א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7233
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

ס'איז לעצטענס ארויסגעקומען א בוך פון איינעם רב הילמאן, וואס רעדט וועגן רואיגקייט אין עבודת השי"ת און ס'רעדט שטארק פון OCD. ער רעדט אויך דארט וועגן דר. סארנא'ס מהלך. ער רעדט דארט וועגן לעבן אינעם הווה. איין זאך וואס איז מיר זייער געפאלן איז די מהלך פון איינעם אן ערליכער יוד וואס האט זיך איינגעוואוינט אז ער לעבט נאר אינעם יעצט, א רגע נאך יעצט, פארגעסט ער וואס ער האט געטון (דהיינו ער איז מסיח דעת) און ער הייבט אן פון דאס ניי. און דער מהלך איז מיך שטארק געפאלן. לכאורה דארף מען פארשטיין, די מסילות ישרים שרייבט וועגן זהירות, בשעת מעשה ושלא בשעת מעשה. יש לומר אז די מסילות ישרים מיינט צו זאגן פארמ'טוט וואס מ'טוט זאל מען זייער שוקל זיין, אבער א רגע נאכדעם נישט. און סוף טאג מאכט מען א חשבון הנפש, דאס דארף לכאורה נישט זיין א סתירה מיט די מהלך פון דעם יוד, איך געדענק נישט פונקטליך ווער. אפשר ר' זלמן בריזל, איך געדענק נישט זיכער.

דער מהלך פון לעבן אזוי, אז א רגע נאכדעם פארגעסט מען, איז מער ווי לעבן אינעם יעצט. ס'דארף לכאורה זיין א רפואה צו א וועג פאר OCD. און אויך פאר אסאך פארשידענע נישט געוואונטשענע ערשיינונגען אינעם נפש. דער יוד האט געהאלטן אז מ'קען פשוט נישט אנדערש. נאר אז מ'פארגעסט ווען מ'האלט שוין דערנאך, און מ'הייבט אן פון דאסניי. דער ספר רעדט פון אלעם איך זאג ענק. ער רעדט פון וועלן קאנטראלירן די לעבן. ער איז גוט. ער רעדט אויך פון מעדיקעשאן. ער האלט פון מעדיקעשאן. עניוועי.

די יודישע וועלט האט זיך געטוישט אין דעם ענין ווי מיט צוואנציג יאר צוריק. איך ווייס נישט וואס ס'טוט זיך לגבי נפשיות'דיגע פראבלעמען היינטיגע צייטן. חלילה, דער אייבערשטער זאל אפהיטן, אבער ס'דאכט זיך מיר אז מ'זעהט מער און מער אז ס'איז וויכטיג מ'זאל דאס אדרעסירן. מיין הארץ גייט אויס ווען איך זעה יונגע בחורים וואס זענען נעבעך אויסגעשעפט פון זיך האלטן צו די זאך.

דער ספר רעדט פון ספיקות אין אמונה וואס קומט פון OCD, א גוטע ארבעט געמאכט. המשך יבוא אי"ה
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

אבער וויאזוי....?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7233
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

Graphic24 האט געשריבן: אבער וויאזוי....?

וויאזוי, מיט עבודה תמידית קען מען דאס לכאורה עררייכן בעזהשי"ת, מיט חיזוק. OCD איז די Compulsion, וואס מאכט די פראבלעמען. א OCD ליידנדער טראכט אגאנצן צייט צוריק. צום ביישפיהל ער זאגט ווערטער און ער טראכט צוריקצו ער האט עס גוט ארויסגעזאגט, ער באקומט ענגזייעטי אז ס'איז נישט געווען גוט, און ער פאררעכט עס. איך מיין אז מ'וועט קוקן וועט מען זעהן, אז OCD קומט פון איבערטראכטן. די סאמע ערשטע רגע נאכן טון איז אלעס גוט. ס'קומט פון איבערטראכטן. איך האב אמאל געזעהן אז די תולדות אהרן רבי זצ"ל האט געפרעגט דעם רבין סאטמאר זצ"ל, אן עצה פטור צו ווערן פון מחשבות וואס מ'וויל נישט, האט אים דער רבי געזאגט, "נישט איבערטראכטן". אז מ'לעבט מיט דעם מהלך פון נישט צוריקטראכטן, ס'שווער זיך אויסצוארבעטן דערין, אבער מ'קען, ס'איז מעגליך. איך ווייס נישט צו איינער וואס ליידט געפערליך פון OCD צו ס'קען העלפן. אבער אויב מ'געוואוינט זיך צו צוביסלעך מער און מער צו לעבן מיט דעם מהלך פון נישט צוריקטראכטן. מן הקל אל הכבד, דארף עס העלפן. אפשר דארף מען דערצו האבן חיזוק פון א טערעפיסט אדער חבר, אבער מ'קען.

ער געט נאך מהלכים אין דעם בוך, אסאך פון די מהלכים שטומט מיט די מהלך וואס ר' שרגא פליישמאן פארקויפט. ווי למשל אז מ'זאל נישט וועלן קאנטראלירן די לעבן. און מ'זאל אקצעפטירן, און זיך לאזן פירן. איך האלט אז מ'דארף דעם ספר לערנען. נישט ליינען. פון ליינען איינמאל וועט עס נישט העלפן. ס'קען בארואיגן אז מ'זאל רואיגער עסן די נעקסטע שטיקל מעלאונע.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7233
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איך בין נישט קיין רופא נפשות, אבער איך ווייס אסאך וועגן עמאושענעל, נפשיות'דיגע, פראבלעמען, און איך ווייס אויך אז מ'קען דערפון ארויסקריכן. נישט קיין חילוק ווי שרעקעדיג ס'דמיונ'ט זיךאז ס'איז, קען מען דערפון ארויסקריכן בעזהשי"ת. היינט איז נישט אזוי ווי צוואנציג יאר צוריק. צוואנציג יאר צוריק ווען איך האב געליטן פון וואס איך האב געליטן, ווען איך בין דורך די אלע מחשבות וואס האבן מיר גע'רודפ'ט, איז נישט געווען עוועלעבל די הילף אויף אזא פארנעם וואס עס איז היינט עוועליבל. כאטש נאך צוואנציג יאר דאכט זיך מיר אז איך זעה נאך אלץ יונגע ביימעלעך ווי זיי מוטשענען זיך, און זיי זענען ארומגעוויקלט אין זייער דרוק. הלוואי איז עס נאר א דמיון. איז אבער די אינפארמאציע מער עוועליבל.

צוואנציג יאר צוריק איז געווען די תקופה ווען ר' אהרן פרידמן נ"י איז ארויסגעקומען מיט זיין חיבור גם אתה יכול. די אלע סימפטאמען וואס ער רעדט אין זיין ספר, דער רב הילמאן, ווייס איך זייער גוט פון וואס ער רעדט. אבער הילף איז נישט געווען עוועליבל אויף אזא פארנעם ווי עס איז היינט. היינט, מיט די אינפארמאציע וואס עס איז היינט עוועליבל וואלט איך ווארשיינליך בעזרת השי"ת בכלל נישט דורך די אלע פיין וואס איך בין דורך און נישט נאר איך, נאר בעיקר מיינע עלטערן וואס זענען דורך ביטערע ליידן בעיקר פון שרעק. איך האב גאנצעטע טעאריעס אויף OCD, וואס דאס איז, און פארוואס דאס איז, און וויאזוי דאס איז. איך האלט אז מיט א גוטע חינוך קען מען דאס פארמיידן בעזהשי"ת.

איך געדענק נאך ווי היינט ווי די מחשבות האבן מיך גע'רודפ'ט אזש צו דערשטיקן. ווען איך וואלט היינט געטראפן אזא איינעם מיט אזאנע מחשבות וואס פייניגען וואלט איך איהם ב"ה אין איין רגע געקענט שטעלן אויפן פלאץ. ס'איז בכלל נישט אזוי שווער. הגם ס'פאדערט עבודה תמידית. עבודה נאכאנאנד. אין מיינע צייטן מיט צוואנציג יאר צוריק, איז נאך נישט געווען פארשפרייט די משל מיט די פינקע עלעפאנט. אזא טערמין ווי OCD האט נאך קיינער נישט געוואוסט. היינט ווייסט יעדעס חדר יונגל וואס די באדייט פון OCD איז.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7233
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

איך געדענק ווי איך שטיי אין דארמיטארי אין ישיבה, און פלוצלינג איז מיר בייגעפאלן די עצה פון פשוט טוישן די מחשבה אויף א צווייטע מחשבה, פשוט געב עס א רוק אהין. איך האב מיך נישט געקענט גלייבן פון מיין אייגענעם אויסטרעף. אזא פשוט'ע זאך און ס'איז מיר נישט בייגעפאלן ביז היינט? סתם געב א ריק די מחשבה. פון דעם זעהט מען, אז די עצות וואס אן ערוואקסענער ווייסט, ס'קען זיין אז א בחור'ל פון זעכצן יאר זאל דאס נישט וויסן. ער כאפט נישט אז מ'קען פשוט ריקן די מחשבה. לכאורה לויט ווי איך שטעל מיך פאר, ארבעט א קינד, און אזוי אויך א בחור'ל און אפשר א יונגערמאן וואס איז קיינמאל נישט געווארן אטאקירט דורך OCD, אז ס'ארבעט אוטאמאטיש. דאס מיינט, אז וועכע מחשבה ס'קומט מיך אריין אין מייין מח, מיט די מחשבה בין איך העכסט צופרידן. לויט ווי איך פארשטיי יעצט מיינט דאס ספאנטאן. Spontaneous. דאס מיינט, אז ער ארבעט אן דארפן ריקן אינערליך עפעס.

סאו איך געדענק צום ביישפיהל ווי איך שפאציר אויפן גאס אין ישיבה, און איך וואונדער מיך "וואס איז געווען ביז יעצט אז איך האב נישט געהאט די מחשבה?" פלוצלינג איז עס דא? איך האב בכלל נישט געוואוסט אז מ'קען א מחשבה ארויסריקן פון קאפ. היינט די זעלבע מחשבה וואס איז מיר דאן געטראטן אויף די געהירן, גייט מיך נישט אן. אבער איך האב נישט געוואוסט מער. וואס איך האב געוואוסט איז געווען, אז אזא מחשבה טאר נישט געטראכט ווערן. היתכן דו טראכסט עס? היתכן איך טראכט עס? געוואלד און געשריגן. איך האב געטון אלעס וואס עס איז מעגליך צו מאכן די מחשבה אויס, נישט וואוסנדיג די פשוט'ע זאך. די פשוט'ע, פשוט'ע זאך. אז א מחשבה איז נישט מער ווי א מחשבה! און דשאסט גיי ווייטער. און מאך דיך נישט וואוסנדיג. לויט ווי דער הילמאן שרייבט אין זיין בוך, אויב איך געדענק גוט, אז פאר יעדעם קומט אריין אלע סארטן מחשבות. נאר וואס דען, ס'דא פאר וועם ס'מאכט אן עסק דערפון. און עס שטעלט אים אפ.

איך געדענק נישט אז שאול קליין זאל שרייבן דערפון אין זיין חינוך ארטיקלן. בכלל איך זאג ענק, אין יענע תקופה איז נאך געווען זייער ווייניג פארשפרייט הילף פאר דעם. אבער ב"ה היינט ווייסט מען מער פון דעם. און באלד ווען מ'זעהט ווי איינער האט פראבלעמען קען מען דאס סך גרינגער מסדר זיין.

בכלל ווערט די מחשבה ביים ליידנדן זייער א שטארקער מציאות. און אויב איך בין מיך נישט טועה, וועלן די מחשבות געשעהן דייקא אין זמנים פון סטרעס, און דייקא וואס דו האסט פיינט. למשל, אויב האסטו פיינט צו טראכטן פון א ציילעם וועט דאס דוקא ארויפקומען, ווי איינער וואס איז זיך משתתף אין דיין אויפרעגעניש. ווי א סימן פון דיין אויפרעגעניש. היינט לאך איך צו מיר אלייין, ווי איך האב נעבעך צאמגעליטן דערפון. אוי האט עס מיך געבאדערט, אוי האב איך מיך געבראטן אין יסורים. די מחשבה איז געשטאנען פאר מיר און נישט געהאלטן ביי אפפיצן. חחחחח. היינט לאך איך און לאך, און לאך, נאר געזונטערהייט. ב"ה דער אייבערשטער איז א גוטער, און ער האט מיך ארויסגעצויגן פון די אלע שטותים און דמיונות.

די סיבה פארוואס איך שרייב עס דא אויף אייוועלט איז, ווייל איך שטעל מיך פאר, קען זיין איך בין נישט גערעכט, איך שטעל מיך פאר אז נאך מענטשן האבן דעס. און ס'וועט זיין פאר זיי א הילף צו אנערקענען אז נישט קיין חילוק וואס מ'גייט אדורך. נישט קיין חילוק ווי שווער ס'זאל זיך שפירן. איז הילף אלעמאל עוועליבל ב"ה.

איך גיי נישט דמיונ'ען אז איך בין די איינציגער מענטש אויפן גאנץ כדור הארץ וואס האט [געהאט] מחשבות וואס שטערן אים.

איך האלט אז די מהלך פון פליישמאן, ווי נישט וועלן קאנטראלירן, וכו', וואס דער הילמאן ברענגט אראפ אין זיין בוך, דארף צו העלפן אויב מ'געוואוינט זיך איין דערמיט. איך האף אז היינטיגע צייטן זענען סיי מגי"ש און סיי משגיחים, סיי רבי'ס אין חדר, און אזוי די אלע וואס האבן ביי זיך די אלע טייערע נפשות, אז זיי זענען מער אויפמערקזאם צו מערקן און צו כאפן. און צו עצה'נען. אמאל מיט א קליין ערקלערונג קען מען א בחור'ל אדער א יונגעלע שטעלן אויפן פלאץ. אבער לויט ווי איך פארשטיי פון Coherence therapy, און פון די די טיפקייטן וואס דר. סארנא האט אנדעקט. אז די רפואה פאר OCD איז נישט נאר Exposure. יא, אמת, Exposure, זיך אויסשטעלן צו מצבים וואס טרייבן ארויף די OCD קען אויסהיילן, אבער ס'איז נאך טיפער.

אויב מיר ווילן, פארשטייט זיך בעזרת השי"ת וואס ער האט די כח צו שענקן חכמה בינה דעת, איז אבער אויב מיר ווילן אויסהיילן ביי איינעם דאס, דארפן מיר אדרעסירן טיפערע אספעקטן אינעם נפש. אין דער בוך רעדט דערפון. ווי צום ביישפיהל דאס ענין פון נישט וועלן קאנטראלירן. און פון אקצעפטירן, וואס דאס זענען טיפע זאכן אין די נפש פון א מענטש. דאס קען האבן צו טון מיט די 'איגו'. און OCD קען קומען פון א 'איגו'. וואס דער מענטש וויל ראטעווען זיין 'איך'.

"איך בין א צדיק, און איך וויל אלעס טון צו בלייבן א צדיק". מ'דארף זיין א צדיק, אבער נישט אזוי. המשך יבוא אי"ה. און דער הייליגער באשעפער זאל העלפן אז ס'זאל נישט ארויסקומען קיין מכשול פון מיינע הענט.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

שיינע רייד נשמה.

ווער איז דער רב הילמאן און וואו קען מען זען דעם בוך?
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2963
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

מו''ה אפרים יצחק הילמאן נ''י

איך קען אים פערזענליך, א ערענסטער אינגערמאן א מגי''ש אין סאטמאר ביה''מד אויף הופער און א תלמיד פון הרה''ג ר' משה גרין שליט''א. . לויט ווי איך קען אים איז ער זייער קלאר און מסודר, זייער גראד.
-- --

איך קען נישט דערליידן די פאקט אז מומחים בתורת הנפש זענען היינט צו טאגס מדריכים בעבודת השם, אבער אויב איינער וויל דוקא זיך דורכרעדן מיט א שטיקל מומחה בתורת הנפש ובפרט בענין "או סי די" וואס שטערט אים בעבודת השם, איז דער רב הילמאן לכאורה א גוטער קאנדידאט.

ערענסט קראנקע מענטשען זאלן אוודאי זוכן א דאקטאר.
זקן מלא רחמים.
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4512
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

יישר כח
ווער איז רב פליישמאן?
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

לכאורה הרב שרגא פליישמאן בעמח"ס ללמוד לדעת
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15042
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן: איך קען נישט דערליידן די פאקט אז מומחים בתורת הנפש זענען היינט צו טאגס מדריכים בעבודת השם

ליידער זענען זייער אסאך ליידענדע איינגערעדט אז זייערע פראבלעמען האבן מיט אידישקייט און ווילן זיך נישט לאזן היילן. דארפן די טעראפיסטן זיי אויפקלערן. און דאס ברענגט זיי אריין אין דעם פעלד
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2963
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

גולם פון פראג האט געשריבן: לכאורה הרב שרגא פליישמאן בעמח"ס ללמוד לדעת

נו וודאי
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

הענדימען האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן: איך קען נישט דערליידן די פאקט אז מומחים בתורת הנפש זענען היינט צו טאגס מדריכים בעבודת השם

ליידער זענען זייער אסאך ליידענדע איינגערעדט אז זייערע פראבלעמען האבן מיט אידישקייט און ווילן זיך נישט לאזן היילן. דארפן די טעראפיסטן זיי אויפקלערן. און דאס ברענגט זיי אריין אין דעם פעלד

אויב מעג מען צולייגען...
ליידער זענען דא זייער אסאך ליידענדע וואס מיינען אז זייער יודישקייט האט א שייכות מיט זייערע פראבלעמען אין אז מ'וועט חלילה נאכלאזן די יודישקייט וועט די פראבלעם פארשווינדען ווערען...
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15042
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

גולם פון פראג האט געשריבן: אויב מעג מען צולייגען...

דאס זענען 2 באזונדערע פראבלעמען און צאמשטעלן די צוויי ברענגט נישט קיין גוטס

גראדע קענען די צוויי האבן א שייכות. ווען איינער פון די עלטערן פלאגט זיך מיט איינס קען עס העכערן די שאנסן אז א קינד זאל האבן די צווייטע
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7233
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

היינט האב איך נישט באוויזן צו לעבן אויף דעם מהלך פון דעם וויהייסטעס. נעכטן ביינאכט אפשר אביסל. ס'איז נישטא קיין ברירה, איך מוז זיין גרייט אויף אלעם אבי דאס צו קענען דורכפירן. דאס איז מער ווי לעבן אין די מאמענט. דאס איז מער ווי לעבן אינעם הווה. דאס צוריק טראכטן, און איבער טראכטן, קומט פון א פחד פון לאזן אונטער זיך א חורבן.:lol:די איינציגע עצה איז לכאורה זיך איבערצייגן אז ס'געשעהט גארנישט. אדער אז ס'איז גארנישט וואס עס געשעהט יא. און אז ס'לוינט זיך ענדערש דעם וועג ווי די אנדערע וועג. איך גלייב נישט אז מיט'ן איבערטראכטן קען א מענטש אנקומען ערגעץ אין זיין לעבן. פארפאלן נישטא קיין ברירה. איך מוז פרובירן צו לעבן אויף דעם וועג, און זיך איבערצייגן, והשם יעזור. המשך יבוא אי"ה
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46590
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

זאכן געשעהן אבער נישט באזירט אויף וואס דו האסט יא אדער נישט געטוהן

זאכן געשעהן ווייל דער פון אויבן וויל אזוי

קיין גנב קען נישט אריינקומען נישט ווייל דא איז דא פארשפארטע טיהר נאר ווייל השי"ת וועט עס נישט ערלויבן
השי"ת ווי אז דו זאלסט נאך אלץ פארשפארן די טיהר
אויב האסטו עס צוגעשפארט וויל ער נישט אז דו זאלסט נאכאמאל זיכער מאכן אז עס איז גוט צוגעשפארט און אין רוחניות איז גארנישט אנדערש
פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1937
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

וויאזוי הייסט די בוך?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7233
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

פראהביטש האט געשריבן: וויאזוי הייסט די בוך?

איך וויל עס נאך קויפן. איך מיין ס'הייסט רואיג און צופרידן. ס'האט אזא פיקטשער פון א וואסער, מיט - מיין איך - א אויפגעמישטע תהלים, על מי מנוחות ינהלנו.
קיסריה
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

OCD

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

וועלכע ספר
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6249
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

נשמה האט געשריבן:
פראהביטש האט געשריבן: וויאזוי הייסט די בוך?

איך וויל עס נאך קויפן. איך מיין ס'הייסט רואיג און צופרידן. ס'האט אזא פיקטשער פון א וואסער, מיט - מיין איך - א אויפגעמישטע תהלים, על מי מנוחות ינהלנו.

האסט עס נישט געקויפט?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7233
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

fiena nieas האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
פראהביטש האט געשריבן: וויאזוי הייסט די בוך?

איך וויל עס נאך קויפן. איך מיין ס'הייסט רואיג און צופרידן. ס'האט אזא פיקטשער פון א וואסער, מיט - מיין איך - א אויפגעמישטע תהלים, על מי מנוחות ינהלנו.

האסט עס נישט געקויפט?

נאכנישט. איך האב עס דורכגעליינט ביי איינעם וואס האט עס יא געקויפט, פון דעקל צו דעקל. די עבודה תמידית פון די זאכן דאס דארף איך טון, און דערפאר דארף איך עס קויפן אי"ה. און יעדן טאג ליינען אביסל. בפרט דאס ענין פון לעבן אינעם הווה. און נישט זוכן צו קאנטראלירן. און אקצעפטירן. וואס דאס איז דאך אזוי שווער צו עררייכן. זעהט אויס, אז די 'איגו' פון א מענטש ארבעט דוקא אז מ'זאל נישט לעבן אינעם הווה. די 'איגו' איז דער וואס דרייט א קאפ, דו דארפסט מאכן זיכער דאס, און דו דארפסט מאכן זיכער יענס, און "אוי, וואס טראכט יעצט יענער, ווער ווייסט..." און צום סוף קומט נישט אן צו גארנישט. פארוואס? ווייל מ'לעבט נישט אינעם הווה. און איך ווייס שוין פון דאס ענין פון לעבן אינעם הווה, פון די ספר לימודים לדעת, איך ווייס אז א מענטש [א יוד] דארף לעבן אינעם הווה. און נתעורר ווערן מיט א רצון [חיובי] צו כלים הווים דייקא. צומאל פארשטיי איך מיט א געוואלדיגע קלארקייט אז ס'איז נישט מעגליך פאר מיר צו זיין ערליך, נאר אויב איך לעב אינעם הווה. אלעס ארבעט נאר מיט'ן לעבן אינעם הווה.

שטעל דיך פאר א מענטש וועט פרייטאג צונאכטס נאך לעבן אינעם תשובה והתעוררות פונעם פרייטאג דערפאר, וועט ער נישט קענען מקבל זיין די שמחה פונעם קידוש. פון 'ושבת קדשך באהבה וברצון הנחלתנו'. לעבן אינעם הווה איז א אויסטערלישער רפואה בעז"ה. צומאל איז מיר אזוי קלאר אז טאמער איך וועל נישט לעבן אינעם הווה וועל איך פארדינען דערפון. און אין די רגע איך געב נאך, און עס גייט דורך וואס עס גייט דורך, דערזעהט מען זיך מיט אזא פלאפ. מ'האט געמיינט, און מ'האט געוואלט פאררעכטן, ראטעווען, אויפטון, ארלעידיגן, נישט צולאזן אז דאס און דאס זאל חלילה אונטערברעכן, וכו', וכו', און דערפאר קלערט מען און מ'טראכט, און מ'ספינט אריין, און ביז אפאר שעה דערנאך און מ'ווערט אויסגעשפיגן ווי די פארמאטערטער אויסגעקוועטשער שמאטע מיט אויסגעלאשענע אויגן, פארווארפן אויף די פלאר פון די וואשמאשין.

דאס ענין פון לעבן אינעם הווה ארבעט פון רגע צו רגע. יעדע רגע איז א נייער רגע. מ'דארף זיך דערין מחזק זיין. א מענטש בדרך הטבע לעבט נישט אינעם הווה. דאס האט נישט צופיל מיט עמאושענעל לערנונגען. אזוי מיין איך יעצט ווען איך שרייב די דאזיגע שורות.

ווען א מענטש מאכט אפ צו לעבן אינעם הווה האט ער קיינעם נישט נעבן זיך חוץ דעם אייבערשטן. קיינעם, קיינעם, קיינעם. קיינער גייט נישט וויסן צו דער מענטש האט יעצט באשלאסן זיך מתגבר צו זיין און לעבן אינעם הווה. קיינער גייט דאס נישט וויסן. נאר דער מענטש אליין מוז זיך אליין טוישן. ער מוז עס אליינ'ס טון פאר זיין אייגענע טובה.

איך, אפילו איך שרייב דא וועגן לעבן אינעם הווה, און בעיקר פארגעסן וואס מ'האט געטון א רגע צוריק, און גיין ווייטער, פון דעסט וועגן איז מיר נישט געלונגען דאס צו עררייכן. אפשר נאר אביסל. איך האף מיט'ן אייבערשטענס הילף דאס צו עררייכן.

דער ערשטער און מערסטער - אין מיין לעבן - וואס רעדט פון לעבן אינעם הווה איז הרב פליישמאן. ס'איז נישט נאר לעבן אינעם הווה. ס'איז אפלאזן חשבונות. נישט פרובירן צו קאנטראלירן יענעם. ס'האט אין זיך אסאך פרטים.

א מענטש וואס פרובירט צו לעבן אינעם הווה, גייט דורך פון שטוב צו שטוב. ער האלט אין איין דורכגיין פון איין פלאץ צום צווייטן.

לאמיר אראפלייגן וואס עס מיינט [אויך] א מענטש וואס לעבט נישט אינעם הווה.

יעדעס מענטש וואס ער באגעגענט, טראכט ער פון יענע מענטש. פארוואס? ווייל ער זוכט א וועג זיך מסדר צו זיין מיט יענעם. [איך רעד פארשטייט זיך פון מיך, אדער איינער וואס טוט אויך אזוי, אדער ענליך] ס'גייט בערך אזוי: "אויב איך גיי נישט טראכטן פון יענעם, גיי איך זייער אסאך זאכן ארויסלאזן פון מיין קאנטראל, און איך גיי עס לאזן אויף גא-ט ב"ה וב"ש. און איך גיי מוזן לאזן יענעם באשלוסן אויף מיר וואס יענעם שמעקט, און ניטאמאל וויסן וואס יענער האט באשלאסן אויף מיר. ס'פיהלט זיך ווי פארמאכן די אויגן".

נאכדעם איז דא נאך זאכן פארוואס א מענטש קען נישט לעבן אינעם הווה. אבער דאס איז זיכער אז טראכטן וויאזוי יענער קוקט מיך אן, איז נישט געלעבט אינעם יעצט. ווייל מ'איז פארנומען מיט עפעס אנדערש ווי יעצט.

און דאס גייט זייער דקות, ווילאנג מ'דערכאפט זיך אינעם אמת'ן הווה פונעם יעצטיגן הווה. ס'דא אסאך מאל וואס מ'קען אראפשניידן מער און מער, און מער און מער אריינגיין אינעם יעצט. און טאקע אינעם יעצט.

אבער דער ספר פון רב הילמאן רעד פון נאך זאכן.

וואס איז טאקע די סיבה פארוואס א מענטש טראכט פון א ציילעם, אדער בילדער וואס ער וויל נישט. מ'קען זאגן אסאך ערקלערונגען פארוואס דאס איז. אין Coherence therapy, און אזוי אויך דר. סארנא, אז דאס קומט פון עפעס טיפער. ס'קען אפשר אויך קומען ווען א מענטש וויל שפירן אז ער איז עפעס. אזוי ווי ווען א מענטש גייט, וויל ער שפירן דעם צוריקהאק פון די ערד אויף וואס ער טרעט. דאס אז דער שלאגט זיך מיט עפעס, דאס [אפשר] קען אים געבן די געפיהל אז ער טוט עפעס. אזוי שפירט ער נישט אז ער טוט עפעס.

די סיבה פון OCD קען [אויך] קומען ווען א נפש, שפירט נישט אז זי טוט עפעס. אזוי ווי א מענטש וואס רעדט און הערט זיך נישט צוריק. ס'דא אסאך פשטים, און פארשידענע schemes, וואס קענען גורם זיין אז ס'זאל אויספעלן פאר די מח.

מ'זעהט עס בחוש. תשעה באב [דער רבש"ע זאל שוין העלפן און זיך צוזאמען מיט אונז אויסלייזן פון דעם ביטערן גלות] ווען א מענטש זעצט זיך אראפ, קען קומען אזאנע מחשבות. וואס איז פשט? פארוואס ווען מ'האט נישט ליב א מצב, קומט אזאנע מחשבות צו קריכן אין קאפ? די סיבה איז, ווייל א מענטש מאכט זיך כאילו א סימן, "איך האב דא נישט ליב, און איך וויל ארויס פון דא... דו הערסט... ס'איז מיר ענג און מאך דיך וואוסנדיג".

יעצט, אויב א מענטש געוואוינט זיך איין צו לעבן אינעם הווה. און בעיקר אזוי ווי דער לימודים לדעת שטעלט עס אראפ, זיך מעורר זיין פאזיטיוו פון כלים הווים. האט דאס א פאטענציאל צו ווערן אויסגעהיילט. און מ'קען זיין א יוד. א מענטש וואס איז צוגעוואוינט צו אנטלויפן פון אומאנגענעמע מצבים, דהיינו, ער געוואוינט זיך נישט צו צו לעבן אינעם הווה, ווערט ער נישט צוגעוואוינט אז ס'גארנישט.

לאמיר נעמען פאר א ביישפיהל ווינטער. ווינטער איז נישט אזוי געשמאק ווי זומער. סוף סוף, די שניי, די טונקלקייט, די קאר וואס איז געבליבן שטעקן אין די שניי. די באצעס. די בלאטע ווען מ'קומט אריין אין ביהמ"ד. די שארער טראק. די זאלץ. וכו'. אויב א מענטש געוואוינט זיך נישט צו, צו לעבן אינעם הווה, ווערט עס אים וואס אמאל שווערער און שווערער. אויב מ'געוואוינט זיך צו דאס אנצונעמען מיט א "א מחי' זייער גוט, ס'שנייט, וואס קען איך טון דערצו." ווערט ביים פסיכיק פונעם מענטש איינגעוואוינט, אז די ביטערע [מאנכע באצייכענען עס עקלדיגע] מצבים, איז בכלל נישט אזוי שווער. המשך יבוא אי"ה.
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע:Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

נשמה האט געשריבן:
פראהביטש האט געשריבן: וויאזוי הייסט די בוך?

איך וויל עס נאך קויפן. איך מיין ס'הייסט רואיג און צופרידן. ס'האט אזא פיקטשער פון א וואסער, מיט - מיין איך - א אויפגעמישטע תהלים, על מי מנוחות ינהלנו.

נעוואדע ארבעט עס נישט.

דו געדענקסט צופיל...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7233
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

איך האב נאך אלץ נישט געקויפט דעם ספר, איך האף עס צו קויפן בקרוב, וועל איך קענען ציטירן פון וואס ער ברענגט דארט פון איינעם, בענין לעבן אינעם הווה.

לעבן אינעם הווה פאדערט נפשיות'דיגע כוחות. מ'דארף נעמען דעם זיך און עס שטופן צום ריכטיגן פלאץ. אפשר מיט די צייט ווערט עס גרינגער און גרינגער. ביי מיר איז עס שווער צוליב דעם ווייל מיין מח, צו מיין מיינד, צו מיין קלערונג סיסטעם, פרובירט אפצואווענדן די מהלך מיט וואס איך גיי, און פרובירט צו שטעלן ספיקות דורכ'ן ארויפברענגען טענות וואס ווענדן אפ די מהלך. "דאס מאל דארפסטו באמת נישט לעבן אינעם הווה, איך זאג דיר, דאס מאל מיין איך זאלסטו יא טראכטן פון יענץ און יענץ, מאך דיך וואוסנדיג, דו ווייסט דאך אז אויב א מענטש מאכט זיך נישט וואוסנדיג פון זיינע אינערליכקייטן, און ער מאכט זיך כאילו אינם, קען דאס גורם זיין שווערע פראבלעמען, עפעס דרוקט דיך אינעווייניג, מאך דיך יעצט וואוסנדיג..." די זאך איז, אז למעשה שטעלט זיך מיר ארויס אן אנדער מציאות. למעשה שטעלט זיך מיר ארויס, איינמאל און נאכאמאל, און נאכאמאל, און נאכאמאל, לייג צו, אז א מענטש'ס (מיין, אדער וואס זענען ענליך צו מיר) נפש ארבעט בעסער ווען מ'לעבט אינעם הווה. און אז מ'קומט נישט אן צו גארנישט ווען נישט. און נישט נאר מ'קומט נישט אן (אדער איך קום נישט אן) צו גארנישט. נאר ס'ווערט א חורבן. אלעס נעמט זיך פליען, און דרייען. ס'איז סתם פארדרייט א קאפ.

איך האב נישט ליב צו גיין מיט די קאפ אין וואנט אריין. איך האב ליב - ב"ה - צו פארשטיין אז נישט אלע מהלכים זענען אלעמאל שייך, איך האב נישט ליב די מין געדאנק פון: "איך האב א פאליסי... און זיך האלטן צו א פאליסי..." מיין עקספיריענס זאגט מיך אז "אפשר האט דיך דיין פאליסי גורם געווען פראבלעמען... ווער זאגט דיך אז דיין פאליסי איז יענצמאל געווען גערעכט?..." די זאך איז נאר, אז פלוצלינג און בעיקר ווען איך לערן, קומען צוקריכן כל מינים אויפקלערונגען פארוואס א מענטש מוז זיך וואוסנדיג מאכן. און אז טאמער דו מאכסט דיך נישט וואוסנדיג וועט...

וואס איך פארשטיי, אז אזוי ארבעטן אלע פילאזאפיעס מיט וואס מענטשן לעבן. ס'קען זיין אז דא, דאס מאל, דארף איך טון פארקערט, אבער א מענטש קען נישט אלעמאל וויסן. דאס מיינט דאך א 'וועג פון טון'. דאס איז דאך נולד 'א וועג פון טון'.

א מענטש קען האבן אסאך ספיקות, דהיינו אויסוואלן, וויאזוי ער זאל טון אין א געוויסע מינוט. (איך שרייב א 'מענטש', אבער איך מיין מיך, אדער די וואס זענען ענליך צו מיר) א מענטש קען טון אזוי, און מ'קען טון אזוי. די מהלך פון לעבן אין די הווה, איז נישט ווייל ס'האט אין זיך א זיכערקייט. אז ס'איז וועג פון מאכן זיכער אז מיין לעבן גייט זיין אין מיין קאנטראל. ס'איז נאר א מהלך וואס א מענטש פרובירט אויס, אז אפשר דאס וועט אים אוועקנעמען שוועריגקייטן.

לאמיר פרעגן: איז דא אזא זאך אז אזא מענטש ווי מיר זאל זיך אויסלערנען טראץ דעם אלעם צו זיין צופרידן צו לעבן אינעם הווה? די תירוץ דערויף איז, אז ווען א מענטש (אדער אזא מענטש ווי מיר) ווערט באקוועם מיט א מהלך, ער ווערט איבערצייגט אז זאכן ארבעטן בעסער, וועט ער עס נאכלויפן אלץ מער און מער, ביז גארנישט וועט אים נישט אוועקרירן דערפון ב"ה. מ'דארף זיך אבער איבערצייגן אז ס'איז סך בעסער צו לעבן אינעם הווה. ס'איז רואיגער. און מיט יעדע מאל וואס מ'שטופט זיך צו לעבן אינעם הווה. אלץ מער איבערצייגט מען זיך אין די ווירקזאמקייט דערפון.

און אויך, אז לויט וויאזוי א מענטש פירט זיך אזוי פירט מען זיך מיט אים פון הימל. (אזוי מייך איך) דאס מיינט אזוי: אז מיט דעם וואס א מענטש לעבט אינעם הווה, מיט דעם ווארפט ער דאך ארויף אויפן אייבערשטן די אלע זאכן אויף וואס ער געט אויף קאנטראל. דאס הייסט אז דער מענטש פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן, אז ער וועט שוין פירן צום גוטן. איז דאך דאס א מהלך פון בטחון. העלפט דער אייבערשטער צוצופירן צום מענטש וואס דער מענטש דארף.

איך טראכט אזוי: אז ווי מער א מענטש לעבט אינעם הווה, אלץ מער איבערצייגט ער זיך, אז ס'האט זיך אים געלוינט. און אלץ מער א געוואוינהייט ווערט עס ביי אים. ס'איז נאר די אנהייב. פונקט אזוי ווי ווען א קינד לערנט זיך צו גיין, איז נאר די אנהייב וואס ער וויל ענדערש זיצן. ווילאנג ער איבערצייגט זיך אז ס'איז באקוועמער צו גיין. איך זאג ענק, ס'דא אסאך מינע טענות וואס קענען ארויפקומען אין קאפ, פארוואס דאס מאל זאלסטו נישט לעבן אינעם הווה. דאס מאל זאלסטו קער נעמען אין דיין קאפ פון דעם, אדער פון יענץ, און מ'דארף זיך שטופן מיט אלע כוחות דאס בייצוקומען. און וואס איך וויל ארויסברענגען איז, אז ס'ווערט גרינגער און גרינגער ווי מער מ'טוט עס. צומאל דארף מען עס טון אן א חשבון. סתם "איך וויל יעצט לעבן אינעם יעצט, אן קיין שום אבער..." און עס ווערט גרינגער בעזהשי"ת.

המשך יבוא ב"ה
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7233
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

יענע מחלה... האסט געזעהן אין קינדליין... דו האלסט איך האב גענוג קער גענומען פון מיר? 'ניסלעך' זאגסטו... איבונגען... איך וויל אזוי שטארק זיין געזונט... איך דארף מאכן עקסערסייז... אבער ס'גייט מיר אוועקשלעפן פונעם הווה... אבער וואס גיי איך האבן פון לעבן אינעם הווה אויב איך גיי חלילה נישט זיין געזונט. און בכלל האלט איך אז מ'דארף ארויסקומען מיט א מלחמה קעגן דעם גאנצן עסטעבלישמענט. קעמיקאלן. פלעסטיג. דו ביסט נארמאל, דו ווייסט וויפיל פלעסטיג מ'פיטערט זיך אן פון ווען מ'איז געבוירן... וואס מיינען זיי, זיי מיינען טאקע אז מענטשן זענען געמאכט צו עסן פלעסטיק? און וואס איז מיט פאום-קאפס? דו האלסט אז קאווע אין פאום קאפס איז געזונט? הלוואי איך וואלט געוואוינט ערגעץ וואו ס'איז נישטא די אלע זאכן. אבי מיינע ארגאנען זאלן בלייבן אזוי איידל ווי השי"ת האט זיי באשאפן. אבער דו ווייסט נישט פון יענע ספר הישר לרבינו ת"ם, אבער מ'דארף טון פאר די געזונט... אבער איך וויל לעבן אינעם הווה...

למעשה האב איך נאכגעגעבן, און אנגעהויבן טראכטן, אהער אהין. אופס. א שטיק צייט איז אדורך, און איך האב מיך געטראפן אין די זעלבע אומ-געלעבטע ספין. ווען איך בין נערוועז אויף מיינע קינדער, און זיי באקומען נישט קיין ליבשאפט. בקיצור, איך האב מיך געטראפן אז ס'וואלט למעשה בעסער געווען ווען איך האלט מיך צום הווה. ווייל די רגע איך האב אפגעלאזט, אדער בעסער געזאגט 'זיך געלאזט פירן', האט אפילו מיין געזונט נישט בענעפיטירט. צו קען מען געדענקען צו עסן געזונט, און עסן שטאט, עסן רואיג, ווען מ'לעבט נישט אינעם הווה. צו קען מען געדענקען צו דאנקען השי"ת אויף אלע גוטס מיט וואס מ'איז ארומגענומען ווען מ'לעבט נישט אינעם הווה. און ווען מ'זארגט זיך. צו קען מען זיין א יוד? ניין.

נאר יעמאלט ווען איך האב געהאט די פייט אין מיר אליין, צו איך זאל בוחר זיין צו לעבן אינעם הווה צו נישט, יעמאלט האב איך נישט פאראויס געזעהן די תוצאה פון נאכגעבן. אבער די תוצאות זענען גאנץ שנעל געקומען.

פון ליינען האט מען גארנישט, מ'דארף נעמען איין קליינע פאראגראף, און עס אפעלירן צום טאג-טעגליכן לעבן. און בשעת די מלחמה מוז מען בוחר זיין אפילו מ'זעהט נישט די תוצאות פון לעבן אינעם הווה. ס'קען זיך שפירן ווי מיט די קאפ אין וואנט אריין. אבער איך האב א ברירה? לאמיר פרובירן צו לעבן אינעם יעצט. המשך יבוא אי"ה.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

דאס אז לעבן אין דער 'הוה' איז א סכנה צוליב נישט אין אכט נעמען וויכטיגע זאכן איז א דמיון! עכט וויכטיגע זאכן וועסטו געדענקן, און אינזין האבן, עס זענען נאר די איבעריגע דאגות און איבעריגע חזרה אויף אומעטיגע מחשבות וואס וועלן אוועקפליען. דו גייסט נישט פארגעסן צו באצאלן די בילס צוליב לעבן אין הוה, דו גייסט נישט פארגעסן צו טראכטן ווי אזוי צו געבן ליבשאפט פאר די קינדער צוליב הוה, עס איז אלעס א גרויסע שטיק דמיון, און איינגערעדטע פחד פון פארלירן קאנטראל.

נאך א סוד, אז אפילו דו גייסט 'לעבן אין די הוה' -ווי די רופסט עס- גייסטו אויך נישט לעבן 'אינגאנצן' אין די הוה, דו גייסט נישט ווערן א ראבאט, מ'רופט עס אן לעבן אין די הוה פשוט אויף עס ממחיש צו זיין ווי ווייט עס איז פון 'נישט' לעבן אין די הוה, אבער דו גייסט נישט פארגעסן פונעם עתיד ועבר. ממילא איז נישטא קייין סיבה עס נישט צו טוען.

דאס זאגסטו, יא?
רני פלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רני פלט »

ווען איינער וואשט זיך די הענט נאכאמאל און נאכאמאל, וואס זאגט מען אים וואס וועט העלפן אז ער זאל אויפהערן?

ווען איינער האט א פראבלעם מיט נומערן, וואס זאגט מען אים וואס וועט העלפן אז ער זאל אויפהערן?

ווען איינער וויל נאכאמאל זעהן צו דער טיר איז פארשלאסן, כאטט ער ווייסט שוין פון פריער אז עס איז, דארט פארשטיי איך דער עצה, קוק נישט צוריק, גיי בשום אופן נישט צוריק צום טיר כאטש וועסט האבן ענגזייאיטי, ווארט א פאר מיניט און דו וועסט זיין צוריק נארמאל.

OCD קומט איו פארשידענע אופנים. אמאל האבן מענטשן כמעט נישט געליטן אויף דעם, זיי האבן פשוט נישט געהאט קיין צייט צו ווערן משוגע. עס זעהט מיר אויס ווי עס קלאפט אויס ספעציעל ביי פרומע וואס זענען פורפעקשיניסטס און ווילן זיין צדיקים, און אויב עס געלונגט זיי נישט וועלן זיי נאכאמאל אנהויבן פון אל"ף ווען דער בעסטע עצה איז זיך אויף הייבן פון דא און גיין ווייטער.

דאס איז דער סיבה פארוואס טייל וואס ליידן אויף דעם, קלאפט עס אויס אין שמע, שמע, ש מ ע, זיי ווילן אזוי שטארק זאגן ריכטיג און זיי רעדן זיך איין אז עס איז נישט געלונגן און זיי זאגן איבער און איבער, און אויב זיי שעמען זיך שוין, גייען זיי אהיים און פארשפארן זיך אין א צימער און זענען ממשיך דער קרענק, אדער אפשר אין מיטן וועג אהיים קומען זיי צום "גלייכן" שכל. א גרויס רחמנות אויף די וואס ליידן אויף דעם.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”