Re: רבי ישראל הבעל שם טוב הקדוש זי"ע - שבועות תק"כ
מעיין2 האט געשריבן: אין שיח זקנים ברענגט ער א מעשה פונעם בעש"ט פון די צייטן ווען ער איז געווען א שוחט, איך האב דאס קיינמאל נישט געוויסט.
אין שבחי בעשט ווערט דאס נאר דערמאנט בדרך אגב , אבער אין ספר קבוצת יעקב
סיפורים מקוריים פון משפחת מרגליות ווערט דערציילט אז דער בעל ש''ט הק' איז לפני התגלותו געווען דער שוחט אין דארף קשילאוויץ נעבן יאזלאוויץ מקום כהונת ר' צבי הירש מרגליות, אבי האחים הק' ה'מאיר נתיבים' ורבי דוב בער מיאזלאוויץ מראשוני תלמידי הבעש''ט ע''ש הסיפור באריכות,
די סיפורים זענען געדרוקט אין פארשידענע ספרים אין זענען זייער קראנט , וויבאלד ס'איז איבער געגעבן איש מפי איש דורך אן אייניקל פון ר' דוב בער הנ''ל.
בנוסף לזה האב איך געטראפן אין זכרונות פון שטאט 'באטשוטש' (נעבן יאזלאוויץ) פון א באקאנטן שרייבער משם , אז די אלטע מתנגדים פון באטשוטש פלעגן רופן דעם בעש''ט בביטול 'קשילאוויצער שוחט' ,
וע''פ שני עדים יקים .