מקור חשוב לחוקרי יחוס משפחות בלבוב: פאמיליע נומערן
אך דא עקא, וואס פריהער די רשימות, וואס ווייניגער פרטים מען האט דארט פארשריבן, אין וואס שווערער עס ווערט צוזאמען צו שטעלן דורות.
ווער עס נוצט גשר גליציה'ס database פאר לעמבערגער רעקארדס ווייסט אז אפט, אין עלטערע רשימות, אין צו געצייכנט א 'family number'. מה טיבו של נומער זה שטייט נישט, אבער עס קומט שוין צו ניץ – מען קען א מאהל אנערקענען מיט דעם דער חילוק צווישן צוויי משפחות, אדער טרעפן רשימות וואס זענען געווארן איבער געשריבן מיט גרייזן. (הויז נומערן זענען זייער גוט אויף דעם בכלל אין גשר גליציה'ס database, נישט נאר לבוב, און הלוואי אויף JRI געזאגט.)
עם כל זה, איז עס כולו חתום, וואס טוהן די נומערן? נישט אלעמאל זעהט אויס ווי צוויי משפחות מיט'ן זעלבן נומער האבן א שייכות, איז מוכרח אז זיי האבן?
לעצטענס האב איך באמערקט אז גשר גליציה האט איין inventory פון גאליציאנער רעקארדס וואס ליגן ביי דיי אוקריינער , וואס רובן האבן די מארמאנס מיט זייער FamilySearch פראיעקט גע'סקענ'ט. זעה איך אז צווישן די לעמבערגער רעקארדס איז פארהאן א סעריע פון דאקומענטן, "Family Evidence books" רופן עס זיי, וואס זענען ע"פ סדר פון די פאמיליע נעמן.
האב איך געמיינט אז איך וועל דארפן ווארטן ביז גשר גליציה קומט אהן איין טאג צו איבער שרייבן דיע ביכער, אבער אין די לעצטע פאהר טעג בין איך געוואהר געווארן אז אויף FamilySearch איז דאס גאנצע פארהאן, נאר עס איז שווער צו טרעפן (בפרט ווייל די נעמן פון די פיילס זענען ווייניגער מדוייק ביי FamilySearch.)
צו בלעטערן דורך די סקענס פון די מיקראפילמ'ס איז אומזיסט, מען דארף נאר זיין איין געשריבן (בחנם). דער גרעסטער חסרון איז אז עס איז שווער צו טרעפן דעם נומער וואס מען זוכט.
על כן, האב איך געמאכט א מפתח צו העלפן בלעטערן דערין, און איך האף עס וועט זיין נוצבאר פאר אייך.
איך וועל אי"ה מסביר זיין שפעטער מיט דוגמאות ווי מען קען דאס נוצן. מיר איז צו געקומן א דור-צוויי אויף ארויף, און עטליכע דורות ארום, אויף עטליכע זייטן פון מיינע לעמבערגע זיידעס.
לעת עתה, א פאהר וויכטיגע ידיעות:
1) איך ווייס נישט קלאהר אויף וואס דיע רשימות און נומערן זענען עכט געוועהן געמאכט. עס זעהט אויס עפעס מיט שטייערן. זיי דעקן די תקופה 1795–1850 בערך (תקנ"ה–תר"י).
2) נישט יעדער אין א הויז-געזינד איז דווקא איין משפחה; מען דארף זעהן צי עס שטייט sohn אדער tochter וכדומה, און נישט mayd = maid, משרתת).
3) ווען מאיזה סיבה מען האט נישט געדארפט איין נומער האט מען עס געקענט געבן פאר א צווייטן. מען זעהט א מאהל דריי משפחות מיט איין נומער. אבער אפיציעל דארף צו זיין א גבול צווישן די צייט וואס איין משפחה האט גענוצט יענעם נומער און די צווייטע משפחה.
4) נאך די חתונה האט מען בדרך כלל באקומן א נייע נומער, אבער לאו דווקא.
5) בכלל, די מייע נומער צו וואו מען האט איינעם געפיהרט איז אהן געצייכנט אויפ'ן רעכטע זייט; איינעם'ס געוועזענע נומער איז אויף די לינקע זייט. קוקטס נאך אין ביידע ערטער וואו מעגליך.
6) נישט אלע משפחות האבן געהאט נומערן, בפרט מיט די יאהרן, און בפרט משפחות וואס זענען צו געקומן פון אינדרויסן לעמבערג.