Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט
- אטעטשמענטס
-
- unnamed.jpg (133.71 KiB) געזען 9373 מאל
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
איז דא עפעס אפדעיטס וואס ס׳גייט פאר?נקדימון האט געשריבן: ↑ דינסטאג מארטש 26, 2024 10:52 pmוואס גייט שוין פאר אין די באלקאן לענדער
סערבישער פרעזידענט אלעקסאנדער וואטשיטשעק מיט א קריפטישע מעלדונג: עס איז מיר נישט גרינג יעצט צו זאגן וואספארא נייעס מיר האבן אנטהאלטן אין די לעצטע 48 שעה. די וויכטיגסטע נאציאנאלע אינטערעסן פון סערביע איז אין א געפאר... איך וועל אינפארמירן די סערבן איבער די שוועריגקייטן און שטרויכלונגען. עס וועט זיין שווער... אונז וועלמיר קעמפן. סערביע וועט זיגן.
20240326_225258.jpg
אפשר ווייל 99% מוסלעמענער דארט זענען סוני'ס און נאר איין פראצענט שיאט'ס.יידישע קהילות האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג אפריל 11, 2024 12:23 amאינדאנעזיא - הייבט אן (צום ערשטן מאל) צו האבן נארמאלע באציהונגען מיט מדנ"י.
דאס איז א גרויסער חידוש, אינדאנעזיא איז דער לאנד מיט די גרעסטע איסלאמישע פאפולאציע אין די וועלט!
און דווקא איצט אין אזא זמן אנצוקניפן פאליטישע פארבינדונגען מיט מדנ"י וואס האלט אינמיטן א מלחמה מיט עזה און מיט העזבאלא, איז עפעס א גאר אויסערגעווענטליכער ערשיינונג!
געווען א באריכט אז זיין רעגירונג האט איבערגעגעבן שפיאנאש פאר מדנ"י בעפאר די אטאקע וואס האט עלעמענירט די איראנישע גענעראל, אפאר וואכן צוריק.נארמאליזעם האט געשריבן: ↑ מאנטאג אפריל 22, 2024 1:54 amבאשאר אל אסאד פון סיריע טענהט אין א אינטערוויא אז ער ארבעט מיט אמעריקאנע אפישעלס צו צוריק אנקניפן קשרים מיט די מערב וועלט לענדער.
ארום 700 דייטשע פאליציאנטן, אריינגערעכענט ארטיגע ספעציעלע קרעפטן, האבן אבלאווירט עטליכע פראפערטיס פארבינדן מיט צוויי מיטגלידער אין די 'רייכסבירגער' באוועגונג.אידישליך האט געשריבן: ↑ מיטוואך דעצעמבער 07, 2022 10:53 amארום 3000 דייטשע פאליציאנטן, צוזאמען מיט ארטיגע ספעציעלע קרעפטן האבן אין א ספעציעלע אפעראציע ארעסטירט 25 מענטשן פון ארום דייטשלאנד, וועלכע זענען מיטגלידער אין אן עקסטרעם רעכטע גרופע וואס האבן געפלאנט א רעוואלוציע און צו איבערפאלן די ארטיגע פארלאמענט געביידע און אריינשטעלן זייער אייגענע רעגירונג.
צווישן די ארעסטירטע איז א ריכטערין פון בערלין, וועלכע איז געווען א פארלאמענט מיטגליד ביז 2021. אויך איז ארעסטירט געווארן דער דייטשער פרינץ היינריך דער 13'טער פון רויס, וועלכע האט געזאלט איבערנעמען די מאכט לויט זייער פלאן.
עלינו האט געשריבן: ↑ זונטאג יוני 09, 2024 10:01 amלויט דער איראנער טאסנים נייעס סטאנציע האט דער איראנער קאמיטע צו די וואלן באשטעטיגט 6 קאנדידאטן וואס וועלן ערלויבט ווערן צו לויפן פאר פרעזידענט.
1) מחמד קאליבאף, דער פארזיצער פונעם פארלאמענט, ער האט געמאלדן אז ער לויפט אין די לעצטע מינוט וואס מען קען, נאך דרוק פון די כומעניס וואס ווילן אים פאר פרעזידענט.
2) סעיד דזשאלילי, כומעניס סעקרעטאר.
3) מוסטאפא פור מחמדי, וואס האט געדינט אלס יוסטיץ מיניסטער און א מיטגליד אין א קאמיטע וואס האט פאראורטיילט טויזענטער צום טויט.
4) מסעוד פאקידזשאן, דעפיוטי פארלאמענט פארזיצער, ער איז אין די פארגאנגענהייט גע'פסלט געווארן פון צו לויפן.
5) אמיר חוסיין ע'זיזאדא האשמי, פירער פון א פאנד פאר שאהידים.
6) עלי ראזא זוכאני, מעיאר פון טעהעראן און געוועזענער טשיף פון די ברוטאלער באסיזש קראפט.
מוחמד אחמידינעזשאד איז נאכאמאל גע'פסל'ט געווארן פון צו לויפן.
די פיר פארבליבנע קאנדידאטן, די לעצטע צוויי פון די ליסטע האבן זיך אנטזאגט פריער אין וואך און דער פארמעסט איז בעיקר צווישן די ערשטע צוויי פון די ליסטע