נו שוין האט געשריבן:חיים צבי האט געשריבן: פיובער און פלעקסי קעב זענען גוט אבער פארשטייט זיך ווייט נישט אזוי באקוועם ווי א גוטע מעפ באזירטע עפפ.
די קהילות וואלטען ווען געדארפט אינוועסטירן אין א ספעציעלע בעסיק פאון פאר פרויען אָן טעקסט וכדו׳ וואס קומט מיט א אובער עפפ. כ׳בין זיכער ס׳איז אויך דא א מארקעט דערפאר ביי די גוים וואס פארשטייען שוין אויך די שעדליכקייט פון די סמארטפאונס. אפשר טאקע וועט מען קענען מארקעטען אזא פאון אין סודיע אראביע.
נישט צופארדרייען דעם אשכול, אזא פאון איידיע איז פארדאמט מיט די שטארקסטע אינעהאלב די עסטעבלישט קהילות, משום מראית עין, גייט נישט געשעהן אזוי שנעל .
איך רעד דאָך אוודאי פון א בעסיק פאון אָן א גרויסע סקרין אדער טעקסט וכדו׳, אזא עפפ דארף נישט אזא גרויסע סקרין, אפשר זאל מען טאקע מאכן א געוויסע גדר ווי גרויס די סקרין מעג זיין.