נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
TAG
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2009 1:41 am
פארבינד זיך:

Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י תשפ”ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך TAG »

דראמאטישע פארערגערונג אין באציאונגען צווישן בערלין און טעהראן: ​​אויסערן מיניסטער בארבוק האט געמאלדן די פארמאכונג פון אלע 3 איראנער קאנסולאטן אין איר לאנד אין פראנקפורט, האמבורג און מינכן, דאס מיינט אז נאר די איראנע אמבאסי אין בערלין וועט בלייבן אפען.

בארבוק רופט אויך צו דעם אייראפעאישן פאראיין צו לייגן די רעוואלוציאנערע גארד אויף דער ליסטע פון ​​טעראר ארגאניזאציעס.

די פארערגערונג אין באציאונגען קומט נאך דער אויספירן פון די עונש מוות פון דזאמשיד שארמאד, א קעגנער פון דער איראנער רעזשים און א דייטש-אמעריקאנער בירגער, וועלכער איז געווארן גקידנעפט אין 2020 פון די עמיראטעס.

שארמאד 69 יאר איז געבוירן געווארן אין איראן אבער האט עס שפעטער פארלאזט קיין דייטשלאנד און נאכדעם קיין אמעריקע, פון וואו ער האט שפעטער געארבעט קעגן די אייטאלאס רעזשים. אין 2020 למספרם איז ער געווארן גקידנעפט פון דובאי דורך די איראנער זיכערהייטס קרעפטן און מ'האט אים געברענגט קיין טעהראן. ווו ער איז געווארן באשולדיגט אין טערעריזאם און פאראורטיילט צו טויט.

דייטשלאנד, אמעריקא און אינטערנאציאנאלע מענטשנרעכט ארגעניזאציעס האבן געטעהנ'ט אז זיין פראצעס איז נישט געווען מיט יושר און באווייזען און פארלאנגט אז איראן זאל נישט דורכפירן דעם אורטייל, אבער די וואך מאנטאג איז ער געווארןן עקסעקיוטעד.

דינסטאג האט די דייטשע ממשלה גערופן איראן'ס אמבאסאדאר אין בערלין פאר א אויסקלארן שמועס, אין וועלכן ער איז אינפארמירט געווארן דייטשלאנד'ס פראטעסט וועגן די אינצידענט, אזוי אויך האט דער דייטשער אמבאסאדאר אין טעהראן, מארקוס פוצל, פון זיין זייט אויסגעדריקט א פראטעסט פארן איראנער אויסערן מיניסטער, אבאס אראקאטשי, און איז שפעטער צוריקגעקומען קיין בערלין פאר באראטונגען.

איראן האט פון איר זייט אפגעווארפן די פראטעסטן פון בערלין, און אויסערן מיניסטער אראקאטשי האט געשריבן דינסטאג אז "א דייטשער פאספארט גיט נישט קיין אימיוניטעט פאר קיינעם, זיכער נישט פאר א טעראר פארברעכער". ער האט באשולדיקט בארבוק אין "געזלייטונג" [=פסיכאלאגישע מאניפלעישען] און האט איר געשריבן: "אייער רעגירונג האט א חלק אין דעם ג'ענאסייד וואס מדנ"י האט געטאן" [פרעג מיר נישט וואסערע שייכות ס'האט, תג].

די פארמאכונג פון די קאנסולאטן - א דיפלאמאטישע שטראף וואס דייטשלאנד ניצט זעלטן - צייכנט אן א דראמאטישע פארערגערונג אין די באציאונגען צווישן בערלין און טעהראן, וועלכע זענען שוין לאנג וואקעלדיג.
דער אויסערן-מיניסטער פונעם אייראפעאישן פאראיין, יוסף בארעל, האט געזאגט, אז די עקסעקיושען פון ​​שארמהאד, זייענדיק אן אייראפעישער בירגער, איז א ערנסטע שאדן פאר די באציאונגען צווישן איראן און דעם פארבאנד און צוגעלייגט: “אלץ א רעזאלטס פון דער שרעקלעכער אנטוויקלונג, טוהט דער אייראפעישער פארבאנד איצט קאנסידערן דראסטישע געציהלטע שריט קעגן איראן" אנע צוגעבן מער פרטים.

שארמאד איז גקידנעפט געווארן פון דובאי אין 2020 למספרים בשעת ער איז געווען אויף זיין וועג צו אינדיא פאר ביזנעס. אין דובאי, האט ער געהאפט צו באקומען א קנעקטינג פלייט, וואס איז דעמאלטס געווען קאמפלעצירט אלץ קאוויד. זיין משפּחה האט געהאט די לעצטע קאנטעקט מיט אים סוף יולי 2020 למספרם.

עס איז נישט קלאר וויאזוי ער איז געווארן גקידנאפט, אויספארשונג האבן געצייגט אז אויף 29 יולי 2020 למספרם איז זיין טעלעפאן אריבערגעפארן דרום פון דובאי צו די שטאט על-אין, דערנאך אריבערגעפארן די גרענעץ צו אמאן. דעם 30סטן יולי איז שוין דאקומענטירט געווארן אז דער טעלעפאן איז אריבערגעפארן צום פארט פון סוהאר אין אומאן, וואו די סיגנאלן פון די טעלפאן האט זיך אפגעשטעלט. צוויי טעג שפעטער האט איראן געמאלדן אז זי האט פארכאפט שארמהאד אין א "קאמפליצירטע אפעראציע", און דער איראנער אינטעליגענץ מיניסטעריום האט פארעפנטלעכט א בילד, אין וועלכן מען האט אים געזען פארבינדעט.
פראקטיש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7495
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י תשפ”ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

TAG האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 1:07 pm

מיטל מזרח עקספערטן וואונדערן זיך וויאזוי דייטשלאנד האט נאך ביז איצט יא געהאט דיפלאמאטישע באציאונגען מיט איראן הזן ומפרנס כאמאס/הוטי'ס/כעזבאלא ושאר ירקות, וואָס פונקטליך אן איינצעלע טויט איז גורם אז זיי זאלן וועלן לייגן די רעוואלוציענערישע גארד אויפן טעראר ליסטע, איז דערווייל א פארבארגעניש און א מיסטעריע,.
שקיעה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 02, 2024 5:25 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקיעה »

צפון קארעא האט ארויסגעשיקט א באליסטישע מיסיל צום ים. אַלע ארומיגע לענדער זענען אויף הויך אלערט
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”