הלכות מזוזה - ווען און וויאזוי
איז דא ערגעץ א קלארע דיאגראם ווי אויפ טיר צו לייגן א נייע מזוזה?
ווי קען מען טרעפן א לשם יחוד אדער תפלה פאר מען לייגט ארויף א מזוזה?
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
מחשב האט געשריבן: און אינזין האבן לשם מצות מזוזה, (שיש סוברים שצריך קביעה לשמה).
טלה ונעשה איל האט געשריבן: א גוטן טייערע יודן, חברי ק"ק אידישע וועלט, שיחיו
מחשב האט געשריבן: און אינזין האבן לשם מצות מזוזה, (שיש סוברים שצריך קביעה לשמה).
נישט האבנדיג געלערנט הלכות מזוזה איז מיר אינטערסאנט צו פארשטיין, וואס קען זיין א דוגמא פון שלא לשמה?
אויבן אויף קלער איך אז דאס קען זיין ביי איינער וואס לייגט דער מזוזה לשם סגולה בעלמא... אבער געווענליך טרעפן זיך נישט אזעלכע יודן אזוי אפט, ממילא איז עס נישט נוגע פאר'ן רב השואל, נישט אזוי?
הר גריזים האט געשריבן: אז מ'רעדט שוין יא פון הל' מזוזה,
ביי א עלעוועיטאר דארף מען לייגן ביי יעדע שטאק א מזוזה, אדער ס'איז גענוג אז מ'לייגט א מזוזה אין די עלעוועיטאר אז ווען די טיר עפענט זיך ביי יעדע שטאק איז די מזוזה דארט?
ראובן שמעון האט געשריבן:הר גריזים האט געשריבן: אז מ'רעדט שוין יא פון הל' מזוזה,
ביי א עלעוועיטאר דארף מען לייגן ביי יעדע שטאק א מזוזה, אדער ס'איז גענוג אז מ'לייגט א מזוזה אין די עלעוועיטאר אז ווען די טיר עפענט זיך ביי יעדע שטאק איז די מזוזה דארט?
ווער זאגט א מעלית דארף א מזוזה עס איז א גרויסע מחלוקות
אוראייניקל האט געשריבן: שוב ראיתי אז ס'איז דא א מחלקת אין די אחרונים אז ס'זאל יא זיין פסול אלץ תלאה במקל, און אין דעת קדושים (רפט סקט"ו) איז משמע אז אויב מ'דארף נישט קיין כלי עס ארויסצונעמען איז עס פסול.
https://beta.otzar.org/#/b/8304/p/150/t ... 7175216192