Re: מקור חשוב לחוקרי יחוס משפחות בלבוב: פאמיליע נומערן
אליעזר לאנדא האט געשריבן:אויב דער רשימות ער"ש זענען פי שנים זעהט אויס אז [כמעט] אלע "היו עיניהם בראשם ורשמו שמות הבנים מערב שבת" [פארוואס טאקע נישט זונטאג ?] איז פארוואס זענען נקיבות אנדערש ? לכאו' דארף זיין א צווייטע סיבה [אפשר דער סיבת החוק איז געוועהן בעיקר נוגע ביי זכרים און פארדעם האט דער ממשלה מער מקפיד געוועהן אויף דעם]הסרפד האט געשריבן:אך היוצא מן המוצע במאמר:
1) התאריכים שבמאטריקלן עתיקים אינם תאריכי לידה ופטירה אמתיים אלא תאריכי רשימתם - וזה האות, שכמעט שלא נמצאת רשומה שמתאימה לשבת או יום טוב! (ואל יפתוך הערות מסוג 'געבארען ביום פלוני' הנמצאות לרוב בספרי המאטריקל המאוחרים, המדוייקים יותר, כשהם מראים מקום למאטריקל עתיק, ולאו דווקא הוא.)
2) בדרך כלל רשמו שם ילד אחרי קריאת השם, ועל כן אצל הבנים, שברית מילתן תפול בכל יום בשבוע בשווה, נרשמו אחרי הברית, ותמצא רשומות לידותיהן בכל יום בשווה, פחות או יותר. אבל הבנות תיקראנה בשם בשבת, ובשבת לא תירשמנה, ואחר השבת תישכחנה על דרך רוב, 'הואיל ונדחה - ידחה'.
3) ויש אשר עיניו בראשו ורשמו שמות הבנים ובנות מערב שבת, ועל כן תמצא שמספר הבנים שנרשמו ביום ו' עולה עד כפי שנים של כל יום ויום: מנת חלקן של ערב שבת ושבת. ועל כן תמצא שרוב הבנות שלא נשמטו נרשמו בערב שבת.
4) ועל דרך דומה תמצא בפטירות (שבהם אין חילוק נפלא בין זכרים לנקבות, אגב) שמספר הנפטרים ביום א' בשבת כפול בערך, חלק שבת וחלק עצמו (כי כמובן אי אפשר לרשום פטירות מראש).
5) התאריכים שבספרי העווידענץ שקודמים למאטריקל (בין 1795 ל1805) הם מדוייקים עוד פחות, ובמקום 'נולד' ו'נפטר' קרי 'נרשם לידתו' ו'נרשם פטירתו' (אלא שבדרך כלל יש לשער שנרשם תוך כמה שבועות, אם לא פורש, ואכמ"ל).
על כן ראו, חוקרי משפחות, הוזהרתם.
אגב, וואס ער שרייבט אז דער יום הפטירה האט מען נישט געקענט מקדים זיין דא האט מען גערעדט פון צוויי דוגמאות וואס עס איז מוקדם מיט צוויי טעג, והשערנו שם אז מען האט עס מזייף געוועהן מחמת גזירת הלנת המת, עס קען זיין ריכטיג ?
בנוגע חלק אהסרפד האט געשריבן:(אין פעלער ווען עס קומן אויס עטליכע טעג שבת/יום טוב אין א ציה טרעפט מען גרייזן - א מאהל פארראכטן, א מאהל נישט - וואו דער גבול צווישן איין טאג און דעם צווייטן איז, און מיט דעם איז לכאורה פארענאפערט חלק ב'. בחלק א' יש להאריך ולעיין.)
דער כותב הייבט אן מיט א אינטערסאנטע הנחה, דהיינו אז ע"פ חוק האט מען געהאט א שטיק צייט איין צו שרייבן דער קינד, דער אידן האבן געהאט גרויס חשק מקיים צו זיין דער נייע גזירה אבער וואס זאל מען טוהן אז ער האט נאך נישט א נאמען, איז תיכף נאכן ברית איז מען געלאפען שרייבן, אין ווען דער ברית איז געוועהן ער"ש האט מען נישט געקענט ווארטען ביז זונטאג האט מען מקדים געוועהן ערב שבת ודוקא ער"ש, בעיני איז דאס גאר מאדנע [דער עם נבון וחכם וואס איך קען ניצען זייער חכמה פאר אנדערע זאכען ...]
אפשר קען מען משער זיין אז דער חוק איז געוועהן אויף דער ברית דהיינו דער מוהל/סנדק/רב טאר נישט מכניס זיין בבריתו של אאע"ה א קינד וואס איז נישט רשום [אדער האט מען געדארפט רושם זיין בשעת הברית] ולכן האט מען טאקע געדארפט רושם זיין דייקא קודם דער ברית [דהיינו דער רשימות פון פרייטאג זענען לשבת וליום א] און אפשר פארדעם טאקע איז ביי מיידליך שווערער צו צווינגען דער געזעץ [ואולי איז עס געוועהן מוטל אויף דער שמש/בעל קורא אין בית מדרש, וממילא דער וואס האבען געדאווענט אין דער [חסידישע ?] קלויזן וואס איז געוועהן אסאך ווייניגער אפציעיל איז נישט געוועהן ווער צו צווינגען, און אפשר איז דאס טאקע דער חילוק פון דער שטעט, ביז זיי האבן זיך געלערנט צו גיין צו דער עלטערן [וואס דאס איז אסאך שווערער]]
כמדומה לי אז להבדיל אא"ה ביי דער גוים האט דער baptism צערמאניע אויך אסאך צו טוהן מיט דער אפציעיל רושם זיין דער קינדער
מסתמא ווייסט מיודע"יך מער וועגן דער פרטי החוק [פארוואס טאקע טרעפט מען אסאך מאל דער שם הסנדק בתוק הרעקארד ?] וואס זאגט ער צו דער השערה ?
בנוגע חלק ב
דער צוויי דוגמאות הנ"ל זענען פון דער ווס זענען נפטר געווארען צוויי טעג נאך סוכות, פון ווי זאל קומען א טעות ? [אסרו חג א"א לחול בשבת] אפשר נאך יו"ט איז גרינגער צו מזייף זיין