פון הרה"ק רבי אהרן איז ליידער נישט געבליבען קיין דורות. ער האט נישט געהאט קיין קינדער .רימנובער אייניקעל האט געשריבן:ווילוויסן האט געשריבן: איז געבליבן דורות פון הרהק ר' ירחמיאל משה ובנו ר' אהרן?
כ"ק אדמו"ר מקאזניץ שליט"א על הדרתו בעיר תל אביב ,איז בן בתו פון רבי ישראל אלעזר מקאזניץ בן הרה"ק רבי ירחמיאל משה מקאזניץ זי"ע.
רבי ירחמיאל משה האפשטיין מקאזניץ זצ"ל - י"ג אלול תרס"ט
תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
- רימנובער אייניקעל
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3252
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm
- רימנובער אייניקעל
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3252
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm
איך האב געהערט פון הרב הגאון רבי ישראל גראסמאן זצ"ל ראש ישיבת פינסק קארלין, אז ביי די לויה פון הרה"ק רבי ירחמיאל משה מקאזניץ האט זיך זיין ברודער הרה"ק רבי ישראל הינוקא מסטאלין אראפ געווארפען לעבן די מטה און געזאגט מיין ברודער הייליגער ברודער, ער האט אס איבער געזאגט אפאר מאל, און אויסגעשאסען און יארמעליכען געוויין.
רבי ירחמיאל משה'ס טאטע האט געהייסען הרה"ק רבי יחיאל יעקב מקאזניטץ ער איז לא עלינו דעטראנקען געווארען ביים זיך טובלען און א טייך, אינגאנצען אלט געווען 20 יאר.
און זיין אלמנה האט נאך אמאל חתונה געהאט מיט הרה"ק רבי אשר השני מסטאלין בן הבית אהרן מקארלין און געהאט דעם ינוקא פון סטאלין, קומט אויס אז רבי ירחמיאל משה מיטן ינוקא פון סטאלין זענען געווען ברודער'ס פון איין מאמע.
און איר זון רבי ירחמיאל משה האט זיך אויפגעהאדוועט און סטאלין ביים רבי אשר און ביים בית אהרן. און רבי ירחמיאל משה האט געברענגט אסאך סטאלינער מנהגים און נגונים קיין קאזניץ, זיינע קינדער האט ער געגעבען סטאלינער נעמען כגון בנו הרה"ק רבי אהרן אדער רבי אשר אלימלך, און ער האט אראפ געשריבען אסאך סטאלינער מנהגים און מעשיות.
ער איז געוען א בעל מוח נפלא ער האט געקענט חכמת התכונה ער האט געקענט אויסרעכנען די מולד פון א יעדער חודש און שקיעת החמה פון ערב שבת, אמאל האט עם איינער געפרעגט וועגען א מולד האט ער אויסגערעכנט דעם חשבון אויף זיין פינגערס און גלייך זיך אונגערופען און דעם אלף השישי גייט עס נישט אזוי אויסקומען. און ער האט זיך נישט פארלאזט אויף די לוח אדער זייגער, זיין זיידע האט מעיד געווען אויף עם אז ער האט געהאט די רבי רבי יונתן מוח.
ביי די ניינצען יאר איז ער געווארען רבי, און ער פלעגט שפילען אויף א פידעל אדער אויף א קלארינעט מוצאי שבת ביים זינגען דעם באווסטער קארלינער ניגון אויף אליהו הנביא וואס מ'האט עס גערופען די הייליגע ניגון וואס ער האט עס געהערט פון זיין שטיף זיידע די בית אהרן פון קארלין.
אמאל איז געזעצען הרה"ח רבי מאיר נתן הופשטיין מגזע קאזעניטץ ביי הרה"ק רבי משה מרדכי מלעלוב א טיש, און ער האט פארציילט אז אמאל איז געווען א שריפה ל"ע און שטאט, איז מען געקומען צו רבי ירחמיאל משה האט ער יעדעם איינעם אויס געפרעגעט וואו ער וואינט און וועליכע גאס און וועלעכע שטאט, און ער האט געגעבען קוגעל און געזאגט אז מ'זאל אויסטיילען די קוגעל פאר כל דיכפין, און ווער ס'האט גענומען די קוגעל איז נישט ניזוק געווארען פון די פייער, האט אויס געפירט רבי מאיר נתן הנ"ל אז זיין טאטע האט געזאגעט אז פון דא זעט מען אז רבי ירחמיאל משה האט געהאט רוח הקודש, האט זיך רבי משה מרדכי מלעלוב צופלאקערט און געזאגט וואס א בעל רוח הקודש איז ער געווען? סאיז א קליין מדריגה, א צדיק? א לפיד אש איז ער געווען, ער האט געהאט יעדער מינוט מסירות נפש זיך צו מקריב זיין און פארברענט ווערען פאר דעם בורא כל העולמים.
און זיין טאכטער הרבנית הצדיקת מלכה'לע מגראדזי'סק האט פארציילט פאר הרה"ח רבי אהרן הויזמאן ז"ל אז זי האלט אז דא וואס די טאטע איז אוועק אזוי יונג ביי די 49 יאר ל"ע איז מגודל פרישתו והתנזרותו מכל מיני מאכלים.
אשר על כן אזוי וואו היינט איז זיין יארצייט זאל מען צינדען לעכט לעילוי נשמתו הטהורה הרב הקדוש רבי ירחמיאל משה בן הרה"ק רבי יחיאל יעקב זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן: הרה"ק רבי אהרן יחיאל זי"ע לא היו לו ילדים. אבל לאביו רבי ירחמיאל משה היו: 1. רבי אשר אלימלך מקאזניץ. 2. רבי ישראל אלעזר מקאזניץ - כפר חסידים. [נכדו זה הקאזניצער דהיום מתל אביב].
והאיידים של רבי ירחמיאל משה היה: רבי אברהם אלימלך מגראדזיסק - ירושלים.
מציבת הרבנית חנה גאלדא בת רבי ירחמיאל משה מקאזניץ
תאריך פטירתה: 9/26/1939 = י"ג תשרי ת"ש
הזמנה לנישואי רבי נחום שלמה מקאזניץ
אן הזמנה בריוול פון הרבנית חיה אשת רבי אשר אלימלך מקאזניץ צו די חתונה פון איר טאכטער מיט רבי נחום שלמה ב"ר משה מסטאלין.
ENoam האט געשריבן: מצבת הרבנית הצדיקת ברכה ציפורה גיטל (זוגת רבי ירחמיאל משה) בביה"ק ווארשה, ועל מצבתה:
"...בת הרה"צ מוה"ר מרדכי... נו"נ הרה"צ רשכבה"ג ר' נחום מטשערנאביל זצלל"ה. אשת הרב הצדיק בנש"ק מוה"ר ירחמיאל משה זצלל"ה מקאזיניץ נכד רשכבה"ג המגיד הקדוש מקאזיניץ זי"ע ועכ"י".
א באריכט אין היינט ינואר 21 1931 איבער די פטירה פון די קאזניצער רביצין
http://jpress.nli.org.il/Olive/APA/NLI_ ... 1&rtl=true
http://jpress.nli.org.il/Olive/APA/NLI_ ... 2&rtl=true
ENoam האט געשריבן: מצבת הרבנית הצדיקת ברכה ציפורה גיטל (זוגת רבי ירחמיאל משה) בביה"ק ווארשה, ועל מצבתה:
"...בת הרה"צ מוה"ר מרדכי... נו"נ הרה"צ רשכבה"ג ר' נחום מטשערנאביל זצלל"ה. אשת הרב הצדיק בנש"ק מוה"ר ירחמיאל משה זצלל"ה מקאזיניץ נכד רשכבה"ג המגיד הקדוש מקאזיניץ זי"ע ועכ"י".
ולהעיר כי הרה"צ ירחמיאל משה היה נכד "הנועם אלימלך" מצד אביו וגם מצד אמו:
- אביו רבי יחיאל יעקב, בן רבי אלעזר הופשטיין, בן הרבנית חיה שרה (ורבי משה אליקים בריעה, בן המגיד מקוזניץ), בת רבי אלעזר מליז'נסק, בן הנועם אלימלך זצללה"ה.
- אמו הרבנית שרה דבורה, בת רבי אלימלך שפירא מגרודזיסק (ווארשה), בן הרבנית גיטל (ו"השרף ממוגלניצא"), בת רבי אלעזר מליז'נסק, בן הנועם אלימלך זצללה"ה.
מודעה מפטירתה:
http://www.jpress.nli.org.il/Olive/APA/ ... e&rtl=true
סטרעטענער אייניקל האט געשריבן: הרה"ק רבי אהרן יחיאל זי"ע לא היו לו ילדים. אבל לאביו רבי ירחמיאל משה היו: 1. רבי אשר אלימלך מקאזניץ.2. רבי ישראל אלעזר מקאזניץ - כפר חסידים. [נכדו זה הקאזניצער דהיום מתל אביב].
והאיידים של רבי ירחמיאל משה היה: רבי אברהם אלימלך מגראדזיסק - ירושלים.
רבי אשר אלימלך מקאזשניץ נפטר בפאריז בשנת תרצ"ו ונטמן בקאזניץ.
מודעה מפטירתו:
http://www.jpress.nli.org.il/Olive/APA/ ... e&rtl=true
חתנו של ר' אשרל אלימלך היה ר' נחום שלמה פערלאוו בן רבי משה מס'טאלין, ר' נחום שלמה מילא את מקום חותנו בקאזשניץ:
http://www.jpress.nli.org.il/Olive/APA/ ... e&rtl=true
מיללער האט געשריבן:סטרעטענער אייניקל האט געשריבן: הרה"ק רבי אהרן יחיאל זי"ע לא היו לו ילדים. אבל לאביו רבי ירחמיאל משה היו: 1. רבי אשר אלימלך מקאזניץ.2. רבי ישראל אלעזר מקאזניץ - כפר חסידים. [נכדו זה הקאזניצער דהיום מתל אביב].
והאיידים של רבי ירחמיאל משה היה: רבי אברהם אלימלך מגראדזיסק - ירושלים.
רבי אשר אלימלך מקאזשניץ נפטר בפאריז בשנת תרצ"ו ונטמן בקאזניץ.
מודעה מפטירתו:
http://www.jpress.nli.org.il/Olive/APA/ ... e&rtl=true
חתנו של ר' אשרל אלימלך היה ר' נחום שלמה פערלאוו בן רבי משה מס'טאלין, ר' נחום שלמה מילא את מקום חותנו בקאזשניץ:
http://www.jpress.nli.org.il/Olive/APA/ ... e&rtl=true
הזמנה ומספח בכת"י של רבי אשר אלימלך ב"ר ירחמיאל משה מקאזשניץ זצ"ל וחתן רבי ברכי' טייטלבוים מאיהעל זצ"ל לחתונת בתו רוחמה עם החתן הרב מרדכי דוב בן רבי שמחה פרענקל תאומים מסקאווין
http://polishjews.yivoarchives.org/arch ... nt&id=5183
רימנובער אייניקעל האט געשריבן: ווייסט איינער צו סאיז דא אייניקלך פון רבי אברהם אלימלך מגראדזיסק ירושלים?
דער לעצטע טאכטער פון ר' אברהם אלימלך איז נסתלק געווארען פאר א חודש צוריק אין ירושלים. ס'איז אויך דא אייניקלעך אין באראפארק, פון אנאנדערע איידעם זיינע.
אינטרעסאנט אויף ר' אברהם אלימלך, מצד אחד ער האט געארבעט פאר'ן פרנסה, בשום אויפן נישט געוואלט נעמען א פאסטען. מצד שני ירושלימער אידען וואס האבן זעך געדרייהט ביי עם, פארצייהלען אויף איהם בעלשמס'קע מעשיות. איך האב אויך געהערט אז ווען ס'איז ג'עקומען די שמועה אז דער קארלינער רבי איז אומגעקומען הי"ד, איז געווען אן ערנסטע קלער אז ר' אברהם אלימלך זאל זיין דער ממשיך (זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון ר' אשר סטאלינער). ס'איז נישט געווארען למעשה וועגען א געוויסע סיבה.
איך האב אנגעמערקט, אז וואלט דאס געוואר'ן, וואלט עס געווען א זיסע נקמה. דער המשך שושלת קאזניץ, פון ר' ירחמיאל משה, איז איבערגענימ'ן דארך א' סטאלינער אייניקל, ר' נחום ישראל ב"ר משה בן הינוקא, אן איידעם פון ר' אשר אלימלך פון קאזניץ. אינטערסאנט וואלט געווען אויב דער איידים פון ר' ירחמיאל משה וואלט איבערגענימען חצר קארלין!
דא איז דא א לינק צו באשרייבינג אויף ר' ירחמיאל משה'ס לוויי'. jpress.org.il/Olive/APA/NLI_heb/SharedView.Article.aspx?parm=Uj%2BNAuiSkX7jwycWWgqhWEZ9JHg9tqdPr%2FsUj9fc5q7sJrQWHOM0AtVecUGWi3plYw%3D%3D&mode=image&href=TJM%2F1909%2F09%2F14&page=5&rtl=true
- רימנובער אייניקעל
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3252
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm
מי זה ואיזה הוא?.
שלומעלע האט געשריבן:רימנובער אייניקעל האט געשריבן: ווייסט איינער צו סאיז דא אייניקלך פון רבי אברהם אלימלך מגראדזיסק ירושלים?
דער לעצטע טאכטער פון ר' אברהם אלימלך איז נסתלק געווארען פאר א חודש צוריק אין ירושלים. ס'איז אויך דא אייניקלעך אין באראפארק,פון אנאנדערע איידעם זיינע.
page=5&rtl=true[/url]
ווי אזוי הייסן זיי?
הרב שלום יוסף שפירא חתן הרהק רבי ירחמיאל משה מקאזניץ
להרהק רבי ירחמיאל משה מקאזניץ היה חתן בשם הרב שלום יוסף שפירא בעל בתו חוה אשר דר בכפר חסידים והיה ממיסדיה.
לא הבניתי אל נכון את יחוסו ומי היה אשמח אם אי מי יפרטו
לא הבניתי אל נכון את יחוסו ומי היה אשמח אם אי מי יפרטו
* רבי שלום יוסף שפירא מכפר חסידים
בן רבי יצחק מרדכי מגוואדזיץ
בן רבי אבי עזרי זעליג מסטרי
בן רבי חיים מאיר יחיאל ה'שרף' ממאגלניצא
בן רבי אבי עזרי זעליג מגרעניץ
חתן רבי ישראל המגיד מקאזניץ
* רבי חיים מאיר יחיאל ה'שרף' ממאגלניצא
חתן רבי אלעזר מליזענסק
בן רבי אלימלך מליזענסק
* רבי אבי עזרי זעליג מסטרי
חתן רבי אברהם יעקב אדה"ז מסאדיגורא
בן קדוש ישראל מרוזין
וחתן רבי אהרן מקארלין בעמח"ס 'בית אהרן'
בן רבי אשר מסטאלין
בן רבי אהרן 'הגדול' מקארלין
* רבי יצחק מרדכי מגוואדזיץ
חתן דודו רבי ישראל מסאדיגורא (בן רבי אברהם יעקב אדה"ז מסאדיגורא הנ"ל)
חתן בזוו"ר רבי יצחק אדה"ז מבאהוש
בן רבי שלום יוסף מסאדיגורא (בן קדוש ישראל מרוזין הנ"ל)
חתן רבי דן מראדוויל
חתן רבי אברהם יהושע העשיל מאפטא בעמח"ס 'אוהב ישראל'
ובן רבי יצחק מראדוויל
בן רבי יחיאל מיכל המגיד מזלאטשוב
* רבי יצחק אדה"ז מבאהוש
חתן רבי דוד מזאבליטוב
בן רבי מנחם מענדיל מקאסוב בעמח"ס 'אהבת שלום'
וחתן רבי משה יהודה לייב מסאסוב

פאר דער וואס איז אינטערסירט. סאיז פארהאנען צוויי זיסע באטעמטע ביכלעך, 1)מדין לרחמים - סיפורים מחצרות אדמורים 2)שנינו במגינים, געשריבען דארך דער טאכטער פון הרה"ק רבי ירחמיאל משה, הרבנית מלכה שפירא, ווי זי באשרייבט באריכות איהרע זכרונות מימי ילדותה בחצר החודש פון איהרע טאטע.
קבר הרבנית מלכה שפירא בסנהדרי'
קבר הרבנית מלכה שפירא בסנהדרי'
- אטעטשמענטס
-
- קבר מלכה שפירא.png (144.25 KiB) געזען 2854 מאל
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 27079
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע:דא אינעווייניג
Re: רבי ירחמיאל משה האפשטיין מקאזניץ זצ"ל - י"ג אלול תרס"ט
ארויף געברענגט לרגל די הילולא קדישא פין ר' ירחמיאל משה מקאזניץ זי"ע
זאל ער שטיין פארן כסא במרומים אין איינרייסן פאר גאנץ כלל ישראל ס'זאל שוין זיין רחמים וחסדים ס'זאל שוין זיין הראינו ד' חסדיך, מיטן גאו"ש בב"א
זאל ער שטיין פארן כסא במרומים אין איינרייסן פאר גאנץ כלל ישראל ס'זאל שוין זיין רחמים וחסדים ס'זאל שוין זיין הראינו ד' חסדיך, מיטן גאו"ש בב"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
- הילולא דצדיקיא
- שר האלפיים
- תגובות: 2510
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
- לאקאציע:באהלי צדיקים
Re:
שלומעלע האט געשריבן: פאר דער וואס איז אינטערסירט. סאיז פארהאנען צוויי זיסע באטעמטע ביכלעך, 1)מדין לרחמים - סיפורים מחצרות אדמורים 2)שנינו במגינים, געשריבען דארך דער טאכטער פון הרה"ק רבי ירחמיאל משה, הרבנית מלכה שפירא, ווי זי באשרייבט באריכות איהרע זכרונות מימי ילדותה בחצר החודש פון איהרע טאטע.
קבר הרבנית מלכה שפירא בסנהדרי'
ווי קען מען זעהן די ביכעלעך?
און צו דען שטייט דארט אויך אויף למב"ק אדער נאר פון איר פאטער?
- הילולא דצדיקיא
- שר האלפיים
- תגובות: 2510
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
- לאקאציע:באהלי צדיקים
Re: רבי ירחמיאל משה האפשטיין מקאזניץ זצ"ל - י"ג אלול תרס"ט
אין ארי במסתרים (אויף הרה"ק רבי אהר'לע קאזניצער) שטייט ביי דעם חלק פון רבי ירחמיאל משה
אז רבי ירחמיאל משה האט געגעבן א הורמנא להדפסת הספר לקוטי מהר"א
איך זיך דעם הורמנא (כמדומני ס'איז נישטא)
אז רבי ירחמיאל משה האט געגעבן א הורמנא להדפסת הספר לקוטי מהר"א
איך זיך דעם הורמנא (כמדומני ס'איז נישטא)
- תולעת-ספרים
- שר מאה
- תגובות: 159
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 26, 2015 9:52 am
Re: רבי ירחמיאל משה האפשטיין מקאזניץ זצ"ל - י"ג אלול תרס"ט
אין ארי במסתרים(אויף הרה"ק רבי אהר'לע קאזניצער) שטייט ... כמדומני ס'איז נישטא.
ס'איז נישט די ערשטע זאך וואס שטייט אין יענעם ספר, וואס איז נישט דא, אדער בשוגג אדער במזיד, ס' איז א גאנץ שיין ספר, אבער נישט ווייניג טעותים (א סך נארישע)
Re:
יציב פתגם האט געשריבן:מיללער האט געשריבן: איז פארהאן בילדער פון רבי אשר אלימלך מקאזניץ זצ"ל ב"ר ירחמיאל משה?
Re: Re:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:שלומעלע האט געשריבן: פאר דער וואס איז אינטערסירט. סאיז פארהאנען צוויי זיסע באטעמטע ביכלעך, 1)מדין לרחמים - סיפורים מחצרות אדמורים 2)שנינו במגינים, געשריבען דארך דער טאכטער פון הרה"ק רבי ירחמיאל משה, הרבנית מלכה שפירא, ווי זי באשרייבט באריכות איהרע זכרונות מימי ילדותה בחצר החודש פון איהרע טאטע.
קבר הרבנית מלכה שפירא בסנהדרי'
ווי קען מען זעהן די ביכעלעך?
און צו דען שטייט דארט אויך אויף למב"ק אדער נאר פון איר פאטער?
איך האב זיי געקויפט יארען צוריק אין עפעס א garage sale פאר בערך $5, מ'דארף רעדען מיט אוצר החכמה זיי זאלען דאס אויפזיכען אין ארויף לייגען.
הערליכע מעשיות מימי ילדותה. אויכעט זכרונות פון איהרע גרויסע ברידער.
עטליכע פרקים מבית מדרשו פון איהרע שווער דער גראדזיסקער רבי.
באזינדער כמעט האלבע ספר אויף ימי הבראשית פון כפר חסידים ע"י אחיה האדמו"ר ר' ישראל אלעזר
Re: רבי ירחמיאל משה האפשטיין מקאזניץ זצ"ל - י"ג אלול תרס"ט
שריפה בבית הרבי מקאזניץ, פון צייטונג תרנ"ח, ווער ס'קען אויס העלפען
- הילולא דצדיקיא
- שר האלפיים
- תגובות: 2510
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
- לאקאציע:באהלי צדיקים
Re: Re:
שלומעלע האט געשריבן:הילולא דצדיקיא האט געשריבן:שלומעלע האט געשריבן: פאר דער וואס איז אינטערסירט. סאיז פארהאנען צוויי זיסע באטעמטע ביכלעך, 1)מדין לרחמים - סיפורים מחצרות אדמורים 2)שנינו במגינים, געשריבען דארך דער טאכטער פון הרה"ק רבי ירחמיאל משה, הרבנית מלכה שפירא, ווי זי באשרייבט באריכות איהרע זכרונות מימי ילדותה בחצר החודש פון איהרע טאטע.
קבר הרבנית מלכה שפירא בסנהדרי'
ווי קען מען זעהן די ביכעלעך?
און צו דען שטייט דארט אויך אויף למב"ק אדער נאר פון איר פאטער?
איך האב זיי געקויפט יארען צוריק אין עפעס א garage sale פאר בערך $5, מ'דארף רעדען מיט אוצר החכמה זיי זאלען דאס אויפזיכען אין ארויף לייגען.
הערליכע מעשיות מימי ילדותה. אויכעט זכרונות פון איהרע גרויסע ברידער.
עטליכע פרקים מבית מדרשו פון איהרע שווער דער גראדזיסקער רבי.
באזינדער כמעט האלבע ספר אויף ימי הבראשית פון כפר חסידים ע"י אחיה האדמו"ר ר' ישראל אלעזר
אם יש לך תחת ידך, נא לבדוק לי אם כתוב שם גם מהזמן של זקינה ר' יחיאל יעקב, ואביו רבי אלעזר