עס איז דא פארשידענע מהלכים וויאזוי מענטשן פארדינען געלט, יעדע מין אינקאם איז אנדערש געטעקסט. מיר וועלן יעצט בעיקר רעדן פון Earned Income וואס דאס איז די פארצייטישע וועג פון פארדינען געלט, דהיינו מען ארבעט און מען באקומט באצאלט.
Earned Income איז בעיקר איינגעטיילט אין צוויי חלקים. W-2 - איינער וואס באקומט באצאלט א וועידזש לויט די שעה/וואך וכדו'. 1099 - א פרייוועט קאנטראקטער וואס באקומט באצאלט פער דזשאב. צום ביישפיל: אן עלעקטערישאן, אדער איינער וואס ארבעט אויף קאמישן וכדו'.
די עיקר חילוק אין טעקס צווישן די צוויי איז פעיראל טעקס, וואס דאס איז א 15.3% טעקס (וואס אנדערש ווי אינקאם טעקס - ווערט דאס נישט אפעקטירט פון קיין דידאקשנס). ביי א W-2 ארבייטער צאלט די בעה"ב האלב פון די פעיראל טעקס פון זיין טאש, און די אנדערע האלב נעמט ער אראפ יעדע וואך פון די ארבייטערס טשעק, און ביי א 1099 ארבייטער, צאלט די ארבייטער סוף יאר די גאנצע 15.3% פון זיין טאש.
איידער מיר גייען ווייטער מיר וועלן בעזר השם שפעטער צוקומען צו די טשענדזשעס וואס טראמפ'ס טעקס קאט האט גורם געווען, ווער אין וויפיל מען פארדינט א.א.וו. 'סיט בעק ענד ענדזשוי דע רייד' פאר סיי וועלכע פראגע איר ווילט וויסן, אדער איר ווילט איך זאל אויסשמועסן, ביטע קאנטאקט מיר פריוואט.
מיר וועלן יעצט פראבירן צו קלאר מאכן וואס די בעה"ב נעמט אראפ פון אייער טשעקל יעדע וואך, אין צו באקומט מען דאס אמאל צוריק: עס איז בעיקר איינגעטיילט אין 2 חלקים 1. אינקאם טעקס (פעדעראל, סטעיט, אין לאקעל) 2. פעיראל טעקס (סאשעל סעקיוריטי, מעדיקעיר)
קודם אביסל היסטאריע פון אינקאם טעקס: אינקאם טעקס האט נישט אייביג עקזיסטירט אין אמעריקע, נאך מער (בעליוו איט אר נאט), עס איז נישט געווען לעגאל לויט די קאנסטיטושען פאר די רעגירונג צו פאדערן אינקאם טעקס!
ביז יארע 1861 אינמיטן ברען פון די ציווילע קריג, ווען דער דעמאלסדיגער אמעריקאנער פרעזידענט לינקאלן האט איינגעפירט א פלאכע 3% טעקס פאר ווער עס פארדינט מער ווי $800, צו פינאנצירן די גרויסע הוצאות פון די קריג.
בערך צען יאר שפעטער, אין יאר 1872 , האט די געריכט מבטל געווען די טעקס וויבאלד עס איז נישט געווען אויסגעהאלטן לויט די קאנסטיטושען, ביז אין יאר 1913 ווען קאנגרעס האט צוגעלייגט די זעכצנטע אמענדמענט צו די קאנסטיטושען וואס ערלויבט די פעדעראלע רעגירונג צו פאדערן אינקאם טעקס.
ביי די צווייטע וועלט מלחמה האט זיך די אמעריקאנע טעקס סיסטעם דראמאטיש געטוישט צו קענען פינאנצירן די קריג. מען האט דעמאלס געמאכט א פרעצעדענטלאזע 94% טעקס אויף רייכע פארדינער, די IRS איז דאן געגרינדעט געווארן, ווי אויך (אין צו דעם האב איך געוואלט צוקומען) איז דעמאלס געווארן איינגעפירט איינצוצאלן טעקס במשך די יאר, אנשטאט באצאלן אלעס סוף יאר.
צוריק צו אינזער אראפגעביסענעם טשעקל די ערשטע זאך וואס ווערט אראפגערעכנט פונעם טשעק פון א W ארבייטער איז די Income Tax Withholding וואס דער בעה"ב נעמט אראפ יעדע וואך פון די ארבייטערס טשעקס, דאס איז א סכום וואס איז געשאצט אז די ארבייטער וועט דארפן צאלן סוף יאר אלס פעדערעל, סטעיט, אין לאקעל אינקאם טעקס, לויט די אינפארמאציע וואס די ארבעטער האט אריינגעשריבן אין די W-4 (וויפיל קינדער איר האט וכדומה). אויב נאך די חשבונות פון דעדאקשנס און קרעדיטס (וואס מיר וועלן שפעטער אויסשמועסן) קומט אויס אז די בעה"ב האט אראפגענומען מער פון וויפיל איר דארפט צאלן, וועט איר דאס צוריק באקומען סוף יאר ביים פיילן אייער טעקס ריטורן.
Franklin D. Roosevelt די 32'סטע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, האט איבערגעלאזט די טיעפסטע פינגער אפדרוקן אויף אמעריקע מער ווי סיי ווער פון זיינע פארגייער, ער איז געווען די איינציגסטע פרעזידענט צו סערווירן 4 טערמינען, (נאך זיין טויט האט קאנגרעס צוגעלייגט צו די קאנסטיטאשן טערם לימיטס פאר פרעזידענטן) ער איז געווען פרעזידענט דורכאויס די שווערסטע צייטן אין אמעריקאנע היסטאריע, (גרעיט דעפרעשן, צווייטע וועלט קריג)
ער איז געווארן עלעקטעט די ערשטע מאל אין 1932 ווען די אמעריקאנע עקאנאמיע איז געווען טיעף פארזינקען אינעם גרעיט דעפרעשן, גראד נאכן איבערנעמען די לייצעס האט ער אנגעהויבן פראבירן מיט גאר אגרעסיווע מיטלען צוריק צו שטעלן די עקאנאמיע אויף די רעלסן. אינטערן פאן פון זיין New Deal מעסעדזש האט ער דורכגעפירט א כוואליע געזעצן רעגולאציעס אין פראגראמען. ער האט פארארדנט צו פארמאכן די בענק פאר א שטיק צייט ביז מען האט איינגעפירט FDIC רולס, ער איינגעפירט סטאק מארקעט רעגולעישנס,
איינע פון די הויפט לעגיסלאטיווע דורכברוכן וואס רוזוועלט האט באוויזן דורך צו פירן איז געווען Social Security
אין יענע תקופה פלעגן רוב אמעריקאנער לעבן פעיטשעק צו פעיטשעק, אן קיין חשבון פון א ריטייערמענט פלאן, וואס האט ווי פארשטענדליך געהאט שווערע קאנסעקווענצן.
רוזוועלט'ס פלאן איז געווען אז מען זאל אראפנעמען א פראצענט פון יעדע ארבעטער'ס טשעק אין מיט דעם באצאלן פאר די ריטייערטע לויט וויפיל זיי האבן איינגעצאלט במשך'ן לעבן.
טראץ די שטארקע קעגנערשאפט פון קאנסערוואטיוון וואס האבן געשריגן אז עס איז ריין סאציאליזם, האט עס רוזוועלט באוויזן דורך צושטיפן אין יאר 1935 שאפענדיג דערמיט די גרעסטע סאשעל וועלפעיר סיסטעם אין אמעריקע.
נאך פארשידענע טוישונגען דורכאויס די יארן, וועט היינט יעדע בעה"ב אראפנעמען 6.2% פונעם ארבעטער'ס טשעק פאר Social Security אין צולייגן נאך 6.2% פון זיין טאש, אינאיינעם מיט 1.45% פונעם ארבעטער'ס טשעק פאר מעדיקעיר אין צולייגן נאך 1.45% פון זיין טאש. דאס ווערט אנגערופן Payroll Tax.
די געלטער באקומט מען נישט צוריק ביים פיילן די טעקס ריטורן (אנדערש ווי אינקאם טעקס וואס מען באקומט יא צוריק געוואנדן אין דעדאקשנס אין קרעדיטס)
די בעה"ב פיילט די אלע געלטער (פעיראל טעקס און אינקאם טעקס וויטהאלדינג) יעדע 3 חדשים, און סוף יאר פיילט ער א W-2 וואס דארט שטייט א סך הכל וויפיל ער האט באצאלט פארן ארבייטער און וויפיל ער האט אראפגענומען פאר טעקס, און ער געבט א קאפי פון דעם פארן ארבייטער. סוף יאר פיילט די ארבייטער דעם W-2 מיט זיין טעקס ריטורן.
עס איז דא פארשידענע קרעדיטס אין דידאקשנס, פון די פעדערעל סטעיט אין לאקעל גאווערמענטס, מיר וועלן אין די קומענדיגע תגובות אויסשמועסן א חלק פון די קרעדיטס.
צו געזונט האט געשריבן:
איצטערט אזא פראגע. די נידעריגע פארדינער וואס קריגען ארום 15 אלפיםרעטוירן,REFUNDפון ווי קומט דאס געלט? זיי האבען ניטאמאל איינגעצאלט האלב פון דעם, אריינגערעכנט אלע שטייערן
א טעות וואס איז שגור ביים עולם
דאס געלט וואס מען באקומט צוריק פון די ממשלה יר"ה איז א REFUND א RETURN איז דער פארמולאר וואס מען שיקט אריין פאר די באהערדע ווי מען גיט זיי די פרטים מי ומי, די הכנסות, די שטייערען וואס מען האט באצאלט וכ' וכ'
TAX RETURN
a form on which a taxpayer makes an annual statement of income and personal circumstances, used by the tax authorities to assess liability for tax.