-
ציטיר
- 6
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך להודות
»
אן עצה צו פארדינען איבריגע פאָר הונדערט דאללער ביים פיילןלכבוד פסח.
ס'איז אלעמאל דא באנקס וואס אפערן באונעסעס פאר עפענען א נייע אקאונט. רוב מאל דארף מען מאכן א דירעקט דיפאזיט וואס קען זיין שווער(ליך) צו ערפילן.
אויב דו באקומסט סייווי א ריפאנד אדער 2, קען זיך לוינען צו עפענען א נייע אקאונט (אדער מערערע, ביי עטליכע באנקס און/אדער פאר די ב"ב)
לויט די ריפאנד אמאונטס און עס צוטיילן אין עטליכע אקאונטס. מ'קען אזוי פארדינען א שיינע פאר הונדערט דאללער (און אפילו מער) מיט א פאר מינוט צייט.
עס זעהט אויס אז ביי רוב באנקס איז א טעקס ריפאנד גוט פאר דירעקט דיפאזיט. (ביי US BANK שטייט עס בלשון אפשר.)
מ'קען עס נעמען ווייטער, און אפילו איינצאלן איבריגע עסטימעיטס און אזוי מאכן די ריפאנדס גרעסער צו קענען אויסנוצען מער אפערס.
דאס איז אויך אן עצה פאר קרעדיט קארד אפערס אויב מ'האט נישט וואו צו סווייפּן (גיב אכט אז די ק.ק. פי צאלט זיך אויס מיט די פוינטס און באונוס, און מ'האלט נאנט צום פיילן כדי די געלט זאל נישט דארפן זיצן דארט לאנג), און אזוי פארדינט מען 2 מאל אויף די זעלבע געלט.
נאך מער. ס'דא אקאונטס וואס מ'קען מאכן פאר גרעסערע קינדער אבער ס'שווער אן איי די און א באנק היסטארי
, קען מען איינצאלן אן עסטימעט פאר זיי, און פיילן א ריטערן מיט איינס פון די פרייע סאפטוועיר, און די געלט וואס האסט איינגעצאלט קומט צוריק מיט רווח.
ספעציעל איז דאס גוט אויב זיי פיילן סייווי פאר ארבעטן אין קעמפ (יוט קאר בלע"ז).
פארשטייט זיך אלעס ווענדט זיך אין פרטים, תן לחכם ויחכם עוד און מאך דיין אייגן ריסערטש.
איין גרינגע דיעל יעצט למשל, איז ביי קי בענק, וואו מיט א $500 דירעקט דיפאזיט קומט א $200 באנוס. אז דו מאכסט 2 אקאונטס פאר זיך און ב"ב, און שיקסט אין יעדער איינס $500 פארדינסטו $400.
לעצט פארראכטן דורך להודות
אום מאנטאג אפריל 01, 2024 5:17 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.