Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.
טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט'.
קליענט: א גוטן הרב טערעפיסט.
ט: וויאזוי איז געווען דיין באוואוסטזיניגקייט בעת דו האסט געפילט אז דער סענסעשאן שפילט אין דיר? וואס האסטו דאן געוואוסט, וואס איז דיין עכטע פראבלעם?
ק: האסט מיט מיר איינמאל געמאכט א סעשאן, און ס'איז ארויסגעקומען אז דאס קומט אלץ א געוויסע פחד אז איך גיי אריינפאלן אין טון זאכן וואס איך וויל מיך צוריקהאלטן דערפון. איך וואונדער מיך, לכאורה, איך ווייס דאך אז איך האב אנדערע וועגן וויאזוי צו זיין גוט, סאו, וואס איז די פארלוירנקייט? פארוואס דארף איך ווערן אזוי פארלוירן?
(די צעטיל איז: אוי, דו ביסט דא? געוואלד, דו ביסט דאך א אנדייטונג אז איך בין יא נאנט צו אזעלכע סכנה'דיגע טעריטאריע. אזוי פילט זיך עס ווען מ'איז צו נאנט אהין ח"ו, איך מוז מיך פון דיר רייניגן, כדי דו זאלסט נישט זיין א סימן אז ס'איז יא דא ממשות אין דעם מימרא פון יענעם. נאך דערצו ברבים. איך קען דיר נישט לאזן אין מיר.
זייער גוט, איך האב א עצה, דו גייסט מיר נוצן אלץ א סיגנאל, יעדעס מאל איך בין אין א מצב וואס ענדלט אפילו נאר מיט עפעס, צו יענע מציאות, קום און ווארן מיר מיט דיין גאנצע כוח, און אויב איך מאך נישט וואוסנדיג, פייף שטערקער, פייף ווילאנג איך אנטלויף נישט. נאר דו קענסט מיר ראטעווען פון אריינפאלן חלילה דארט אהין אין יענע שרעקליכע מציאות, אן דיר בין איך פארלוירן, אן דיר בין איך אנטבלויזט, דו ביסט די איינציגע אפהאלט.
פון איין זייט וואונדער איך מיך פארוואס איך דארף מיך פון דיר רייניגן, אבער פון די אנדערע זייט דו ביסט מיר די איינציגסטע לעבנס רעטער.)
ט: לאמיר זיך פארשטעלן ווי דו ביסט יעצט אין יענע מצב, און עס קומט ארויף אין דיר אזעלכע רמזים אז דו ביסט נאנט צו אזעלכע זאכן. און דאס מאל זאגסטו "פארוואס מאך איך אפילו פון דעם א עסק, איך האב מיין תורה וויאזוי זיך צו פירן, און דער באשעפער צו וועם מיינע אויגן זענען געווענדעט אז ער זאל מיך העלפן" און דו גייסטעך ווייטער, אן מאכן פון דעם א עסק. צי קומט ארויף עפעס א אומבאקוועמליכקייט?
ק: איך פיל עפעס אזא "איך פארפעל א געלעגנהייט"
ט: פרוביר נאכאמאל.
ק: יא, עס קומט ארויף "איך פארפעל א געלעגנהייט"
ט: אקעי, גוט, האב נישט קיין מורא וואס דו גייסט טרעפן אין דיר, ווייל ווען א מענטש טרעפט זיין נישט גוטע זאך, קען ער עס פאררעכטן. דו גייסט נישט ווערן אפגעפרעגט אין מיינע אויגן מיט קיין משהוא, אפילו אויב עס גייט ארויף קומען דאס ערגסטע. האב נישט מורא זיך צו באגעגענען מיט זאל עס זיין וואס עס זאל (נישט) זיין. זאג אזוי: איך פארפעל א געלעגנהייט פון...
ק: איך מיין אז עס קומט ארויף "פון עקספלארירן די מינע נושאים וויאזוי עס ארבעט אז א מענטש פאלט אריין אין נישט גוטע זאכן. וואס געשעט אין א מענטש פאר ער פאלט אריין, וכו'.
ט: זאג אזוי: אה, זייער גוט, איך האב יעצט א געלעגנהייט צו פארשטיין וואס עס געשעט אין א נפש, ביז א רגע פאר'ן אריינפאלן.
ק: (שמייכלט, לאכט...)
ט: זאג עס. זייער וויכטיג עס צו זאגן. זאג עס פאר די נפש וואס וויל זיך אנטוויקלן אין דיר. זאג: זייער גוט. יעצט גיי איך ענדליך פארשטיין וואס עס געשעט אין א נפש, וואס עס ברענגט אים צו אריינפאלן.
ק: (שעמט זיך)
ט: און אז איך גיי עס פארשטיין?
ק: גיי איך פארשטיין וויאזוי צו העלפן די וואס פאלן אריין.
ט: זאג: איך מוז עס אליין עקספיריענסן, איך מוז פילן וואס די וואס פאלן אריין גייען דורך, איך וויל טאקע נישט אריינפאלן, אבער כאטש עקספיריענסן א גוטן קלארן בליק די נענטסטע וואס איך קען קומען צום גרוב.
ק: (זאגט עס)
ט: זאג: און אויב איך גיי נישט עקספיריענסן אזעלכע זאכן, און טאקע באמת נישט וויסן.
ק: מענטשן ליידן ביטערע ביטערע יסורים, און קיינער קיינער קיינער קען זיי נישט העלפן. איך מוז לעזן דעם מיסטעריע!
ט: פרוביר נאכאמאל, און געדענק: זאג דעם אמת. מיט דרייען און נישט זאגן דעם אמת, וויאזוי קענסטו אנקומען צום שורש. משל דיר אויס אז יעצט איז יענע מצב און זאג: און אויב איך גיי נישט עקספיריענסן אזעלכע זאכן, די נענטסטע וואס מעגליך, דאן...
ק: עס קומט מיך ארויף א רחמנות געפיל. איך האב אזוי רחמנות.
ט: זאג אזוי. ס'גוט, קיינער דארף נישט אנקומען צו מיין רחמנות. מענטשן געבן זיך א עצה אן מיר. ס'דא גענוג און נאך הילף. און איך מיט מיינע עצות וועט זיכער נישט אויסמאכן
ק: אה, יעצט פיל איך אליין. עס קומט ארויף מיין גאנצע "קיינער דארף מיך נישט" אזא גארנישטקייט. יא.
ט: וואס פאר א שייכות, האט דאס האבן א כראנישע אומבאהנדלטע געפיל פון "איך בין ווייסע טינט אויף א ווייסע פאפיר", מיט דעם נישט קענען זאגן "איך ווייס דאך אז איך האב אנדערע וועגן וויאזוי צו זיין גוט, איך האב א תורה מיט'ן באשעפער צו וועם מיינע אויגן זענען געוואנדן"
ק:
צעטיל
בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ
אין די צייט וואס איך וויל יעצט זאגן "פארוואס מאך איך אפילו פון דעם א עסק, איך האב מיין תורה וויאזוי זיך צו פירן, און דער באשעפער צו וועם מיינע אויגן זענען געווענדעט אז ער זאל מיך העלפן, דאס איז א נארישע מחשבה, און איך גיי מיך ווייטער" ווער באוואוסטזיניג צי וויל איך טאקע נישט עקספיריענסן א נאנטן בליק אין דעם, ווייל פון איין זייט הייב איך פילן אז איך פארפעל א געלעגנהייט צו עקספיריענסן וויאזוי די נפש ארבעט דשאסט פאר'ן אריינפאלן אין גרוב, און איך פיל רחמנות צו העלפן די וואס פאלן אריין, צו ראטעווען מענטשן פון ביטערע יסורים.
ווען איך ערלויב מיך צו לעבן מיט די אמת וואס איך ווייס פאר א פאקט אז מענטשן האבן שוין ווער עס האט רחמנות אויף זיי, און ווער ס'העלפט זיי, קומט ארויף מיין כראנישע אומבאהאנדלטע "איך בין ווייסע טינט אויף א ווייסע פאפיר", סאו, צי בין איך טאקע גרייט צו גיין ווייטער אן די גאנצע אינערליכע געשעעניש. ווייל פון די צווייטע זייט, זייער שווער פאר מיר צו פילן די סארט 'גארנישט'קייט', זייער שווער.
והשם הטוב יעזור