Re: נייע עפאכע: ברייטע דירות סופליי אין קרית יואל
און יעצט איז געקומען די רייע אויף די 'עיקרס ענקלעיוו' דעוואלאפמענט אין שכונת ברך משה, וואו די ערשטע פאמיליע האט זיך היינט ב"ה אריינגעצויגן בשעטומ"צמיללער האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יוני 06, 2024 6:43 pmכדי שלא אהי' מן המונעים טוב מבעליו, שטעל איך ארויף די פרייליכע נייעס בעזהשי"ת אז די ערשטע איינוואונער האבן זיך היינט אריינגעצויגן אין די 'עיקרס פאונט' דעוועלאפמענט המכונה שכונת דברי יואל/לעמבערג
פאר ווער עס פארשטייט איז דאס זייער א פרייליכע דערגרייכונג בחסדי השם, ועל בשורות טובות אומר ברוך הטוב והמטיב
פאלגענדע בילד/מעסעדזש האב איך (און מן הסתם אנדערע אויך) ערהאלטן פריוואט
https://dailymonroe.com/news/first-fami ... evelopment
עס פרייעט מיך צו זיין דער איש טוב מבשר טוב אין א פלאץ וואו אזויפיל נעגאטיווע קאמענטארן ווערן געלופטערט בכלליות ובפרטיות, איך בין זיכער אז די נייעס טוט עטוואס דערלייכטערן דאס הארץ און דינט ווי מים קרים על נפש עיפה.
השי"ת זאל העלפן אלע אידישע משפחות וועלכע ווארטן שוין אזוי לאנג אויף דעם 'הרחיב ה' לנו' מיט אסאך הצלחה און סיעתא דשמיא.