. אבער עכט וויל איך מיך נישט טוישן. ווייל טוישן מיינט אז איך גיי פארגעסן וויאזוי איך בין געווען, און איך גיי עס נישט פארשטיין, און איך גיי נישט וויסן וויאזוי ארויסצוקריכן דערפון.

כאטש פילן ווייניג ווערד, שאפט א סימפטאם, אבער זיך צו באשיצן פון אזא שרעקעדיגע געפיל איז סך וויכטיגער. דערפאר וויל איך מיך נישט עכט טוישן, חוץ אויב איך בין ממש געצווינגען.

און קען טאקע זיין אז עפעס אין מיר פילט אזוי. און איך האב דיר געוואלט זאגן אז עס וואונדערט מיר אז איך ווייס דאך אז טויש געשעט נאר ווען מ'טוישט זיך. אמת טאקע אז איך וויל פארשטיין, כדי צו וויסן וויאזוי ס'געשעט, און וויאזוי זיך א עצה צו געבן דערמיט. אבער סוף סוף צי קען מען דאס רופן פארשטיין, אויב איך געב מיך למעשה נישט קיין עצה דערמיט, אויב איך וועל מיך למעשה נישט טוישן. איך בין עפעס סוף סוף סטאק מיט פארשטיין.

איין זאך וואס איך זעה מיך איז אז איך טויש מיך נישט. איך וויל ענדערש טון וואס איך וויל, ווי וואס איך דארף. איך וויל ענדערש טון וואס ס'ציהט מיר אויף די מינוט, ווי איידער טון וואס איך דארף. איך מוטשע מיך שוין יארן ארויסצוקריכן פון דעם, און עס וויל זיך מיר נישט עכט.

ט: קודם לאמיר גיין צו דעם אז דו וועסט ענדערש טון וואס עס ציהט דיר אויף די מינוט, ווי איידער וואס דו דארפסט טון. און פרוביר צו עקספיריענסן אז דו האסט פאר דיר צוויי זאכן צו טון. איינס איז וואס דו ווייסט אז דאס דארפסטו טון, און איינס איז וואס עס ציהט דיך אויף די מינוט. און ענדיג מיר דעם פאלגנדן זאץ: אויב איך גיי טון דאס, ('דאס' מיין איך צו זאגן די זאך וואס דו דארפסט טון) פיל איך אז...

ק: אזוי ווי אין א באקס. איך פיל ווי איך מוז.

ט: (איך בין נייגעריג, אויב ס'איז דא נאך טיפערע געפילן הונטער דעם געפיל פון 'איך מוז')

ט: פרוביר צו עקספיריענסן, אז עס געשעט נישט אין דיר דעם געפיל פון 'איך מוז', אבער עס געשעט יא אין דיר אלע אנדערע געפילן וואס עס געשעט געווענליך. וואס קומט ארויף?

ק: ס'קומט ארויף די געפיל פון "מ'זעט מיך נישט". אינטערעסאנט.

ט: (איך בין נייגעריג, אויב דאס איז טאקע די געפיל וואס קומט ארויף.)

ט: וואס נאך פילסטו?

ק: קיינער זעט נישט וואס איך טו. מ'הערט מיך נישט.

ט: (איך בין נאך אלץ נישט זיכער צי איך האב עס, סאו איך פרוביר אויף א אנדערע וועג)

ט: פרוביר צו עקספיריענסן אז דו פילסט נישט, "דאס וויל איך נישט טון", נאר דו פילסט, אלעס אנדערש חוץ מזה, און אויך סתם, נארמאל אזא סארט "איך טו וואס איך דארף און שוין,.

ק: ס'קומט ארויף "איך קען אנגיין אומבאמערקט, קיינער גייט אפילו נישט זען."

ט: וואסערע שייכות האט "איך גיי יעצט טון דאס" מיט "איך גיי יעצט אנגיין אומבאמערקט" ?

ק: מ'האט שוין געמאכט א צעטיל דערויף. נאר יעצט איז עס ארויסגעקומען נאך שטערקער. ס'איז ארויסגעקומען אז ווען איך נעם מיך טון וואס איך דארף, טו איך עס מיט זעלבסט-קאנטראל, אויף אזוי ווייט, אז איך האק מיך אפ פון וועלן ווערן אנגעזען פון ארומיגע. ווייל ס'קוקט מיר אויס נאריש צו וועלן ווערן אנגעזען פון ארומיגע.

ט: (דארט וואו איך בין שוין געגאנגען נאך טיפער, האט דאך שוין דער 'קליענט' צעטליך דערויף. נאר ער האט נישט געכאפט אז דא איז אויך די סיבה וועגן די אלע זאכן וואס איז שוין ארויסגעקומען אין פאריגע סעשאנס)

ט: (יעצט, וויל איך צוריקגיין צו די פאריגע צעטיל, און זען צי ס'האט שייכות)

ט: זאג אזוי: איך בין מודה אז מען קען דאס נישט רופן 'פארשטיין' כדי ארויסצוקריכן פונעם פראבלעם, אויב איך געב מיך למעשה נישט קיין עצה דערמיט, אויב איך וועל מיך למעשה נישט טוישן. סאו, איך גיי מיך אפלאזן פונעם פראבלעם, איך גיי מיך געבן א טויש, און שוין. און עקספיריענס טאקע ווי דו ביסט דער וואס טוט אויף למעשה זיך צו טוישן. און שוין, געטוישט! ענדליך. צי קומט עפעס ארויף ?

ק: פארוואס קען מען נישט זאגן אז איך וויל סתם פארשטיין.

ט: זאג אזוי: ווי איידער טויש, איז מיר ענדערש צו בלייבן מיט די פראבלעם, כדי צו פארשטיין. סתם פארשטיין. ווייל אויב איך טויש מיך, און איך טרעף מיך אן דעם, דאן...

ק: ס'קומט ארויף: אויב אזוי האט איך גארנישט מיט וואס צו זיין אינטערעסאנט פאר די ארומיגע. ס'קומט ארויף נאך זאכן אויף וואס מ'האט שוין געמאכט סעשאנס. אבער איינע פון די זאכן, וואס קוקן מיר אויס מער עיקר, און מ'האט נאכנישט געמאכט אויף דעם א סעשאן, איז בערך דאס.

ט: זאג אזוי: אין מיר קען געשען א געפיל אז איך צי נישט די אינטערעסע פון ארומיגע, אז זיי זאלן זיין אינטערעסירט אין מיר. און איך האב נישט ליב ווען עס געשעט אין מיר אזא געפיל. איך האב א שרעקליכע פחד פון אזא געפיל. איך האב מיך זייער נישט ליב צו פילן אויף דעם וועג. איך וויל מיך באשיצן דערפון. און די איינציגע וועג וויאזוי איך קען מיך באשיצן דערפון איז, האפענטליך, ווען איך קען ערקלערן וויאזוי פראבלעמען פילן זיך, און אויב איך גיי מיך טוישן און שוין, גיי איך פארגעסן די פראבלעם, און איך גיי עס מער נישט פארשטיין, און דאס מיינט אטאמאטיש אז איך בלייב אן א האפענונג צו ציען אינטערעסע. ווייל וואס אין מיר חוץ פון דעם קען אפשר ציען די אינטערעסע פון ארומיגע? איך גיי זיכער בלייבן אומאינטערעסאנט. איך קען דאס נישט ערלויבן.

ק: (זאגט עס)

ט: ווען דו זעהסט דיך ענדערש וועלן טון וואס ציהט דיר אויף די מינוט: איך וויל מיך באשיצן פון פילן אומבאמערקט און אומאינטערעסאנט. אויב איך גיי יעצט טון (דאס און דאס), און נישט פילן אז איך מוז עס טון, נאר סתם עס טון, גייט עס ארויפקומען. איך האב עס נישט ליב צו פילן. און כדי זיך צו באשיצן פון אזא געפיל, וועל איך פילן אז איך האב נישט קיין חשק צו טון וואס איך טו, נאר איך בין געצווינגען. און איך מיין אז איך ווייס שוין וועלכע נאך צעטיל עס קומט דא אריין.

ק: (זאגט עס)

צעטיל

אין מיר קען געשען א געפיל אז איך צי נישט די אינטערעסע פון ארומיגע, אז זיי זאלן זיין אינטערעסירט אין מיר. און איך האב נישט ליב ווען עס געשעט אין מיר אזא געפיל. איך האב א שרעקליכע פחד פון אזא געפיל. איך האב מיך זייער נישט ליב צו פילן אויף דעם וועג. איך וויל מיך באשיצן דערפון. און די איינציגע וועג וויאזוי איך קען מיך באשיצן דערפון איז, האפענטליך, ווען איך קען ערקלערן וויאזוי פראבלעמען פילן זיך, און אויב איך גיי מיך טוישן און שוין, גיי איך פארגעסן די פראבלעם, און איך גיי עס מער נישט פארשטיין, און דאס מיינט אטאמאטיש אז איך בלייב אן א האפענונג צו ציען אינטערעסע. ווייל וואס אין מיר חוץ פון דעם קען אפשר ציען די אינטערעסע פון ארומיגע? איך גיי זיכער בלייבן אומאינטערעסאנט. איך קען דאס נישט ערלויבן.

צעטיל

איך וויל מיך באשיצן פון פילן אומבאמערקט און אומאינטערעסאנט. אויב איך גיי יעצט טון (דאס און דאס), און נישט פילן אז איך מוז עס טון, נאר סתם עס טון, גייט עס ארויפקומען. איך האב עס נישט ליב צו פילן. און כדי זיך צו באשיצן פון אזא געפיל, וועל איך פילן אז איך האב נישט קיין חשק צו טון וואס איך טו, נאר איך בין געצווינגען. און איך מיין אז איך ווייס שוין וועלכע נאך צעטיל עס קומט דא אריין.

והשם הטוב עוזר ויעזור שלא יצא שום מכשול מתחת ידי ח"ו.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7216
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

דעם קומענדיגן סעשאן פרוביר איך צו מאכן לויט די געשרייבאכצער פון ר' חיים מאיר פערל נ"י וואס זאגט אז א סימפטאם קומט ווייל דער מענטש וויל זיך פון עפעס באשיצן. און די סימפטאם באשיצט אים אויף עפעס א וועג, אדער איז עס פועל יוצא פון עפעס טיפערס, וואס יענע 'טיפערס' ווערט גענוצט אלץ א באשיצונג פון עפעס. און די עצה איז צו מגלה זיין פאר'ן קליענט אז ער איז שוין באשיצט פון זיך אליין, און דער סימפטאם פעלט נישט אויס.

ק: איך וויל טון מער נאטורליך, (אזא זאך ווי בעל קורא א.ד.ג.) און נישט אזוי אנגעצויגן. עס קומט אריין אין מיר כל מיני ספיקות.

ט: אקעי גוט. לאמיר זען אזוי. זעה דיך ווי דו הייבסט יעצט אן. יעצט, דו האסט נאך גארנישט געטון, דו הייבסט יעצט אן. עס איז נאך גארנישט געשען. פרוביר מיר צו זאגן וויאזוי דו פילסט דיך?

ק: גראדע פיל איך גוט מיט מיר אליין. wow, איך גיי טון א גוטע זאך. איך פיל גוט.

ט: אקעי. גוט. יעצט, וואס געשעט ווען דו זעצט פאר?

ק: עס קומט אריין עפעס

ט: וואס איז עס?

ק: אזא אומזיכערקייט

ט: צי קענסטו מיר זאגן וואס די ווערטער זענען פון אט דעם 'אומזיכערקייט' געפיל? הייב אן "איך פיל יעצט..." און לאז דיינע געפילן עס ענדיגן.

ק: דערשראקן. איך ציטער.

ט: (איך וויל עס מער און מער ארויסברענגען)

ט: איך ציטער אז...

ק: איך פיל נישט קיין שטארקייט אין מיר. א יציבות.

ט: איך פיל נישט א יציבות, נאר איך פיל א...

ק: איך פיל ווי מיינע כוחות אנטלויפן מיר.

ט: ענדיג: מיינע כוחות אנטלויפן מיר, ווייל...

ק: ווייל איך פיל נישט זיכער

ט: (דא מאך איך א סימפטאם דעפרייוועשאן. דאס מיינט אז דער קליענט פילט זיך אן די באשיצונג)

ט: פרוביר צו עקספיריענסן אז דו פילסט יא זיכער. אזא בטחון בה' אז דו גייסט עס מאכן. צי איז אלעס אין דיר מסכים צו דעם עקספיריענס?

ק: עס קומט ארויף אזא "אה, דו האסט דיך ערקלערט אלץ אזא סארט מענטש, דו פילסט גוט דערמיט, ווער ביסטו?"

ט: (איך וויל עס מער און מער ארויסברענגען)

ט: וואס הייסט 'ווער איך בין', עקספיריענס: "יא, איך בין עס." וואס אין דיר איז נישט מסכים דערצו?

ק: דו האלטסט דיך גרעסער ווי יעדעם

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: עס קומט ארויף "אזא גוטע זאך פאר דיר"

ט: עקספיריענס: "יא, אזא גוטע זאך פאר מיר. ב"ה." וואס אין דיר איז נישט מסכים דערצו?

ק: אפשר "א מענטש מיט אזא עבר, און אזא פנימיות, געט זיך א ערקלער אלץ אזא מענטש, און שוין".

ט: פרוביר צו עקספיריענסן: "יא, א מענטש מיט אזא עבר, און אזא פנימיות טוט עס מיט א זיכערקייט". וואס אין דיר וויל דאס פארווייניגערן

ק: מ'טאר נישט פארגעסן פונעם עבר.

ט: וואס נאך קומט ארויף?

ק: דו פיטסט נישט אריין אין אזעלכע מענטשן.

ט: וואס נאך

ק: איך מיין מער ווייניגער דאס

ט: ענדיג: ווען איך בלייב 'אומזיכער', דאן...

ק: געדענק איך מיין עבר, און מיין פנימיות ווער איך בין עכט.

ט: זאג אזוי: אין מיר קען געשען א אומבאקוועמע געפיל פון "איך פיט נישט אריין, נישט אלץ מיין עבר וואס מ'טאר נישט פארגעסן, און נישט אלץ מיין פנימיות פון וואס מ'טאר זיך נישט פארהוילן" ס'איז גאנץ א אומבאקוועמע געפיל. אדער א געפיל פון "איך האלט מיך גרעסער ווי יעדעם", און איך וויל מיך באשיצן דערפון. און מיין איינציגע וועג זיך צו באשיצן דערפון איז ווען איך לאז נישט אריין א זיכערקייט געפיל. א זיכערקייט געפיל געט מיך די אינדענטיטעט. און איך ווער אנטבלויזט פאר די אויבנדערמאנטע אומבאקוועמע געפילן. איך קען נישט טרעפן קיין שום אנדערע וועג וויאזוי זיך צו באשיצן דערפון, נאר אויב איך לאז נישט אריין אין מיר די זיכערקייט געפיל.

ק: (זאגט עס)

צעטיל

אין מיר קען געשען א אומבאקוועמע געפיל פון "איך פיט נישט אריין, נישט אלץ מיין עבר וואס מ'טאר נישט פארגעסן, און נישט אלץ מיין פנימיות פון וואס מ'טאר זיך נישט פארהוילן" ס'איז גאנץ א אומבאקוועמע געפיל. אדער א געפיל פון "איך האלט מיך גרעסער ווי יעדעם", און איך וויל מיך באשיצן דערפון. און מיין איינציגע וועג זיך צו באשיצן פון אזא געפיל איז ווען איך לאז נישט אריין א זיכערקייט געפיל. א זיכערקייט געפיל געט מיך די אינדענטיטעט. און איך ווער אנטבלויזט פאר די אויבנדערמאנטע אומבאקוועמע געפילן וואס גייען אריינקומען. איך קען נישט טרעפן קיין שום אנדערע וועג וויאזוי זיך צו באשיצן דערפון, נאר אויב איך לאז נישט אריין אין מיר די זיכערקייט געפיל.

כאטש צו פילן אומזיכער איז זייער נישט באקוועם, אבער דער אויבנדערמאנטער געפיל איז נאך מער אומבאקוועם צו פילן.

והשם הטוב עוזר ויעזור שלא יצא שום מכשול מתחת ידי ח"ו ויאמר לצרותינו די, יודישע קינדערליך זאלן האבן א ישועה.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7216
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7216
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

אין דעם פאלגנדן סעשאן פרוביר איך צו גיין מיט די מהלך פון ר' חיים מאיר פערל נ"י. אז א סימפטאם געשעט ווייל דער קליענט וויל זיך פון עפעס באשיצן.

ק: איך מיין אז איך קען נאך אלץ נישט אריינלאזן אין מיר דעם זיכערקייט געפיל. און טאקע וועגן דעם וואס עס שטייט אויפן צעטיל. אז איך האב מורא פון א געפיל אז איך פיט נישט עכט אריין וועגן פארשידענע זאכן. און א זיכערקייט געפיל מאכט מיך פילן אריינגעפיט.

ט: (דא וויל איך קלאר מאכן וואס ס'גייט פאר ווען דער 'קליענט' פילט זיכער)

ט: ענדיג: אויב איך פיל זיכער, דאן...

ק: אפשר קומט ארויף: דאן גייט מיך השי"ת זיכער שטראפן פאר אלע מיינע מעשים. טוסט נישט גוט, און דו פילסט נאך זיכער אויך?

ט: טראכט פון אלע דיינע נישט ריכטיגע מעשים. און זאג: ווען איך פיל אומזיכער, האף איך אז...

ק: אפשר אז "אזוי מאך איך מיך וואוסנדיג פון דאס וואס איך האב נישט ריכטיג געטון."

ט: זאג אזוי: אין מיר קען געשען א געפיל אז איך מאך נישט וואוסנדיג פון וואס איך האב נישט ריכטיג געטון.

ק: (זאגט עס)

ט: ענדיג: ווען איך האב אזא געפיל, דאן...

ק: פיל איך מיך גרויליג.

ט: וואס האט שייכות זיך פילן זיכער מיט די זאך וואס דו טוסט, און אז דאס מיינט זיך נישט וואוסנדיג מאכן פון אומריכטיגע מעשים, אדער פנימיות?

ק: ווען איך פיל זיכער, קומט ארויף "איך פיל גוט מיט מיך אליין". און "איך פיל גוט מיט מיך אליין" מיינט אז איך מאך מיך נישט וואוסנדיג. אז איך פארגעס.

ט: זאג אזוי: אין מיר קען געשען א געפיל אז איך מאך נישט וואוסנדיג פון מיינע אומריכטיגע מעשים, אדער פנימיות. און איך האב מיך נישט ליב צו פילן אויף אזא וועג. איך וויל מיך באשיצן דערפון. און די איינציגע וועג זיך צו באשיצן דערפון איז, ווען איך פיל אומזיכער ביי דער זאך. ווייל ווען איך פיל זיכער קומט ארויף "איך פיל גוט מיט מיך אליין", און פילן גוט מיט מיך אליין מיינט אז איך מאך מיך נישט וואוסנדיג. און 'אומזיכער' מיינט קלאר אז איך מאך מיך יא וואוסנדיג. סאו, דער געפיל וואס איך האב נישט ליב קען נישט געשען. איך האב נישט א אנדערע וועג וויאזוי איך קען מיך באשיצן פון א געפיל אז איך מאך נישט וואוסנדיג פון מיינע אומריכטיגע מעשים, אדער פנימיות, נאר מיט דעם אז איך פיל אומזיכער. ווייל פילן זיכער, מיינט גלייך אז איך מאך מיך נישט וואוסנדיג.

ק: (זאגט עס)

צעטיל: אין מיר קען געשען א געפיל אז איך מאך נישט וואוסנדיג פון מיינע אומריכטיגע מעשים, אדער פנימיות. און איך האב מיך נישט ליב צו פילן אויף אזא וועג. איך וויל מיך באשיצן דערפון. און די איינציגע וועג זיך צו באשיצן דערפון איז, ווען איך פיל אומזיכער ביי דער זאך. ווייל ווען איך פיל זיכער קומט ארויף "איך פיל גוט מיט מיך אליין", און פילן גוט מיט מיך אליין מיינט אז איך מאך מיך נישט וואוסנדיג. און 'אומזיכער' מיינט קלאר אז איך מאך מיך יא וואוסנדיג. סאו, דער געפיל וואס איך האב נישט ליב קען נישט געשען. איך האב נישט א אנדערע וועג וויאזוי איך קען מיך באשיצן פון א געפיל אז איך מאך נישט וואוסנדיג פון מיינע אומריכטיגע מעשים, אדער פנימיות, נאר מיט דעם אז איך פיל אומזיכער. ווייל פילן זיכער, מיינט גלייך אז איך מאך מיך נישט וואוסנדיג.

כאטש פילן אומזיכער איז גורם היפשע שוועריגקייטן, אבער דער געפיל אז איך מאך מיך נישט וואוסנדיג פון מיינע אומריכטיגע מעשים, אדער פנימיות, איז סך ערגער

והשם הטוב עוזר ויעזור שלא יצא שום מכשול מתחת ידי ח"ו.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7216
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ביי דעם פאלגנדן סעשאן פרוביר איך צו גיין לויט'ן מהלך פון ר' חיים מאיר פערל נ"י וואס שרייבט אז יעדע סימפטאם קומט ווייל דער קליענט באשיצט זיך פון עפעס. און נאכ'ן טרעפן פון וואס מ'באשיצט זיך, דארף מען טרעפן א וועג צו מגלה זיין פארן נפש אז ס'פעלט נישט אויס, ווייל די נפש איז שוין פון זיך אליין באשיצט. פארשטייט זיך כמובא בהספרים הקדושים.

ק: מיין רוקן רייסט מיך. ס'איז מיך שווער זיך צו בייגן. יסורים. איך פיל עס אין די הענט. איך קען שווער אויפשטיין פון בעט. זייער מעגליך אז ס'קומט פון עפעס א פיזישע אנשטרענגונג, אבער איך וואונדער מיך צי ס'האט אין זיך אויך נפשית'דיגע ענערגיע

ט: (איך גיי פרובירן צו קריכן פון די סימפטאם און טיפער. איז, ווען עס קומט צו רוקן ווייטאג, עפעס אין די אופן וויאזוי דער קליענט האלט אן זיין רוקן, איז גורם די ווייטאג.)

ט: דו האלטסט דיין רוקן אויף א געוויסע אופן אז ס'זאל דיר נישט מער ווייטון?

ק: יא.

ט: פרוביר דיך פארצושטעלן אז די ווייטאג קומט ווייל דו האלטסט אן דיין רוקן אויף א געוויסע מין וועג. עקספיריענס אז אלעס וואס געשעט אינדרויסן ארום דיר און אין דיינע געפילן, געשעט אויך יעצט אין דיין דמיון, אבער איין זאך, דו ווילסט אנהאלטן דיין רוקן אויף א געוויסע מין אופן, און עס גייט נישט. נישט דאס אנהאלטן, און אויך נישט עפעס א תוצאה דערפון.

ק: אפשר: אזא געפיל, אזא פחד, אז ווער ווייסט וואס עס גייט געשען צוליב די זאך וואס איך טו. און איך קען עס נישט קאנטראלירן. אזא פחד געפיל.

ט: וואס האט דאס צו טון מיט אנהאלטן די רוקן אויף דעם געוויסן אופן?

ק: ס'איז כאילו איך האלט מיך אן צו עפעס.

ט: זאג אזוי: אין מיר קען געשען אזא פחד'יגע געפיל וואס די ווערטער זענען בערך "ווער ווייסט וואס עס גייט געשען צוליב דעם וואס איך טו יעצט" איך האב נישט ליב צו פילן אזא פחד געפיל. ווייל איך ווייס טאקע נישט וואס עס גייט געשען. ס'איז דאך אזאך וואס געשעט. אבער איך האב נישט ליב צו פילן אזא פחד, איך וויל מיך באשיצן דערפון. און די איינציגע וועג וויאזוי זיך צו באשיצן פון אזא פחד'יגע געפיל איז ווען איך האלט אן מיין רוקן אויף א געוויסע וועג. דאס געט מיך אזא געפיל אז איך האלט אן צו עפעס. איך האב נישט עפעס א אנדערע וועג וויאזוי איך זאל מיך באשיצן פון אזא פחד געפיל. כאטש דאס מאכט רוקן ווייטאג, אבער אזא פחד געפיל איז מער אומבאקוועם.

ק: (זאגט עס)

צעטיל

אין מיר קען געשען אזא פחד'יגע געפיל וואס די ווערטער זענען בערך "ווער ווייסט וואס עס גייט געשען צוליב דעם וואס איך טו יעצט" איך האב נישט ליב צו פילן אזא פחד געפיל. ווייל איך ווייס טאקע נישט וואס עס גייט געשען. ס'איז דאך אזאך וואס געשעט. אבער איך האב נישט ליב צו פילן אזא פחד, איך וויל מיך באשיצן דערפון. און די איינציגע וועג וויאזוי זיך צו באשיצן פון אזא פחד'יגע געפיל איז ווען איך האלט אן מיין רוקן אויף א געוויסע וועג. דאס געט מיך אזא געפיל אז איך האלט אן צו עפעס. איך האב נישט עפעס א אנדערע וועג וויאזוי איך זאל מיך באשיצן פון אזא פחד געפיל. כאטש דאס מאכט רוקן ווייטאג, אבער אזא פחד געפיל איז מער אומבאקוועם.

והשם הטוב עוזר ויעזור שלא יצא שום מכשול ח"ו מתחת ידי
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”