רבי מרדכי דוד אונגער מדאמבראווא זצ"ל - ז' שבט תר"ג
הה"צ ר' משה ב"ר מרדכי דוד מדאמבראווע, תרנ"ח
א תושב פון צאנז איז אמאל געקומען קיין דאמבראווע, פרייטיג צונאכט'ס ביים טיש פון הרה"ק רבי משה מדאמבראווע ז"ל, האט דער תושב שארף גערעדט אקעגן רבי משה ראזדאווער ז"ל, דערציילענדיג אז דער צאנזער רב זצ"ל האט אמאל געזאגט תורה און זיך אנגערופן נאך די תורה "דאס איז אן אמת ווארט". האט זיך אנגערופן ר' משה ראזדאווער ז"ל וועלכער איז דערביי געזעסן, מ'זאגט דאך נאך אין נאמען פון בעש"ט, והנה אמת נכון הדבר, ווען איינער זאגט אויף זיין דברי תורה אליין אז דאס איז אמת, דאן איז א סימן אז נעשתה נארישקייט הזאת. ווען ר' משה דאמבראווער ז"ל האט געהערט די מעשה האט ער דאס נישט געוואלט גלייבן.
דאס קומענדיגע מאל ווען ער איז געפארן קיין ראזדאוו האט ער איבערגעפרעגט דעם רבי’ן צי די מעשה איז ריכטיג, האט דער רבי געענטפערט, "גוט האסטו געטון אז דו האסט געפרעגט צי ס'איז יא אמת און נישט אמת, כ'האב געזאגט אז מ'זאגט אזוי נאך פון בעש"ט, אבער ווי עס שיינט האט דאס דער בעש"ט קיינמאל נישט געזאגט, ווייל ווען יא וואלט דער דברי חיים נישט אזוי געזאגט"...