רבי יוסף חיים מבאגדאד זצ"ל הבן איש חי - יג אלול
רבי יוסף חיים ב"ר אליהו זצ"ל
מבאגדאד " בעל "בן איש חי" וש"ס
רבי יוסף חיים האט אמאל דערציילט, די פאלגענדע מעשה, עס איז געווען א איד וואס האט געוואוינט אין א בעל הבתיש'ע הויז, זיין נאמען איז געווען זבולון, דער זבולון האט געמאכט שיין פרנסה, אבער ער האט געהאט א פאטער א אריעמאן און זיך נישט אומגעקוקט אויף זיין פאטער.
ער האט אים געלאזט זיך ארום וואלגערן אין די גאסן, ער האט אים קיינמאל נישט אריינגענומען צו זיין הויז, אים צו געבן עסן, אדער קליידונג, ווען מען האט פאר זבולון פארגעווארפן, פארוואס קוקסטו זיך נישט אים, אויף דיין פאטער? האט ער געענטפערט - זאל ער זיך אליין פאר זארגן!
עס איז געווען אין א קאלטן ווינטער טאג, ווען זיין אלטען פאטער, איז געזעצן צוזאמען מיט אנדערע ארעמלייט אויף א באנק, אויף איינע פון די שטאטישע גאסן, יענע צייט איז דארטן אדורך געגאנגען זבולון'ס אינגל, נחום, דער זיידע האט זיך אויפגעשטעלט פון זיין ארט, און האט געזאגט פאר נחום'ן, זאג פאר דיין טאטע, ער זאל מיר א טובה טוהן, און ער זאל מיט דיר שיקן פאר מיר א ווארימער ראק, כדי איך זאל נישט פון די קעלט פארפרוירן ווערן.
נחום'ל איז אהיים געלאפן, און האט געזאגט פאר זיין טאטע, - דער זיידע בעט, א ווארימען ראק.
זבולון האט נישט געוויזן קיין עקסטערע אינטרעס אין די זאך, ער האט געזאגט פאו זיין זון, גיי ארויף אויפן בוידעם, דארט איז דא א ראק, וואס הענגט אויף א נאגל, נעם דאס אראפ, און געב דאס פאר אים, נחום'ל איז ארויף אויפן בוידעם, כדי אויפצוזוכן דעם ראק, ווען ער האט דאס געטראפן, איז אים שלעכט געווארן, אזא אפגעקראכענע ראק, וואס איז צוריסן און האט פיל לעכער, אזא ראק, וויל מיין טאטע געבן פארין זיידן?
נחום'ל, האט מחליט געווען עפעס צו טוהן, ער האט אין בוידעם אויפגעזוכט א שערל, און ער האט מיטן שערל צושניטן דעם ראק אין האלב, ווען זיין טאטע האט געזען אז ער זוימט זיך צו לאנג אויפן בוידעם, האט ער צו אים געשריגן, וואס זוימסטו זיך דארט אזוי לאנג? גיי שוין אראפ פון דארט?
נחום'ל איז אראפ געקומען פון בוידעם, ווען ער האלט אין זיין האנד, א האלבן ראק, האט זיך זיין פאטער גענומען שרייען אויף אים, וואס איז דאס? פארוואס האסטו צושניטן דעם ראק אין האלב?
ווי איז דער צווייטער העלפט ראק?
נחום'ל האט געענטפערט, דאס צווייטע העלפט האב איך צוריק געלייגט אויפן נאגל אין בוידעם!
דער טאטע האט אים געפרעגט, פארוואס? האט נחום'ל געזאגט, "דאס צווייטע העלפט ראק, לאז איך דארט פאר דיר"!, פרעגט אים זיין טאטע - אויף ווען? זאגט נחום'ל, ווען דו וועסט אלט ווערן, וועל איך דיר אויך נישט אריינלאזן אין מיין הויז, דו וועסט זיך קענען ארום דרייען אין די גאסן, מיט די אנדערע בענטלערס, און ווען דו וועסט שיקן צו מיר נאך א ווארימען בגד, וועל איך דיר שיקן, די צווייטע העלפט פונעם ראק, וואס איז געבליבן הענגען אין בוידעם!
זבולון איז געווארן זייער ברוגז, און האט נישט געקענט קומען צו זיך, ער האט שטרענג געפרעגט זיין זון, זאג נאר, אזוי איז שיין צו טוהן פאר א טאטע'ן? האט נחום'ל געזאגט, פארוואס נישט, אזוי ווי די פירסט זיך מיט דיין טאטען, אזוי וועל איך זיך פירן שפעטער מיט דיר!
זבולון, איז געווארן זייער פארשעמט, און ער האט זיך איצט געכאפט אז ער האט נישט גוט געטוהן, ער איז תיכף ארויס געלאפן אין גאס, און האט אויפגעזוכט זיין פאטער, ער האט אים איבער געבעטן, און האט אים אריינגענומען אין זיין הויז, ווי ער האט זיך געזארגט פאר אים.
(נפלאים מעשיך)