הלכות מזוזה - ווען און וויאזוי

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17742
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: הלכות מזוזה - ווען און וויאזוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

יוסף בנימין האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 11:31 pm
על פי הלכה מעג די טענענט אראפ נעמען מזוזות, אבער למעשה איז עס א סכנה,
ער מעג נישט, כדנפסק בשו"ע יו"ד סי' רצ"א ס"ב.
יוסף בנימין האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 11:31 pm
די בעל הבית דארף נישט לייגן קיין נייע ווייל די סכנה איז נישט אויף אים,

אבער אלץ שמירה וועט ער זיכער ווילן לייגן...
אויב וואוינט ער נישט דארט, און ער האלט גארנישט דארט (וואס זאל איהם מחייב זיין מחשש בית האוצר), איז נישטא קיין סיבה צו לייגן.

שמירה איז גענוג וען ער לייגט ווי ער דארף, בבית מגוריו.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20950
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: הלכות מזוזה - ווען און וויאזוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

א יוד דינגט א הויז פון א יוד. ביז יעצט פלעגט דארט וואוינען גויים.
וואס טוט מען געווענדליך. ווער צאלט די מזוזות?
ער גייט נאר וואוינען דארט 3-4 יאר.
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
קונטרס
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:22 am

Re: הלכות מזוזה - ווען און וויאזוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונטרס »

moishy56 האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 8:47 am
א יוד דינגט א הויז פון א יוד. ביז יעצט פלעגט דארט וואוינען גויים.
וואס טוט מען געווענדליך. ווער צאלט די מזוזות?
ער גייט נאר וואוינען דארט 3-4 יאר.
מזוזה איז חובת הדר - דער שוכר איז מחויב דאס צו באצלן.
אזוי אויך די גאנצע ארבעט ארום אויב מדארף עפעס א פועל זאל צוגרייטן גוט די פלאץ פאר די מזוזה אדער צו לייגן צום משקוף.
י"א אז ווען די שוכר לאזט אפ דארף די משכיר איהם באצלן פאר די מזוזות, אבער למעשה קען מען נישט מחייב זיין ע"פ ד"ת זאל באצלן.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: מזוזה - וויאזוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

וואס קען מען טון מיט א גלאזענע וואנט ארומגענומען מיט אן אייזערנע פרעים?
לכאורה האט דארט א שרויף נישט וואו זיך צו באפעסטיגן און טעיפּ טרוקענט זיך אויס פון די זון.
שטארקע קלעב (גלוא) וועט זיך אפשר האלטן אבער עס וועט זיין אוממעגליך אראפצונעמען פאר א בדיקה.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36301
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מזוזה - וויאזוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

להודות האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 10:47 pm
וואס קען מען טון מיט א גלאזענע וואנט ארומגענומען מיט אן אייזערנע פרעים?
לכאורה האט דארט א שרויף נישט וואו זיך צו באפעסטיגן און טעיפּ טרוקענט זיך אויס פון די זון.
שטארקע קלעב (גלוא) וועט זיך אפשר האלטן אבער עס וועט זיין אוממעגליך אראפצונעמען פאר א בדיקה.
קלעיב מיט סיליקאן א העלצל, און צו דעם שרויף אריין די מזוזה.

וכדו' כפי המצב.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20950
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: הלכות מזוזה - ווען און וויאזוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

א יוד האט א וואקאציע דירה אין די מרחקים, וואס ער פארדינגט פאר יודן פאר קורצע וואקאציעס. מאקסימום א וואך צוויי.
ער ניצט עס נישט פאר זיך. ער האט עס אלס א short term rental ביזנעס.
דארף מען לייגען מזוזות? קיינער וואוינט נישט דארט 30 טעג.
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17742
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: הלכות מזוזה - ווען און וויאזוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

דער ערוה"ש (יו"ד סי' רפ"ו סמ"ח) שרייבט אז באופן זה איז דער בעה"ב מחוייב, ווייל די סיבת הפטור ווייניגער ווי שלושים יום בחו"ל איז ווייל זיי הייסן ווי אורחים, מילא אויב איז עס מיוחד פאר דעם, הייסט עס ווי דעם בעה"ב'ס בית דירה אריינצונעמען אורחים.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”