ווערייזאן - טרעוול פעס
איך האב אקטיוויזירט ביי א לאקאלע געשעפט טרעוול פעס אויף 2 נייע עקסטעל סעלפאונס. (פריפעיד)
אין פוילן האט עס נאר געארבעט 5%. געוויסע נומבערס נאר געוויסע מאל אדורך געגאנגען.
אין איטאליע געארבעט נאר 1%.
אין שווייץ 0%.
אין ארץ ישראל 0%.
די לאקאלע געשעפט האט מיר געזאגט איך זאל רופען ווערייזאן.
איך האב פארברענגט 3-4 שעה מיט ווערייזאן, אויספראבירט אלע סעטינגס ביז זיי האבן מיר געזאגט אז זיי זעען אז עס איז אקטיוויזירט, אבער פאר אומבאוויסטע סיבה ארבעט עס נישט. "מיר ווייסן נישט", "וויי איט דאעזנט קוקינג אין".
איך בין אריין אין א געשעפט אין מאה שערים וועלכע האט מיר געבעטן 250 ש"ח פאר די סים קארד + 175 פאר א וואך סערוויס... ("ווייל די דארפסט א ספעשל מין סים")
למעשה בין איך אריין אין א געשעפט לעבן מיר ישיבה וועלכע האט געגעבן א סים קארד פאר פרי + $6 פער טאג, אינקלאדינג 718 נומבער און אויך 2-3 GB דעטע.
די געשעפט האט מיר געזאגט "מיר האבן אסאך נישט-ארבעטענדע טרעוול-פעס קאטומערס, סיי בעסיק און סיי סמארטפאון'ס"
למעשה, טרעוול פעס איז נישט ביליגער ווי אנדערע אפשענס. און אויך נישט פארזיכערט אז עס וועט ארבעטן. די מעלה איז אבער אז מען קען באקומען אלע אייערע טעקסט מעסידזשעס. (וואס מען קען נישט פארווארדן, משא"כ פאון קאולס וואס מען קען יא).
אויב איר ווילט דוקא ניצען טרעוול פעס זאלט איר עס איינמאל טעסטן. אויב עס ארבעט איינמאל וועט עס אייביג ארבעטן.