Re: מפתח משפחות לבוב
הסרפד האט געשריבן:
צו דעם סיסטעם געהערן אויכעט דיע רשימות פון סטודענטן אין שולעס (אדער קינדער אין חדרים?) פון יאהרע 1796–1797 למס', אין מיטן מיקראפילם 2405440/7811146, אנהייבינדיג דא:
( https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... V8-W?i=586 )
ב"ה איך ווייס שוין וואס דיע זענען (א דאנק צו דאס וואס איך האב געטראפן אין א בוך פון ד"ר דירק סאדאווקסי, איין עקספערט אין די היסטאריע פון משכיל'ישע שוהלעס אין גאליציע)
דיע זענען וועכנטליכע רשימות פון לעמבערגער קינדער וואס האבן געפעלטפון דעם משכיל הערץ האמבערג'ס שוהלעס אין לעמבערג, מסודר לויט די שוהלע, מיט דעם צוועק פון שטראפן די עלטערן (א קנס, שטעל איך מיך פאהר).
ממילא, איז דאס א רשימה פון משפחות וואס האבן זיך נישט געבויגן - דהיינו, לכאורה, די יראים שבקהלה, או עכ"פ די נגיד'ישע יראים וואס האבן זיך געקענט ערלויבן זיך קעגן שטעלן (און ממילא פארשטיי איך שוין די נעמן וואס איך זעה דארטן).
ויפה עשו! אויסער אלע אנדערע פראבלעמן, איז דאס פרומקייט פון דיע לעהרערס געוועהן זייער שוואך. (נאך דערצו האב איך געטראפן אין די עווידענץ ביכער אויף איינער פון זיי אז ער האט זיך גע'שמד'ט מיט א פאהר יאהר שפעטער.)
ליידער זענען די נעמן געשריבן מיט זייער א שווערע סארט דייטשע שריפט, אבער מען קען זיך עס אויסלערנען. אדער אז מען ווייסט פון א פאמיליע נומער העלפט עס אויכעט.
ולהוי ידוע מער א פונקטליכע מראה מקום: מיקראפילם 2405440/7811146, אייטעם 5-6, ובמקור, דעם לעמבערגער ארכיוו 701/4/11-13