היות די שמועס איז פארקראכן אין א אנדער אשכול, ברענג איך עס דא.
רוב פרייע בזמנינו זענען לדעת הרבה פוסקים וביניהם מרן החזון איש זי"ע תינוקות שנשבו גם לדעת הרמב"ם וגם לדעת הנימוק"י, ווייל אפילו זיי ווייסען פון אידישקייט צי זאגען, ווייסען זיי נישט אז אידישקייט איז מחייב עפעס.
ממילא אז זיי האבן א דין פון א איד איז דאך פשוט אז מען מוז זיך זארגען אז זיי זאלן האלטן אידישקייט מדין ערבות - תוכחה, אויב עס וואלט ווען געווען ידינו תקופה וואלט מען זיי ווען מען דען מיט קייטען געדארפט אפהאלטן נישט צי מחלל שבת זיין, און זיי שלאגן צי לייגען תפילין עד שתצא נפשם, אבער אז מען קען נישט דאס, וואס מען קען עכ"פ דארף מען טוהן.
די מלחמה פאר'ן "סטאטוס קווא" איז א מלחמה פאר אן ארטאדאקסישן "צביון המדינה".
דער "קאמף" פון די חכי"ם החרדים פאר'ן שבת אין די מדינה איז איבערהויפט נישט קיין מלחמה פאר'ן שבת נאר ענדערש א קאמף צו אנהאלטען און אהערשטעלן דעם "צביון המדינה" לויט די חרדי'שע אינטערעסן און אנקליידן די "כאראקטער" פון "דאס אידישע לאנד" אז די רעליגיעזע פירערשאפט זאל קענען שטאלצירן דערמיט.
ווען די חכי"ם החרדים פאדערן אז דער כנסת זאל מחוקק זיין חוקים צו היטן שבת מוזן זיי רעדן אויף א אופן וואס זאל האבן א מקום אינעם כנסת המינים, ווען מען רעדט פון שמירת שב"ק דארף מען דאס מסביר זיין אז שבת פון די סאציאלע "ערכים" פון עם ישראל, א "יום משפחתי" און א "יום מנוחה", און אז דאס איז קעגן דעם 'סטאטוס קווא'.
די חרדי'שע חברי הכנסת רעדן קיינמאל נישט אין כנסת המינים פון די מצות התורה וואס הקב"ה האט אונז געגעבן דורך משה רבינו ע"ה ווייל זייער פרייע קאלעגעס וועלן שטורעמען דערקעגן, דארט דערמאנט מען נאר די עניני התורה וואס פאסט פאר'ן לאנד. מען רעדט פון די 'נאציאנאלע טראדיציע' וואס שבת שטעלט מיט זיך פאר און די 'רכוש לאומי' וואס מיר דארפן היטן.
די רעדע איז בכלל נישט פון שמירת שבת קודש הניתנה לנו מסיני. מען האט אויסגעליידיגט די ג-טליכקייט פונעם שבת און עס פארוואנדלט אין א נאצאליסטישער טאג פון מנוחה און פארברענג, 'ביני ובין בני ישראל אות הוא לעולם' מן דכר שמי'.
די מדובר פון די "לוחמים" איז איבער א "שביתה" פון איין טאג אין די וואך, צו אויספאלגן דעם "חוק שעות עבודה ומנוחה", און עס איז נישט פארהאן קיין זכר צו די ל"ט מלאכות ותולדותיהם.
לויט דעם געזעץ פון די מדינה איז הונדערט פראצענט געזעצליך צו עובר זיין אויף דעם מלאכת בישול, מלאכת בורר פסולת מתוך האוכל, הוצאה מן עמוד שגבוה עשרה ורחב ד', הכותב שם מן שמעון שחייב, והאורג שני בתי נירין והתופר שני תפירות. דער געזעץ רעדט בלויז פון די "שביתה לאומיות", און מען שעמט זיך ניטאמאל צו שרייבן און רעדן פון דעם "רעליגיעזער כאראקטער פון די מדינה" וואס מען דארף אפהיטן. א רעליגעזער צביון המדינה.
די חכי"ם החרדים וועלן קיינמאל נישט ארויפברענגען א הצעה אין כנסת אז שמירת שבת איז הוצאה מרשות לרשות, מלאכת בורר, וכותב שם משמעון. ווייל זייער "שמירת שבת" באדייט בלויז - נישט צו פארן מיט פובליק טראנספארטאציע, רעגירונג אפיסעס זאלן זיין פארשפארט, און זיך צוריקהאלטן פון דורכפירן רעגירונג פראיעקטן אין די עפענטליכקייט, די גאנצע מלחמה פארן שבת האט נישט קיין שום רושם פון די שמירת שבת וואס איז אונז באפוילן געווארן אין די תורה הק', די פאליציי איז אפן שבת, די פירמעס פון עלעקטעריק, וואסער, גאז, טעלעפאן פונקציאנירן געהעריג.
דאס הייסט אז די חכי"ם החרדים שלאגן זיך אז חילול שבת זאל זיין נאר פריוואט אבער נישט חלילה דורך די רעגירונג באתגליא , יעדער פריוואטער בירגער זאל עסן טריפות ונבילות ביי זיך אין שטוב אבער עס זאל נישט פארקויפט ווערן עפענטליך, די קאמף איז א קאמף אנצוהאלטן דעם "סטאטוס קווא" די אלטע געזעץ וואס איז באשטעטיגט געווארן דורך בן גריון שר"י אויף חילול שבת און אנדערע אפיציעלע אידישע טראדיציעס. עפעס א סאָרט שבת וואס האט נישט קיין שייכות מיט די עשרת הדברות אנכי ה' אלוקיך, מיט די אות כי ששת ימים עשה ה' את השמים ואת הארץ וביום השביעי שבת וינפש.
די נציגים שטעלן זיך אהער אלס "לוחמים" ווען זיי זענען לוחם פאר דעם "חוק שעות עבודה ומנוחה", וואס איז א כפירה בתורת משה אינעם ברוך ה' אשר נתן מנוחה לעמו ישראל ווייל דער געזעץ ערלויבט פאר יעדן בירגער אין די מדינה אויף יעדן אופן וואס ער וויל נאר צו ארבייטען אין שבת, מען מעג פאררייכערן א ציגארעטל אויפ'ן גאס, קאכן און גרילן, פארן מיט'ן קאר סיי וואו, הערן די ראדיא און טעלעוויזיע, ווייל דאס איז נישט קיין סתירה צום "חוק השבת".
בעצם איז דער גאנצער "תיקון" פון דעם חוק שעות עבודה ומנוחה אויך א חלק פון דעם גוי'אישן צוגאנג וויאזוי ציונות וויל מאכן אידן ככל הגוים בית ישראל.
יעדער גוי אין יעדן לאנד האט א טאג פון רוה פון ארבעט און דאס זעלבע האט דער ציוני'סטישער גוי א "יום השביתה", די ציונים האבן אויסגעקליבן דעם זיבעטן טאג, פונקט ווי דער קריסט האט זונטאג און דער מוסלעמענער פרייטאג, דער יום השביתה פונעם חוק הכנסת איז גארנישט אנדערש ווי דער רוה טאג פון אלע אנדערע גוים וואס טוען אפיציעל אפהיטן דעם רוה טאג דורך זיך אפהאלטן פון עפענטליכע שריט דורך די רעגירונג אבער עס האט נישט קיין זכר צו די מצות שבת און איסור ל"ט מלכות הכתובה בתורה הק', אדרבה דער חוק איז מחלל ומסלק די קדושת התורה, דורך קובע זיין די חוקי הכנסת אנשטאט די חוקי התורה.
דאס זעלבע איז מיט דעם א.ג. 'הישג' וואס די חכי"ם החרדים האבן ארלעדיגט אז אל- על פליגערס זאלן זיך נישט הייבן אום שבת. וואס פארא חוכא וטלולא איז דאס נעמנדיג אין באטראכט אז אלע ארומיגע חילול שבת ווערן פארגעזעצט, די לופטפעלד איז אפן, די עראפלאנען ווערן אנגעגרייט און טיקעטס ווערן פארקויפט.
בכלליות איז די מלחמה פאר'ן שבת אויפגעטוישט געווארן פון דעם שבת וואס עס שטייט אין די תורה צו א שבת מיט גוי'אישע געפילן פון 'מורשת אבות', 'מסורת ישראל', 'מנוחה עממית', 'קיבוץ משפחתית', וואס איז דער היפוך גמור פון דעם שבת קודש וואס איז געגעבן געווארן מסיני. לא תעשה כל מלאכה אתה ובנך עבדך ואמתך וגרך אשר בשערך.
אט די מלחמה גופא איז דאס ארגסטע חילוף ותמורה פון תורתינו הק' תורת משה, מען איז מחלל די קדושת השב"ק אויף א 'נאציאנאלע טראדיציע', ווי הרה"ק מסאקמאר זי"ע איז מבאר אין ספה"ק דברי יואל פרשת בהר דף רצ"ה וזל"ק: ואם כן ק"ו ב"ב של ק"ו אם אפיקורסים הכופרים בתורה מחוקקים חוק לשביתת השבת, בו בזמן שהם מחללים שבת במלאכות דאורייתא, וכל מאמציהם ופעולותיהם לעשות הפך תורה"ק, פשיטא שאף מה שהם מקיימים ומשמרים שבת, אפס הוא וכלא נחשב, כיון שגם בחוק זה אין כוונתם לשם מצות השי"ת.
.. דאס איז א וויכטיגע נקודה צו געדענקן בכלליות אז די א.ג. מלחמה פאר'ן דת און פאר אידישקייט אין כנסת המינים טוט בכלל נישט אנרירן די מצות התורה וויאזוי דער אויבערשטער האט געהייסן, די מלחמה פון די חכי"ם החרדים איז קיינמאל נישט געווען קעגן לבישת שעטנז אדער אכילת בשר בחלב, וויבאלד די עבירות זענען נישט פארבינדן מיט'ן "רעליגיעזן כאראקטער" פון די מדינה. זייער מלחמה איז נאר אויף אזעלכע זאכן ווי שבת, אכילת חזיר, און נשואי החוק א. ד. ג. וואס מען קען דערויף ממשיך זיין א "נאציאנאלע" לבוש. און אפילו אויף די ווינציג זאכן וואס זיי פאדערן יא עס זאל זיין א "מדינה על פי תורה" איז דאס נאר אויף די כלליות'דיגע זאכן וואס בארירט דעם סטאטוס פון די מדינה.
די טויש פון די חוקי התורה הק' צו די חוקי הכנסת רירט אן צו די עקרן של קדושת ישראל. א נאציאנאליסטישען פירוש אויף קיום המצות אז דאס איז אן "ענין עממי" א טראדיציאנאלע מסורה; א נאציאנאלע רייכטום; א סאציאלע 'ערך'; דאס איז א חילוף פון די קדושת התורה צו א גוי'אישע אויפפאסונג. אוועק צו נעמען דאס ג-טליכקייט פון די קיום המצוות.
דעפרעסט האט געשריבן:

בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:
אגב, כ'בין נישט קיין דיין אבער נתני' ודעמי' לכאורה האבן א דין פון מומרים להכעס לכל התורה און זענען מנסך יין. זיי זענען שביק היתרא ואכיל איסורא.
איך האב געהערט אמאל איך קען "נישט" אנווייזען א מקור אז היינט מיט א וועלט פון איטרנעט ט"וו וואס אלע פרייע ווייסען אז די ריכטיגע יודען זענען מיר אין די אינפורמציה איז אפען איז נישט דא אזא זאך ווי תניק שנשבה
מיר זענען נישט דא צו נעמען קיין שטעלונג אין די נושא אבער די דעת קדשם פון פולע (און לכאורה רוב) גדולי ישראל פונעם פאריגן דור איז יא געווען אז די מערכה איז יא א מערכה פאר שמירת שבת און שמירת התורה ומצוות.
ארץ ישראל באשטייט נישט נאר פון חרדים און חילונים. סדא שווערע הונדערטער טויזנטער אידן אין ארצינו הק׳ מאמינים בה׳ נאר ליידער פוסטע עמי הארצים וואס די געזעצן מאכט זייער אסאך אויס פאר זייער אידישקייט. פאר די אידן האבן מיר די פולע חיוב ערבות. אויב מקען אזא איד אפהאלטן אפילו איינמאל אין זיין לעבן פון מחלל שבת זיין איז עס א געווינס לנצח נצחים.
די לינקע פרייע ציונים די שונאי ה׳ ווייסן דאס זייער גוט און דאס איז די סיבה פארוואס זיי פירן אזא העפטיגע מערכה קעגן די סארט געזעצן.
ליידער איז דאס די איינציגע וועג דערווייל ווי אזוי מקען דורכפירן אזעלכע געזעצן אין כנסת. דאס איז פונקט ווי די היימישע עסקנים דא אין נוא יארק וואס פירן א קאמף קעגן לימודי חול זענען מסביר פאר די רעגירונג אז לערנען גמרא איז אויך ״קריטיקל טינקינג״ פונקט ווי להבדיל א״א הבדלות אנדערע לימודי חול און קיינער זאגט נישט אז דאס איז בזיון התורה.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:
אגב, כ'בין נישט קיין דיין אבער נתני' ודעמי' לכאורה האבן א דין פון מומרים להכעס לכל התורה און זענען מנסך יין. זיי זענען שביק היתרא ואכיל איסורא.
איך האב געהערט אמאל איך קען "נישט" אנווייזען א מקור אז היינט מיט א וועלט פון איטרנעט ט"וו וואס אלע פרייע ווייסען אז די ריכטיגע יודען זענען מיר אין די אינפורמציה איז אפען איז נישט דא אזא זאך ווי תניק שנשבה
איך ווייס נישט וויפיל דאס מאכט אויס צו דעם נושא פונעם אשכול, אבער הגע עצמך, א יוד וואס זיינע עלטערן האבן אים נישט מחנך געווען צו יודישקייט, הייסט ער דען א מזיד, בלויז ווייל ער ווייסט פון פרומע יודן צו זאגן? יודישקייט רעדט נישט צו אים, נעבעך, ער איז געפאנגען אין דעם חינוך וואס ער האט באקומען.
איך בין נישט קיין פוסק, איך וויל נאר באמערקן אז דאס איז לכאורה נישט אזוי פשוט.

איך בין אויך נישט א פוסק איך זאגט נאר וואס איך געדנעק פין מיין ישיבה יארען. נאך פאר אינטרנט געווען נאר TV איינער פין די ראשי ישיבה האבען עס געזאגט
בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:
אגב, כ'בין נישט קיין דיין אבער נתני' ודעמי' לכאורה האבן א דין פון מומרים להכעס לכל התורה און זענען מנסך יין. זיי זענען שביק היתרא ואכיל איסורא.
שביק היתירא ואכיל איסורא איז א נידון לגבי להכעיס און נישט לתיאבון, אבער ער דארף קודם [נישט] זיין א מומר און דעמאלט איז מען דן צי ער איז א להכעיס'ניק צי נישט.
גראדע לגבי נתניהו ביסטו מן הסתם גערעכט, ער איז א קלוגער געלערענטער מענטש, און ער ווייסט זיכער וואס דער רצון ה איז, נאר ער איז מכוין למרוד בו - לכאורה, אבער סתם א פשוט'ער פרייער יונגעל, נאכדערצו א מסורתי, ער פאסט יום כפור, קושט בילדער פון רבנים, און מל'עט זיך (א איבערוויגענדער מערהייט פון מדנ"י מל'עט זיך און פאסט יו"כ), צי הייסען זיי דען נישט א תינוק שנשבו? נאך מען האט זיי מחנך געווען אז זיי טוען נישט שלעכט?
ווי אנדערע האבן שוין ארויסגעברענגט. מוחה זיין אויף חילול שבת איז איין זאך, און שטרעבן אז די רעגירונג זא ווערן געפירט דורך אזעלכע וואס וועלן זיכער מאכן אז די רעגירונג לאזט נישט צו קיין חילול שבת איז א צווייטע זאך.
אדרבא, איז איינעם שוין איינגעפאלן צו מאכן א באוועגונג אז מ'זאל אין ניו יארק סיטי אנערקענען שבת אלס רוה טאג - עפעס וואס וואלט זיכער פארמיטן אסאך חילול שבת צווישן די איבער א מיליאן פרייע אידן וואס וואוינען אין די שטאט???
נאכמער, אין מדינת ישראל וואוינען בערך 2.2 מיליאן גוים, און זיי מאכן אויס בערך א פערטל פון די באפעלקרונג. וויאזוי פונקטליך איז "אידישליך" זיכער צו מאכן אז זיי זענען עובר אויף גוי ששבת, און וויאזוי איז עס יושר'דיג צו דערגיין די יארן פון די אלע מענטשן ווייל "דיין" תורה הייסט "דיך" היטן שבת???
נאר וואס דען? ניו יארק סיטי איז נישט אין קיין "אידישע" רעגירונג, האט מען נישט קיין פתחון פה צו צווינגען איינעם וואס וויל זיין א פורק עול מיט די כח פון די רעגירונג, משא"כ אין מדינת ישראל קען מען זאגן אפילו פאר גוים "אז ס'געפעלט דיר נישט, קיינער האט דיר נישט געבעטן צו קומען ווואוינען אין א אידיש לאנד, אוןדאסאיז ריכטיגע ציונות לויט אלע דיעות.
בלא בלא בלא און איין ווארט ווען איך בין מוחה מיין איך כבוד שמים און ווען יענער איז מוחה וועל איך מאכן א גאנצער פשעטל אז עכט מיינט ער ציונית
וואס מוחה איינער איז מוחה אין כנסת? מען מאכט דילס אויפן חשבון פונעם שבת, האט מען אפגעשטעלט די חילולי שבת אין ארץ ישראל? עס איז דאך סך הכל א טאלקינג פוינט וואס מען חזרט איבער השכם והערב אן עפעס איבערווייזן אויף למעשה, ווען עס איז געווען אפאר יאר צוריק די דרויסע כינוס פון אלע דריי מועצתן וואס האט מען געטון למעשה? מען האט ארויסגעגעבן א קול קורא און ניטעמאל געשריבן מחלליה מות ימות נאר עפעס א שיינע לשון פון ברכות פאר ווער עס וועט האלטן שבת
ולגופא דענין אז מען האט משמיט געווען דער פסוק פון מחלליה מות יומת פון קול קורא.
עס איז דא א באקאנטער חזון איש אז דער דין אז מומרים מורידין ולא מעלין גייט נישט אן היינטיגע צייטען, ווייל דער גאנצע ציהל פון די הלכה איז צי אויסרייסען דאס שלעכטס, משא"כ בזמנינו וואס אויב מען וועט זיי הרג'נען וועט דאס נאר ערגער מאכן, מרבה זיין דאס שלעכטס, ווייל עס וועט זיך זיי דאכטן אז דיני תורה זענעןמעשה השחתה ואלמתה"י, דערפאר אדרבהעלינו להחזירם בעבותות אהבה ולהעמידם בקרן אורה במה שידנו מגעת.
די גדולי ישראל וואס זענען געזעצן ביים כינוס וואס האבן געלערענט מער תורה ווי דיר אין זייער לעבן, האבן פארשטאנען אז מפרסם זיין פאר דער פרעסע א צעטל אז מחלליה מות יומת וועט נישט ברענגען קיין אהבה צי דאס שבת ביי די פרייע, און דאס גייט נישט אריין בכלל פון להחזירם בעבותות אהבה, און עס וועט נישט מאכן בכלל אז זיי זאלן תשובה טוהן דערפאר.

מחלליה מות ימות עס געפעלט דיר נישט ?? אזוי שטייט אין די תורה!!!!עס גייט זיך נישט טוישן!!!!מיט אלע פורים תורות פון פרייע מיט פרומע וואס איך קען פון אויסעווענדיג און די חזון איש וואס האסט אגב נישט נאכגעברענגט זיין לשון קומט דא בכלל נישט אריין עס איז אינגאנצן שלא מן הענין
לאו דוקא. מען קען געבן אן א שיעור דוגמאות ווי אזוי די געזעצן האלטן באשייינפערליך אפ טויזנטער אידן פון חילול שבת רח״ל. איין דוגמא למשל, ס׳דא פולע אידן אין ארץ ישראל וואס ווילן היטן שבת, נאר ביי זיי איז די חיוב פון שמירת שבת נישט אזוי שטארק איינגעגלידערט ווי ביי אונז. ווען נישט די געזעצן וואלטן זיי נישט עומד בנסיון געווען און כדי צו קענען קאנקורירן מיט פרייע ביזנעס אייגנטומער וואס ווען נישט די געזעצן וואלטן זיי געהאלטן אפן זייערע ביזנעסער אין שבת וואלטן זיי זיך אויך מורה היתר געווען מיט פארשידענע תירוצים ווי לצורך פרנסה שעת הדחק וכו׳ צו האלטן זייערע ביזנעסער אפן אין שבת.
די געזעצן זענען טאקע אויך א געוואלדיגע טובה פאר חרדי׳שע ביזנעס אייגנטומער וואס אפילו זיי וואלטן אודאי עומד בנסיון געווען מאכט עס אבער פאר זיי סאך גרינגער צו קענען קאנקורירן מיט פרייע ביזנעס אייגנטומער און אזוי קענען זיי בעז״ה מאכן שיין פרנסה.
סאטמאר רב זי״ע האט זיך לכאורה בכלל נישט געקריגט מיט די טענה נאר ער האט געהאלטן אז גיין צו בחירות איז א הארבע איסור ואין דוחין נפש מפני נפש. די שטיקל דברי יואל וואס איינער האט דא געברענט רעדט סאטמאר רב קלאר פון כופרים. און פון די אנדערע זייט ווייס איך נישט פון גדולי ישראל, עכ״פ פון די ליטווישע, וואס האבן געהאלטן אז סאיז דא אן ענין צו מזכה זיין כופרים מיט מצוות. דער איינציגסטער רבי וואס האט אפשר געהאלטן אנדערש איז געווען דער ליובאוויטשער רבי.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:
אגב, כ'בין נישט קיין דיין אבער נתני' ודעמי' לכאורה האבן א דין פון מומרים להכעס לכל התורה און זענען מנסך יין. זיי זענען שביק היתרא ואכיל איסורא.
שביק היתירא ואכיל איסורא איז א נידון לגבי להכעיס און נישט לתיאבון, אבער ער דארף קודם [נישט] זיין א מומר און דעמאלט איז מען דן צי ער איז א להכעיס'ניק צי נישט.
גראדע לגבי נתניהו ביסטו מן הסתם גערעכט, ער איז א קלוגער געלערענטער מענטש, און ער ווייסט זיכער וואס דער רצון ה איז, נאר ער איז מכוין למרוד בו - לכאורה, אבער סתם א פשוט'ער פרייער יונגעל, נאכדערצו א מסורתי, ער פאסט יום כפור, קושט בילדער פון רבנים, און מל'עט זיך (א איבערוויגענדער מערהייט פון מדנ"י מל'עט זיך און פאסט יו"כ), צי הייסען זיי דען נישט א תינוק שנשבו? נאך מען האט זיי מחנך געווען אז זיי טוען נישט שלעכט?
גערעכט. איך רעד פון די געלערנטע דארט. ווי דער שייגעץ ביבי וואס הערט נישט אויף ברענגן פסוקים פון תנ''ך פאר וואס ס'שמעקט עם, ער איז גאנץ א שיינער יודע ספר דער, בשעת ער טרעט אויף די הארבסטע עבירות בפרהסי' און עסט חמץ בפסח לאכנדיג פון דעם עונש כרת. וואס די חברה שטעלן פאר איז א טומאה און ליצי ליצנות שאין כדוגמתה. די פויפסט און דער וואטיקען איז ווייט נישט אזוי טמא מיט זייער שתי רשיות יאשקע שטותים ווי נתני' וחבריו. דער נתני' איז טויזענט מאל ערגער. אלס און אלעמען איז ר''ל ביי עם אירעלעווענט און כלא הי' ווילאנג ער דארף עס צו נוצן פאר זיין פראפעגאנדע צו אויפווייזן זיין נאציאנאלען 'רעכט' אויף איזרעאל
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
ווי אנדערע האבן שוין ארויסגעברענגט. מוחה זיין אויף חילול שבת איז איין זאך, און שטרעבן אז די רעגירונג זא ווערן געפירט דורך אזעלכע וואס וועלן זיכער מאכן אז די רעגירונג לאזט נישט צו קיין חילול שבת איז א צווייטע זאך.
אדרבא, איז איינעם שוין איינגעפאלן צו מאכן א באוועגונג אז מ'זאל אין ניו יארק סיטי אנערקענען שבת אלס רוה טאג - עפעס וואס וואלט זיכער פארמיטן אסאך חילול שבת צווישן די איבער א מיליאן פרייע אידן וואס וואוינען אין די שטאט???
נאכמער, אין מדינת ישראל וואוינען בערך 2.2 מיליאן גוים, און זיי מאכן אויס בערך א פערטל פון די באפעלקרונג. וויאזוי פונקטליך איז "אידישליך" זיכער צו מאכן אז זיי זענען עובר אויף גוי ששבת, און וויאזוי איז עס יושר'דיג צו דערגיין די יארן פון די אלע מענטשן ווייל "דיין" תורה הייסט "דיך" היטן שבת???
נאר וואס דען? ניו יארק סיטי איז נישט אין קיין "אידישע" רעגירונג, האט מען נישט קיין פתחון פה צו צווינגען איינעם וואס וויל זיין א פורק עול מיט די כח פון די רעגירונג, משא"כ אין מדינת ישראל קען מען זאגן אפילו פאר גוים "אז ס'געפעלט דיר נישט, קיינער האט דיר נישט געבעטן צו קומען ווואוינען אין א אידיש לאנד, אוןדאסאיז ריכטיגע ציונות לויט אלע דיעות.
בלא בלא בלא און איין ווארט ווען איך בין מוחה מיין איך כבוד שמים און ווען יענער איז מוחה וועל איך מאכן א גאנצער פשעטל אז עכט מיינט ער ציונית
וואס מוחה איינער איז מוחה אין כנסת? מען מאכט דילס אויפן חשבון פונעם שבת, האט מען אפגעשטעלט די חילולי שבת אין ארץ ישראל? עס איז דאך סך הכל א טאלקינג פוינט וואס מען חזרט איבער השכם והערב אן עפעס איבערווייזן אויף למעשה, ווען עס איז געווען אפאר יאר צוריק די דרויסע כינוס פון אלע דריי מועצתן וואס האט מען געטון למעשה? מען האט ארויסגעגעבן א קול קורא און ניטעמאל געשריבן מחלליה מות ימות נאר עפעס א שיינע לשון פון ברכות פאר ווער עס וועט האלטן שבת
ולגופא דענין אז מען האט משמיט געווען דער פסוק פון מחלליה מות יומת פון קול קורא.
עס איז דא א באקאנטער חזון איש אז דער דין אז מומרים מורידין ולא מעלין גייט נישט אן היינטיגע צייטען, ווייל דער גאנצע ציהל פון די הלכה איז צי אויסרייסען דאס שלעכטס, משא"כ בזמנינו וואס אויב מען וועט זיי הרג'נען וועט דאס נאר ערגער מאכן, מרבה זיין דאס שלעכטס, ווייל עס וועט זיך זיי דאכטן אז דיני תורה זענעןמעשה השחתה ואלמתה"י, דערפאר אדרבהעלינו להחזירם בעבותות אהבה ולהעמידם בקרן אורה במה שידנו מגעת.
די גדולי ישראל וואס זענען געזעצן ביים כינוס וואס האבן געלערענט מער תורה ווי דיר אין זייער לעבן, האבן פארשטאנען אז מפרסם זיין פאר דער פרעסע א צעטל אז מחלליה מות יומת וועט נישט ברענגען קיין אהבה צי דאס שבת ביי די פרייע, און דאס גייט נישט אריין בכלל פון להחזירם בעבותות אהבה, און עס וועט נישט מאכן בכלל אז זיי זאלן תשובה טוהן דערפאר.
מחלליה מות ימות עס געפעלט דיר נישט ?? אזוי שטייט אין די תורה!!!!עס גייט זיך נישט טוישן!!!!מיט אלע פורים תורות פון פרייע מיט פרומע וואס איך קען פון אויסעווענדיג און די חזון איש וואס האסט אגב נישט נאכגעברענגט זיין לשון קומט דא בכלל נישט אריין עס איז אינגאנצן שלא מן הענין
דאס איז דיין בעה"ב, און דעת בעה"ב היפך דעת תורה זאגט מען אויך אויף א סאטמאר'ע בעה"ב.
קיינער זאגט נישט חלילה אז מחלליה מות יומת איז נישט ריכטיג, מען רעדט נאר צי מען דארף עס אויסרופן בראש כל חוצות פאר די פרעס, וואס ביי זיי הייסט עס "הסתה לרצח", אנשטאט פסוקים קדושים פון די הייליגע תורה ווי ביי אונז, און ביי זיי וועט דאס נאר גורם זיין א ריחוק אנשטאט א קירוב, פונקט ווי מורידין ולא מעלין וואס עס איז א הלכה און א חלק פון די תורה הק' קען מען נישט מקיים זיין ווייל עס איז גורם א ריחוק.
האלסט אנדערש, לאמיר הערן וואס דו האסט צי זאגן, אבער שרייסט דאך סתם דעמאגאגיע מיט 50 !!! סימנים, אן קיין שום זאכליכע ענטפער.
די חזון איש וואס איך האב נאכגעברענגט איז פונקט דאס וואס ער זאגט, און וואס עס איז באלד איז לשונו הזהב בלי שינוי.
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
אויב אריינלייגן שמירת שבת אינעם געזעץ גייט מאכן ווייניגער חילול שבת, איז עס אויך נאר ווייל די וואס גייען עס איינהאטלן גייען עס טוהן כדאי צו זיין געזעץ-היטנדע בירגער און האט גארנישט מיט די תורה און אידישקייט איינגעשטויסן.
איך זאג נישט אז אזא שמירת שבת איז גארנישט ווערט, אבער ס'איז זיכער אסאך מער אידישלעך צו אויפקלערן אומוויסענדע אידן דורך מארקעטינג קאמפיינ'ס און ראליס וכו' און די איינציגסטע סיבה פארוואס מ'פארלייגט זיך אזוי אויפ'ן געזעץ איז ווייל קאמפיינען קען מען איבעראל פונקט ווי די מוסלומענער קאמפיינען פאר שאריא אין לאנדאן טראץ וואס ס'איז נישט קיין איסלאמיש לאנד, אבער אין אין מדינת "ישראל" קען מען עס גראד אריינשטעלן אלס געזעץ אויף די ביכער (וואס דעמאלס מוז מען עס שוין נישט איינהאלטן...) ווייל ס'איז א "אידישע רעגירונג".
דו ווייסט אפשר נישט ווי פול קירוב ארגענאזאציע'ס זענען פארהאן? עס עס זענען ב"ה פארהאן פולע וואס זענען מחזיר בתשובה טויזענטער ב"ה, וכלשון החזו"א לקרבם בעבותו אהבה, ערכים,הידברות,לב לאחים, שופר, ועוד ועוד.
איז דאס נישט וואס דו רופסט מארקעטנג קאמפיין'ס?
למדן וצדיק האט געשריבן:
לאו דוקא. מען קען געבן אן א שיעור דוגמאות ווי אזוי די געזעצן האלטן באשייינפערליך אפ טויזנטער אידן פון חילול שבת רח״ל. איין דוגמא למשל, ס׳דא פולע אידן אין ארץ ישראל וואס ווילן היטן שבת, נאר ביי זיי איז די חיוב פון שמירת שבת נישט אזוי שטארק איינגעגלידערט ווי ביי אונז. ווען נישט די געזעצן וואלטן זיי נישט עומד בנסיון געווען און כדי צו קענען קאנקורירן מיט פרייע ביזנעס אייגנטומער וואס ווען נישט די געזעצן וואלטן זיי געהאלטן אפן זייערע ביזנעסער אין שבת וואלטן זיי זיך אויך מורה היתר געווען מיט פארשידענע תירוצים ווי לצורך פרנסה שעת הדחק וכו׳ צו האלטן זייערע ביזנעסער אפן אין שבת.
די געזעצן זענען טאקע אויך א געוואלדיגע טובה פאר חרדי׳שע ביזנעס אייגנטומער וואס אפילו זיי וואלטן אודאי עומד בנסיון געווען מאכט עס אבער פאר זיי סאך גרינגער צו קענען קאנקורירן מיט פרייע ביזנעס אייגנטומער און אזוי קענען זיי בעז״ה מאכן שיין פרנסה.
סאטמאר רב זי״ע האט זיך לכאורה בכלל נישט געקריגט מיט די טענה נאר ער האט געהאלטן אז גיין צו בחירות איז א הארבע איסור ואין דוחין נפש מפני נפש. די שטיקל דברי יואל וואס איינער האט דא געברענט רעדט סאטמאר רב קלאר פון כופרים. און פון די אנדערע זייט ווייס איך נישט פון גדולי ישראל, עכ״פ פון די ליטווישע, וואס האבן געהאלטן אז סאיז דא אן ענין צו מזכה זיין כופרים מיט מצוות. דער איינציגסטער רבי וואס האט אפשר געהאלטן אנדערש איז געווען דער ליובאוויטשער רבי.
גערעכט, פול מסורתיים זאגן אז אויב גרויסע געשעפטן וועלן זיין אפען שבת ה"י, וועלן זיי נישט האבן קיין ברירה און אויך עפענן אין שבת, היל"ת.