רבי אליהו מווילנא - הגר"א זצ"ל - י"ט תשרי תקנ"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי אליהו מווילנא - הגר"א זצ"ל - י"ט תשרי תקנ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

י"ט
הה"צ ר' אלי' ב"ר שלמה זלמן מווילנא, הגר"א. - תקנ"ח
דער ווילנער גאון זצ”ל האט איינמאל אינמיטן די טעג פון סוכות געפרעגט זיינע תלמידים, וואו איז מרומז אז אברהם אבינו האט מקיים געווען די מצוה פון זיצן אין סוכה? ווען קיינער האט נישט געוואוסט דעם ריכטיגען ענטפער, האט ער ערקלערט, אין די פלסוקים וה' ברך את אברהם בכל, בכ"ל איז ר"ת ב'סוכות תשבו שבעת ימים, כ'ל האזרח בישראל ישבו בסוכות, ל'מען ידעו דורותיכם וגו'.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עס ווערט דערציילט אז איינער איז אמאל געקומען צו לויפן מיט א ברען צום ווילנער גאון מיט א פעטן לשון הרע אויף א געוויסען איד, ווען דער ווילנער גאון האט דאס שטארק אוועקגעמאכט האט ער געפרעגט פארוואס דער גאון נעמט דאס נישט ערענסט? האט אים דער גאון געענפערט, "מיר האבן בקבלה אז דער יצר הרע האט א גרעסערן כח אויפצופלאמען א מענטש ווי דער ייצר טוב, זעהנדיג ווי ווארים דו ביסט דערפאר האב איך פארשטאנען אז דאס קרומט פון יצר הרע"...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ס'ווערט דערציילט, אז מ'האט געפרעגט פון ווילנער גאון ז"ל, רבי: מיר ווייסן אז אלעס איז מרומז אין די תורה הקדושה, וואו איז מרומז - פרעגט ער - דאס וואס די גמרא זאגט אין מסכת שבת (ל"א) ווען מ'ברענגט ארויף א מענטש צום משפלט אויף יענע וועלט, פרעגט מען די ערשטע זאך, צי ער האט געהאנדעלט אויף די וועלט מיט אמת, און נישט אפלגענארט קיינעם?

האט זיך דער ווילנער גאון פארטראכט אויף א מינוט, און געענטפערט מיט פרייד, יא! אין פלרשת מקץ שטייט א רמז, דער פלסוק זאגט, על דבר הכסף השב באמתחותינו, וועגן דאס געלט וואס ליגט ביי אונז, 'בתחילה' אנחנו מובאים, וועלן מיר דאס ערשטע געברענגט ווערן פאר'ן בית דין של מעלה.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

א גרויסע פרייד האט געהערשט אין די שטאט ווילנא, ווען דער פארלוירענער יונגערמאן, וועלכער איז שוין נעלם געווען עטליכע חדשים פריער, איז ענדליך צוריקגעקומען. נאך מער איז געווען די פרייד ביי די געטראפענע משפלחה אליין. זיין פרוי און קינדער, וועלכע האבן זיך שוין שיעור מייאש געווען פון צוריק צו טרעפן דעם מאן און פאטער, און די פרוי האט זיך שוין געהאלטן פאר אן אייביגע עגונה ל"ע, און דא מיט איינמאל איז די ישועה אונטערגעקומען, און איר מאן איז שוין דא צוריק. אבער א "שווארצער שאטן" האט זיך אריינגעשטעלט צווישן די פרייד. נאך עטליכע מינוט רעדן מיט איר צוריקגעקומענעם מאן, האט די פרוי געשפלירט אז עפלעס א פאלשקייט ליגט אונטער אים. זי האט חושד געווען, אז דער מענטש איז נישט מער ווי א בלאפער, און נישט איר אמת'ער מאן, ער האט זיך בלויז פארשטעלט.
איז זי באלד געגאנגען צו איר פאטער, און זיך אויסגערעדט איר צובראכענעם הארץ, און דערציילט אירע ספיקות. באלד איז איר פאטער געגאנגען צום רב פון שטאט, וואס איז געווען באקאנט אלס דער ווילנער גאון ז"ל, און אים דערציילט די פלאסירונג, און אין דער זעלבער צייט געבעטן פונעם גאון אן עצה, וויאזוי מ'קען דערגיין דעם אמת צי דאס איז איר אמת'ער מאן.
דער גאון ז"ל האט געגעבן אן עצה ווי פאלגענד: מ'זאל פאר'ן מאן גארנישט דערציילן אז מ'איז אים חושד, נאר אלץ זאל ווייטער אנגיין ווי ביז אהער. שב"ק, ווען דער שווער מיט'ן איידעם וועלן גיין אין בית המדרש, זאל דער שווער זאגן פאר'ן איידעם ביי די טיר פון ביהמ"ד, אז ער זאל גיין צום זעלבן פללאץ וואו ער איז געזעסן אמאליגע צייטן, און ער - דער שווער - וועט באלד נאכקומען, און אזוי ארום - האט דער גאון זצ"ל אויסגעפירט - וועט אי"ה ארויפקומען דער אמת.
זעלבסט פארשטענדליך אז מ'האט געטאן ווי דער גר"א האט געהייסן. ווען ס'איז אנגעקומען דער הייליגער טאג שבת, האט אים דער שווער געהייסן ער זאל גיין צום פללאץ וואו ער איז אמאל געשטאנען. אבער פללוצלונג איז דער יונגערמאן געווארן בלייך און דערשראקן, און נישט געוואוסט וואו ער דארף צוגיין. ס'איז געווארן א גרויסער טומל, און נאך א סאך אויספארשונגען איז מען געוואר געווארן אז דער מאן איז געווען א הוילער בלאפער, און ער האט זיך געטראפן מיט דעם ריכטיגן מאן פון די פרוי, און יענער האט אים איבערגעגעבן פארשידענע פלרטים פון זייער פארגאנגענהייט, און אזוי ארום איז דער יונגערמאן געקומען אין שטאט, וועלענדיג אויספאפלען די פרוי און אירע קינדער.
ווען עטליכע תלמידים פונעם גאון ז"ל זענען צוגעשטאנען צו זייער רבי'ן, און געפרעגט פון וואו ער האט גענומען די עצה געוואר צו ווערן דעם אמת, האט ער זיי געענטפערט, דאס האב איך גענומען פון א פלסוק אין פלרשת ויגש, די תורה דערציילט, ווען מ'איז געקומען דערציילן פאר יעקב אבינו ע"ה אז זיין זון לעבט, האט ער קודם נישט געוואלט גלייבן. ערשט שפלעטער, ווען ער האט געזען די וועגענער וואס יוסף האט געשיקט, האט ער געגלויבט אז זיין זון לעבט. דארף מען פארשטיין פארוואס האט ער נאר געגלויבט ווען ער האט געזען די וועגענער? נאר - האט דער גאון מסביר געווען - ווען די שבטים זענען געקומען דערציילן פאר יעקב אבינו אז זיין זון לעבט, האט ער געהאלטן אז מ'נארט זיי אויס, און דער וואס האט זיי געזאגט אז ער איז יוסף, איז א בלאפער, נאר ער האט זיך אפלגעשמועסט מיט'ן אמת'ן יוסף געוויסע פלרטים וועגן זיין פארגאנגענהייט, און ער פאפלט זיי איצט אויס.
אבער שפלעטער, ווען יוסף האט געשיקט די וועגענער, וואס לויט'ן מדרש האט דאס געוויזן אויף די פלרשה פון "עגלה ערופה", וואס יעקב אבינו האט געלערנט מיט יוסף פאר זייער צעשיידונג, האט יעקב אבינו דאן געוואוסט אז ס'מוז זיין אמת, ווייל מיט א "דבר שבקדושה", מיט א הייליגע זאך קען מען נישט פאפלען. דערפאר האט ער שוין איצט געגלויבט אז יוסף לעבט.
אויך ביי דעם פאל - פירט אויס דער גאון - ווען כ'האב געוואלט קלאר מאכן דעם אמת, האב איך מיך אויך באנוצט מיט די זעלבע עצה. דערפאר האב איך אים אויספלרובירט מיט זיין פללאץ אין ביהמ"ד, וואס דאס איז א "הייליגע זאך", און אזוי ארום איז דער אמת טאקע אויפגעדעקט געווארן.
נאכדעם וואס דער מאן האט זיך מודה געווען, איז מען דורך דעם געוואר געווארן וואו דער אמת'ער מאן געפינט זיך, און מ'האט באקומען א גט פון אים, און אזוי, דורך די חכמה פון ווילנער גאון, איז די פרוי ניצול געווארן פון אן עבירה ר"ל, און אויך געהאלפן געווארן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער ווילנער גאון ז"ל פלעגט זאגן, חז"ל זאגן, "ליכא מידי דלא רמיזי באורייתא", ס'איז נישטא א זאך וואס איז נישט מרומז אין די תורה. אפילו די גדולי חכמי ישראל - האט דער גר"א געזאגט - זענען אויך מרומז אין די תורה.
אויף די פראגע פון זיינע תלמידים, וואו איז מרומז דער רמב"ם? האט דער גאון געענטפערט, אין פלסוק ר'בות מ'ופתי ב'ארץ מ'צרים, די ראשי תיבות דערפון איז רמב"ם. דאס איז א רמז אויף די גרויסע מופתים וואס דער רמב"ם האט באוויזן, סיי מופתים פון חידושי תורה, סיי די גרויסע מופתים בחכמת הרפואה, און דאס אלעס האט טאקע פלאסירט אין מצרים וואו דער רמב"ם האט געוואוינט.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ס'איז אמאל אריינגעקומען א תלמיד צו זיין רבי'ן דער ווילנער גאון ז”ל, און אנגעפאנגען צו רעדן לשון הרע אויף די כת חסידים. דער גאון האט אים אנגעשריגן און זיך נישט געוואלט צוהערן צו זיינע רייד.
שטארק פארוואונדערט האט אים דער תלמיד געפרעגט, דער רבי איז דאך איינער פון זייערע גרעסטע מתנגדים, פארוואס וויל דער רבי נישט הערן לשון הרע אויף זיי?

הער זיך צו, האט אים דער גאון געענטפערט. מיר געפינען אין חז”ל (פסחים ג'), אז די תורה האט דווקא געשריבן ביי די בהמות וואס זענען אריין אין דער תיבה, אשר איננה טהורה, און נישט געשריבן טמאה, כדי נישט צו שרייבן מיאוס'ע ווערטער. אויף אן אנדערן ארט געפינען מיר אז די תורה שרייבט יא ארויס "טמאים" הם לכם. וואס איז דער אונטערשיד צווישן די צוויי פללעצער? פארוואס שרייבט די תורה דא יא "טמאים"? נאר דער הסבר איז, דא האט די תורה געוואלט ווייזן אז די טמא'נע בהמות זענען א מיאוס'ע זאך, און ס'איז נישט שיין זיי צו עסן. דערפאר האט די תורה ארויסגעשריבן "טמאים", אז דאס איז א מיאוס'ע זאך. דאקעגן ביי די בהמות וואס זענען אריין אין דער תיבה, פעלט נישט אויס צו באשמוצן די בהמות, און אז ס'פעלט נישט אויס, און ס'וועט גארנישט אויפטאן, איז נישט וויכטיג צו רעדן...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין די שטאט ווילנע איז געווען אן אפלמאך צווישן דעם גאון און זיינע ראשי קהילה, אז צו יעדע אסיפה אויף וועלכע מ'וויל איינפירן א נייעם מנהג, זאל מען אים רופן צו די אסיפה, בכדי צו הערן זיין מיינונג. פלאסירט איינמאל אז די ראשי הקהילה האבן געוואלט איינפירן א תקנה, מ'זאל נישט געבן פון די שטאטישע צדקה קאסע פאר די פרעמדע ארימעלייט, וואס קומען נאר אויף געסטעריי, מיט די טענה אז ס'זאל בלייבן גענוג געלט פאר די שטאטישע ארימעלייט. צוליב דעם האבן די ראשי הקהילה געלאזט צוזאמענרופן אן אסיפה, ביי וועלכן מ'וועט פארהאנדלען איבער דעם "נייעם" מנהג, זעלבסטפארשטענדליך אז מ'האט געלאזט רופן דעם ווילנער גאון צו די אסיפה, אזוי ווי זיי האבן געהאט דעם אפלמאך, אז צו יעדן נייעם מנהג דארף מען הערן זיין הסכמה.
ווען דער גאון איז געקומען צו די אסיפה, און אויסגעהערט זייערע רייד, האט ער זיך אנגערופען, "איך ווייס נישט פארוואס איר האט מיך אהער גערופן. לויט ווי איך הער, פללאנט איר דאך נישט צו מאכן א "נייעם" מנהג".
"וואס הייסט"? - וואונדערן זיך די ראשי הקהילה – "די תקנה איז נאך פון פריער קיינמאל נישט געווען".
די תקנה - זאגט דער גאון - איז שוין אן אלטע תקנה, וואס דער 'וועד ארבעה ארצות' האט שוין פון לאנג איינגעפירט" (דער וועד ארבעה ארצות איז געווען אן ארגאניזאציע פון רבנים, גדולי התורה, בערך פאר 200 יאר צוריק). מיט א פארוואונדערטע מינע ענטפערט דער ראש הקהל פאר'ן גאון, לויט ווי מיר ווייסן, איז בכלל נישטא אזא תקנה אין דעם פלנקס פון 'ועד הארבע ארצות'.
"ניין" - זאגט דער גאון – "נישט די ארבעה ארצות מיין איך. מיין כוונה איז צו די ארבעה ארצות, סדום ועמורה, אדמה וצבוים, וואס דארט האט מען אזוי אויפגענומען א גאסט, ווי איר ווילט איינפירן" - האט דער גאון פארענדיגט, איבערלאזנדיג די אסיפה אין א שטורמישע שטימונג. זעלבסטפארשטענדליך, אז פון דעם נייעם "מנהג" איז גארנישט געווארן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עס איז באקאנט אז דער ווילנער גאון ז"ל האט געפללאנט צו פארן קיין ארץ ישראל, און איז שוין אויך געווען אונטערוועגנס, נאר צוליב געוויסע סיבות האט ער זיך צוריקגעדרייט. זייענדיג אונטערוועגנס האט ער אפלגעשריבן א לאנגן בריוו פאר זיין פרוי וואו ער זאגט איר אן געוויסע חינוך ענינים ווי אזוי זי זאל אנגיין מיט די שטוב ווירטשאפט אין די צייט וואס ער איז נישט אין שטוב. צווישן די שורות שרייבט ער בזה"ל:

"יש שזורע על האבן, והוא לב האבן שאינו נכנס בו כלל, וצריך להכות את האבן עד שיתפוצץ, לכן כתבתי לך שתכה את בנינו אם לא ישמעו לך". (איבערזעצונג: פאראן מענטשן וועלכע פלאנצן אויף הארטע שטיינער, דאס איז דער טאטע וואס פלאנצט אין זיינע קינדער, וואס זייער הארץ איז ווי א שטיין וואס נעמט גארנישט אריין, נאר נאכדעם וואס מ'צעקלאפלט דאס. דעריבער שרייב איך דיר, אויב די קינדער הערן דיך נישט צו, שלאג זיי), עכלה"ק.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין ספר עליות אליהו דערציילט דער תלמיד פונעם ווילנער גאון ז"ל, הגאון ר' חיים מוואלאזשין ז"ל אז זיין רבי האט פיל מאל געוואלט איינפירן אז מ'זאל דוכנ'ן אויך אין חוץ לארץ, און עס איז אים נישט געלונגן, איינמאל האט ער זיך מיישב געווען אז צומארגענס וועט ער דוכנ'ען אין זיין בית המדרש, יענעם צופרי האט מען אים ארעסטירט צוליב א געוויסער בילבול. אויך ר' חיים וואלאזינער ז"ל זעלבט האט געוואלט איינפירן די זעלבע, איינמאל ווען ער איז געקומען מיט אן ענטשלאסענקייט אז ער גייט דאס דורכברעכן, האט זיך ארויסגעשטעלט אז די נאכט האט אויסגעבראכן א שריפה אין בית המדרש, אזוי איז דאס נישט צושטאנד געקומן? (אגב אין ספר חוט המשולש ווערט געברענגט אז דער גאון ר' נתן אדלער ז"ל פלעגט יעדן טאג דוכנ'ען אין זיין בית המדרש)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

א גרויסע מחלוקה געפינען מיר צווישן די בעלי התוספות, אויב מ'פלסל'ט די ציצית פון א נפטר ל"ע, נאך די הונדערט און צוואנציג יאר. אין שו"ע יורה דעה איז פארהאן אין דעם צוויי שיטות. דער ווילנער גאון ז"ל האט געהאלטען און האט אזוי אויך געשריבען אין זיין ביאור הגר"א, אז מ'זאל נישט אראפלרייסען די ציצית פונעם נפטר.
קורץ פאר די פלטירה פונעם גאון ז"ל, האט ער געלאזט רופען איינעם פון זיינע נאענטע תלמידים מיט'ן נאמען ר' סעדי', זאגענדיג טראצדעם וואס מ'פירט זיך איבעראל אראפלצורייסען פון די ציצית, (ווייל א מת איז פלטור ממצוות) פארלאנגט ער אבער אז ביי אים זאל מען מאכען אן אויסנאם, און לאזן אלע 4 ציצית אויפ'ן בגד, אזוי ווי ער איז געגאנגען ביים לעבן.
דער תלמיד האט טאקע גענומען אויף זיך די אויפגאבע אז ער וועט ערפילן זיין רבינ'ס רצון. דער רצון ה' איז אבער געווען אנדערש, און ווען דער גאון איז נפטר געווארען, איז דער תלמיד נישט געווען אין ווילנא. ווי נאר ער איז געוואויר געווארען אז זיין רבי איז נפטר געווארען, האט ער זיך אנגעהויבען צו איילען, ער זאל נאך דערגרייכען די שטאט איידער מ'באערדיגט זיין רבי'ן, אויסצופירען דעם וואונטש פון זיין רבי'ן.
ווי פארוואונדערט איז דער תלמיד געווארען זעענדיג אז ער איז אנגעקומען צום ווילנער בית החיים געציילטע מינוטן נאכ'ן סתימת הגולל! באלד האט ער אויסגערופען, "וויסן זאלט איר אז דער רצון פון רבי'ן איז אנדערש געווען".
ס'איז געווארן א רעש און א צעמישעניש וואס מ'זאל איצט טאן, אבער דער בי"ד פון שטאט ווילנא האט באשלאסען אז וויבאלד דאס האט פלאסירט, איז א באווייז פון הימעל אז דאס איז דער ריכטיגער וועג, אזוי ווי מ'האט זיך געפירט ביי אנדערע גדולים, און מ'האט שוין אזוי געלאזט.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

איבער בילד פונעם הייליגן גר"א איז דא א גאנצע אאיבערקערעניש, וועלכעס איז ריכטיג און וועלכעס נישט, און איך וועל אראפברענגן אלע וואס מען איז מייחס צום גאון ז"ל.

א
בילד

ב


בילד


ג

בילד


ד

בילד

ה

בילד

ו

בילד

ז

בילד

ח


ביי דעם בילד שטייט געשריבן
תמונה נכונה ואמתית זאת, לקוחה מהתמונה הנערכה והנעשית בהשתדלות עמל רב, ע"י הגבירה י"א אוצרה מרת "מרים מאנטאווע" נ"ע,
נכדת הגר"א, וכזו נמצא גם היום בבית משפחת ווילנער, נכדי הגר"א ז"ל.
התמונות הכוזבות ובדויות עד כה בטלות ומבוטלות וזו "תאר אליהו הטוב" [לפ"ק]

בילד

ט

בילד

קרעדיט שטורעם
לעצט פארראכטן דורך זיידעניו אום מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 9:32 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ביתו

בילד
אוועטאר
המסתתר
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 6:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המסתתר »

א פעט ביינדל ? א געשמאקע פישל ?

איך מוז מודה זיין אז איך ווער בטל פאר דיר זיידעניו און פאר דיינע קענטעניסן.

אז מ'רעדט שוין, ברענג שוין צו פארן ציבור די געוואלדיגע התייחסות פון גדולי מאורי החסידות נ"ע צום הייליגן גאון זי"ע. ווי די באקאנטע מעשה פונעם רבי'ן ר' בונם זי"ע ביי רעוא דרעוין ווען מ'איז געוואויר געווארן איבער'ן הסתלקות פונעם גאון זי"ע.
יסתרני בסתר אהלו בצור ירוממני (תהלים כז)
אוועטאר
המסתתר
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 6:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המסתתר »

זיידעלע זיידעלע אַיֶכָּה

איך זעה אז דו ביסט נשתתק געווארן אין דעם ענין, צו ווייל דו ווילסט נישט אריינרעדן דערין, צו צוליב אנדערע סיבות, אבער לעניות דעתי האלט איך אז ס'איז זייער וויכטיג צו קלאר מאכן די געוואלדיגע ציטער פון גדולי מאורי החסידות רעדנדיג פונעם הייליגן גאון זי"ע, כאטש זיין שארפע התנגדות און מלחמה קעגן חסידות (דערינען די חתימה אויפן חרם)

איך וועל דערביי מיט-טיילן מיט'ן עולם מיינע איינצעלנע ידיעות וואס עס ליגט מיר אין זכרון פון יארן צוריק און איך האב עס יעצט נישט נאכגעקוקט. איך בעט זייער דעם חשוב'ן ציבור זאל רעאגירן, און צושטעלן מקורות, אדער קריגן אויף מיר פארשטייט זיך. ס'איז זייער לעגעטים און אנגענומען.

ומעשה שהיה כך היה.

בשעת וואס דער הייליגער רבי ר' בונם מפשיסחא זי"ע איז געזעצן בחבריא קדישא און אפגעפראוועט א סעודת רעוא דרעוין מיט גרויס געהויבנקייט, איז אנגעקומען די ידיעה אז דער הייליגער גאון איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים.

דער הייליגער רבי ר' בונם האט זיך שטארק פארטראכט, און אריין אין גרויס דביקות. נאך עטליכע מינוט האט דער רבי ר' בונם אויפגעהויבן זיין קאפ און געקומען צו זיך, און זיך אנגערופן "א תלמיד חכם געט זיך אייביג אן עצה". סתם ולא פירש.

נאך הבדלה האט ער מפרש געווען זיינע ווערטער: היות די ערשטע שאלה וואס עס איז געשטעלט געווארן פאן הייליגן גאון זי"ע ביים בית דין של מעלה איז געווען: "פאר וואס ער האט גע'רודפ'ט די חסידים". און דערויף האט דער גאון געענטפערט "איך האב עס געמיינט לשם שמים".

דאס איז געווען פשט פון מיינע ווערטער "א תלמיד חכם געט זיך אייביג אן עצה". האט דער רבי ר' בונם אויסגעפירט.

והוא פלאי.

*

נאך א מעשה פארציילט די וועלט ווי פאלגענד:

עס איז אמאל געקומען א איד א גרויסער חסיד א בר אוריין צום הייליגן תניא זי"ע, און זיך מתפאר געווען פאר אים, נישט מער און נישט ווייניגער נאר אז ער איז געגאנגען און מטיל מימיו געווען (אנטשולדיגט אויפן אויסדרוק, אבער דאס געווען איז די מעשה) אויפן ציון הקדוש פון גר"א זי"ע.

דער חסיד האט אוודאי געמיינט אז דער תניא זי"ע וועט אים אויסלויבן פאר די געוואגטע שריט. אבער נישט נאר אז דאס האט נישט פאסירט נאר דער הייליגער תניא האט זיך צאמגעקלאפט די הענט און אנגעהויבן שרייען אויף דעם איד: "לויף שנעל צוריק צום הייליגן ציון און בעט מחילה מיט מנין לאמיר האפן אז ס'איז נישט צו שפעט".

ליידער כפי המסופר, האט דער איד נישט משלים שנתו געווען.

די מסקנא פון דעם איז: די הייליגע ווערטער פון חז"ל (אבות פ"ב) הוי זהיר בגחלתן שלא תכוה שנשיכתן נשיכת שועל ועקיצתן עקיצת עקרב ולחישתן לחישת שרף.
יסתרני בסתר אהלו בצור ירוממני (תהלים כז)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

צווישן מיינע ארכיוון האב איך געפונען נאך א בילד פונעם הייליגן גאון זצ"ל.
(ער האט שוין באלד מער בילדער ווי פון מיר אליין)

לפי ראות איז בילד ח' פון אויבן באזירט אויף דעם בילד.
אטעטשמענטס
vilner-guen.gif
vilner-guen.gif (72.11 KiB) געזען 7739 מאל
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
משה פאלאפל
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 21, 2010 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה פאלאפל »

איך האב מיך באגעגנט מיט א געוויסע מעשה פונעם ווילנער גאון, און די מעשה פון פאנגט זיך אהן מיט די ווערטער "בעת שסבל הגר"א מווילנא גלות וכו'", בין איך נייגעריג צו עמיצער ווייסט דא עפעס מער דערוועגן, איז עס א באוויסטע זאך? איז געווען א געוויסע תקופה בחייו וואס ער איז געגאנגען גלות ליידן? איז עס געווען ווען ער איז שוין געווען באוויסט? צו אפשר נאך איידער זיין התגלות? איך וואלט געקענט באשטיין צו וויסן מער פרטים אין דעם נושא.
אוועטאר
קרעפלקאפ
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפלקאפ »

משה פאלאפל האט געשריבן: איך האב מיך באגעגנט מיט א געוויסע מעשה פונעם ווילנער גאון, און די מעשה פון פאנגט זיך אהן מיט די ווערטער "בעת שסבל הגר"א מווילנא גלות וכו'", בין איך נייגעריג צו עמיצער ווייסט דא עפעס מער דערוועגן, איז עס א באוויסטע זאך? איז געווען א געוויסע תקופה בחייו וואס ער איז געגאנגען גלות ליידן? איז עס געווען ווען ער איז שוין געווען באוויסט? צו אפשר נאך איידער זיין התגלות? איך וואלט געקענט באשטיין צו וויסן מער פרטים אין דעם נושא.

יא, אזוי ברענגט אויך דער ויקיפדיע
בגיל צעיר יצא הגר"א ל"גלות" לפולין ולגרמניה, עבר בליסא וברלין ואולי אף באמסטרדם. על פי עדותו של הרב יצחק אייזיק הלוי הרצוג נמצאה חתימתו של הגאון בספרייה הבודליאנית באוקספורד שבבריטניה אולם כיום לא ידוע על כך.


אויך ברענגט דער חפץ חיים בנוגע שמירת הלשון אז דער ווילנא גאון איז אמאל בימי הגלות (דוכט זיך) פארפארן מיטן בעל עגלה אין א פעלד פון א גוי וועלכער האט אים געשלאגען איבער דעם. האט דער גאון געזאגט אז אויב וואלט ער זיך אנגערופן אז ס'איז נישט זיין שולד נאר דעם בעל עגלה'ס, וואלט אים זיין גאנצע תורה נישט געהאלפן זיך צו באשיצן פונעם עונש אויף לשון הרע.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

אין ספר אורות הגר"א ברענגט ער אראפ א מעשה פונעם גאון
ווען ער איז געגאנגען גלות איז ער איינגעשטאנען אין א קרייטשמע
איז דארט געווען א איד נישט שומר תומ"צ
און ער האט געהאלטען ביים עסען ברויט רופט דער גאון דער בעל אכסניא
און זאגט איהם צו דערמאנען יענער איד צו וואשען די הענט
גייט ער צו דער איד און גיט איבער די ווערטער פון גאון
לאכט ער און זאגט ער האלט שוין אסאך ווייטער ווי נטילת ידים
זאגט דער בעל אכסניא צום גאון וואס יענער האט געזאגט
זאגט אים דער גאון ער זאל יענעם זאגען אז ער וועט נישט באקומען א פעקעדזשדיעל
נאר אויף יעדען ביטול מצוה באזינדער וועט זיין דין וחשבון
האט דאס געגעבען יענער איד א ציפ
און ער איז נתעורר געווארען און תשובה געטוען....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
משה פאלאפל
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 21, 2010 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה פאלאפל »

שכוח ביידע פון ענק. אינטרעסאנט אז די מעשה וואס איך האב געליינט האט א חלק פון ביידע מעשיות וואס ענק האבן דא ציטירט, סיי ס'איז פארגעקומען אין א קרעטשמע און סיי אז דער גאון האט געכאפט קלעפ.
אוועטאר
בן אחר בן
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2012 1:25 pm

י"ט תשרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן אחר בן »

איינער האט אמאל געפרעגט דעם גאון און ראש הישיבה ר' אהרן קאטלער ז"ל, וועגן גדלות פון ווילנער גאון, האט ר' אהרן אים צוריק געפרעגט, זאגט איר ווי ביסטו דאס משער? האט דער יונגערמאן געזאגט מ'קען זיכער זאגן אז ער איז געווען בקי אין ש"ס בבלי, ירושלמי, שלחן ערוך, זהר הקדוש, און אלע ראשונים, מיט א טיפקייט און קלארקייט וכדומה וכדומה.
האט ר' אהרן געזאגט, אויף וואס דו זאגסט, דאס איז געווען ר' חיים עוזר ז"ל זי'ע, אבער אין דעם גאון, האבן מיר נישט קיין השגה.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5399
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

זייער א גוט שטיקעל אין גליון דורות פון העדה איבער מרן הגר"א זי"ע
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

התנא הגר"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דא ווערט דער ווילנא גאון דערמאנט מיטען טיטעל " תנא".
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 83&hilite=
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
נטיעות
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 09, 2014 4:51 am

ב"ה - צאצאי הגר"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטיעות »

בר ששת האט געשריבן: כפי הזכור לי בני משפחת שצ'רנסקי הגוראיים מפולניה, כן-כן, רבי מאיר ז"ל ובנו רבי בנימין הי"ו, מתייחסים גם הם ישירות. ואאל"ט אפילו בן אחר בן. וצריך בדיקה.


בעהשי"ת

לקיים מה שנאמר אשר שמענו ונדעם ואבותינו ספרו לנו, כפי ששמעתי מהורי ומקרובי הזקנים, היה זקני ר' יצחק - המכונה ר' איצ'ה קובנר - אבי זקני ר' בנימין, מגזע הגר"א מוילנא, אשר כל משפחתו היו מתנגדים מובהקים בזמנים ההם. הוא ואחיו ר' אלעזר - בני ר' יעקב משה ב"ר אברהם בן הגר"א, כולם לומדים מופלגים, כיאות לנכדי הגר"א. והר' יעקב משה ובניו נטלו על עצמם את מלאכת סידור והוצאה לאור של כתבי וחידושי הגאון, הרבים, שהשאיר אחריו. כעבור מספר שנים אחרי חתונתו, כשמגוריו היו בעיר קובנה, כשבאה ברכת תלמידי הבעש"ט לכל המתנגדים שבניהם יטעמו מדבש החסידות, טעם גם ר' יצחק הנ"ל, ומשכה אותו בעבותות, עד שגמלה בליבו, והחליט לנסוע לקאצק. ובהישמע זה הדבר בקרב משפחתו המתנגדים, ישבו עליו שבעה - כנהוג בעת ההיא, וקרובים נעשו אויבים, ואוהבים נהפכו לשונאים, והיה להם לבושה שכזה במשפחה, עד שמחקו אותו מכל הספרים, בל ייזכר לא עזרתו ולא קרבתו, ואף היו מהם שהעלילו עליו בפני הרשות, עד שהוכרח לברוח לפרק זמן למדינת פולין, ושם שינה שם משפחתו למשפחת שצ'רנסקי, ומאז גם הוא לא רצה לשמוע ממשפחתו, וכל השידוכים לבניו ולבנותיו רק מפולין היו, ולכן לא החשיבו עד הדור שלפנינו את הייחוס הרם לזקנינו הגאון רבי אלי' מווילנא.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

חסידישער יוד נושא: וואס זענען די גרעניצן פון די תקופות; גאונים, ראשונים ואחרונים
האט געשריבן:
יש אגרת מחזו"א בה כותב שהגר"א היה מעותד להיות "ראשון" בדורות האחרונים.

חסידישער יוד האט געשריבן: החזו"א כותב שהגר"א הוא בעצם "ראשון" שהיה מעותד לישתל בדורות אחרונות להאיר עיני הגולה ולהיות בתראי לכל הראשונים - ולכן הלכה כמותו כשחולק על הראשונים - לדעת החזו"א.
ראוי לעיין בפנים האגרת [אני לא יודע כעת היכן היא] כי אולי לא כיוונתי כאן לעומק כוונתו של החזו"א.


אנו מתייחסים להגר"א בשורה של משה רבנו, עזרא, רבנו הקדוש, רב אשי והרמב"ם. הגר"א שנתגלה תורה על ידו כקדוש מעותד לכך שהאיר במה שלא הואר עד שבא ונטל חלקו, והוא נחשב כאחד מהראשונים, מדרגתו ברוח הקודש, ביגיעתו ובבקיאותו בעיון העמוק בכל התורה המצויה עתה בידינו, אי אפשר כלל לצייר את אפשרותם." קובץ אגרות חזון איש חלק א' סימן ל"ב
.

מלקט שאיני יודע מה טיבו

אנו זכינו לראות בעינינו מחותני אדוננו מרנא ורבנא גאון ישראל וקדושו, ר' אליהו חסיד, הוא היה עיר וקדיש כאחד מן הראשונים, וכל מדות שמנו חכמים בתלמיד חכם נראה ונגלה לכל שהיו בו, בין בתורה בין ביראה, בין בהנהגותיו,

בעל חיי אדם
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער יוד »

הגה"ק מקאמארנא ז"ל כותב שיש לו ניצוץ מהגר"א ז"ל ויש בזה עוד דברים שאני לא זוכר.
...כי אם ליראה וגו'
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”