שטריימלעך. די ווערט, די אויסקוק, און די פרייז

קליידונג און קלינערס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

Greeneryid האט געשריבן: איך האב נאר איין שאלה. אויב זענען וויידלעך אזוי טייער און עס ווערט נאר טייערער און טייערער, פארוואס האבן די שטריימל סוחרים געטוישט די סטייל צו מאכן אזעלכע הויכע שטריימלעך? זיי וואלטן ווען געקענט האלטן די אלטע סטייל אדער מאכן די נייע סטייל נאך נידריגער אזוי וועט נישט זיין אזא דימענד פאר וויידלעך און אלעס וועט זיין ביליגער. זאג מיר נישט אז די קאסטומערס האבן אנגעהויבן פארלאנגען הויכע שטריימלעך.


א גוטע שאלה.
די ערשטע זאך קודם איז אריין געקומען א נייע מהלך אין שטריימלך, אז אנשטאט ארבעטן מיט א א וויידל אליין, לייגט מען אריבער די האר אויף סעפציעלע פאפיר, עס איז סאך לייכטער, און האט ערמעגליכט צו האבן העכערע שטריימלעך.

די הויעכקייט האט נישט געהאט מיט פרייז, נאר מיט בענעפיט, עס איז ערמעגליכט געווארן א זאך וואס איז נישט שייך געווען, און דער עולם האט זיך צוגעכאפט דערצו.
און נאך היינט, די לאנגע האר איז טייער ביי נידריגע אויך, און די פאריגע האר וואס מ'האט גענוצט ביי די קליינע, די לענישע האר, איז פונקט אזוי ביטער טייער, א וויידעלע קאסט אביסלע ווייניגער, אבער האט סאך ווייניגער האר, און דארף סאך מער וויידלעך פער שפיץ, עס קאסט היינט אזא סארט שטריימעל אויך זייער טייער, אפילו ס'איז נידריג.

אבער די לעצטע יארן איז אפיר געקומן נייע האר, וואס איז שענער און לענגער ווי די האט וואס מ'האט פארדעם גענוצט, און דאס ווערט אויך כסדר טייערער, אפגעזען ווי הויעך מ'דארף, נישט אויף די גאנצע הויעך נוצט מען די לאנגע האר, עס האט אסאך חכמות,

אדרבה הייב אויף א שטריימל פון 20 יאר צוריק, עס לאזט זיך נישט גלייבן ווי אזא קליין קאץ קען וועגן אזוי פיל.
לעצט פארראכטן דורך לייפציק אום פרייטאג מארטש 29, 2019 2:18 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

זייער א שיינע פוינט הענדימאן.

אבער איך פארשטיי די וואס האבן טענות, איך קויף אויך שטריימלעך.
קודם כל, ווען א מענטש פילט אומזיכער, און ווייסט נישט פארוואס ער צאלט, ווייל ער פארשטייט נישט פונקטלעך, פארשטייט ער גלייך אז דו ביזט א גנב.

צווייטענס, ווען א מענטש פארשטייט נישט, און מוז קויפן זאכן וואס ער דארף נישט, ווייל יעדער האט, קען עס וויי טון.

כ'האב אמאל געזען איינעם זיך אפרעדן אז ער האט געמאכט פארטי, און באשטעלט ביי די גרפיקער א עד, ער האט נאר געבעט איין צעטל, און ער טשארדשט אים 100 דאלער, גניבה גזילה, דער וואס מאכט די קאפיס בעט נישט מער ווי 5 סענט א שטיקל, ער קען פארשטיין די ערשטע זאל קאסטן 3.75 אדער 7.99 אבער 100 דאלער?

דריטענס, ווען א בחור האט א זאך אין חלום, ער האט נאך קיין שטריימל קיינמאל נישט געהאט, און ער וויל אזוי יענער און יענער האט, און ווען ער האט למעשה זיין שטריימל אין די הענט און עס ווערט א ריאליטי, און עס גייט דורך אפאר חדשים און ער האט אן פארשטיין מער אביסל אז נישט דאס האט ער געדארפט, איז דער סוחר שולדיג.

איי ער איז נישט קיין מבין, ער ווייסט נישט וואס ער האט געבעטן און נישט וואס ער האט באקומען, ער האט נאך מיטגעשלעפט 12 בחורים "מבינים" וואס האבן אים געפירט אין באד אריין, און געבעטען ווייסער האר, מיט בייכער, לעבעדיג און לעכטיג, הויעך און שמאל, רינדיכיג געשניטן מיט א ווייעכע קאפל.. וואס קיין איינס פון די זאכן איז נישט פאר זיין טובה, און איז נישט גוט, און ער האט זיך נישט געלאזט דערעדן, ווייל "ער" צאלט... און נאכדעם ווען ער זעט די תוצאות איז ער אויפגערעגט.

אויך קומט אריין אז די שטריימל סוחרים זייענדיג געדרעינט פון "מבינים" און משוגעת'ן, געבן די סוחרים צומאלן עדטיטוד, און דאס איז טאקע נישט גערעכט, אבער א חתן קען קומען 15 מאל וועגן די שטריימל, יעדעס מאל מיט 10 אנדערע מבינים, בעטן יעדעס מאל עפעס אנדערש, און אויפהאלטן יעדעס מאל ביז מ'פרשיקט זיי, ווייל א צווייטער חכם ברענגט יעצט מבינים, דאס איז שוין נישט אויסצוהאלטן, הלמאי, איך קום צו דיר קויפן, נאכן משוגע מאכן דעם קאמפעטישן אויך 100 מאל, און דו געסט מיר נישט אוועק דיין נשמה?

נישט נאר אויף די פלאץ ווי מ'קויפט איז מען ברוגז, נאר אויף די פלעצער ווי מ'קויפט נישט, מ'קומט נאר משוגע מאכן, אויז מען אויך ברוגזן נאכ'ן קומן זעבעצן מאל מיט מבינים.

בקיצור, עס איז א שווער געשעפט.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15040
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

לייפציק האט געשריבן: זייער א שיינע פוינט הענדימאן.

שכח

לייפציק האט געשריבן: אבער איך פארשטיי די וואס האבן טענות, איך קויף אויך שטריימלעך.
קודם כל, ווען א מענטש פילט אומזיכער, און ווייסט נישט פארוואס ער צאלט, ווייל ער פארשטייט נישט פונקטלעך, פארשטייט ער גלייך אז דו ביזט א גנב.

די מיינדסעט איז סתם אזוי ראנג

איך האב מיך איבערצייגט אז כמעט יעדע ליין וואס איז בלויז לופט, ווערט צום סוף אינגאנצן צופלאצט. ווייל מענטשן שפרינגען אריין דערין, און נאכדעם ווען די קאמפעטישן ווערט צו ביטער, שלאגט מען זיך אויף פעניס

לייפציק האט געשריבן: צווייטענס, ווען א מענטש פארשטייט נישט, און מוז קויפן זאכן וואס ער דארף נישט, ווייל יעדער האט, קען עס וויי טון.

אז מהאט פיער פרעשור איז נישט קיינעמ'ס שולד. אויב דער שטריימל סוחר זאל אויפהערן פראדוצירן גאר טייערע שטריימלעך, וועט דער קאמפעטישן אז מאכן און ער וועט נאר דערלייגן דאס געלט וואס ער וואלט געקענט מאכן

לייפציק האט געשריבן: כ'האב אמאל געזען איינעם זיך אפרעדן אז ער האט געמאכט פארטי, און באשטעלט ביי די גרפיקער א עד, ער האט נאר געבעט איין צעטל, און ער טשארדשט אים 100 דאלער, גניבה גזילה, דער וואס מאכט די קאפיס בעט נישט מער ווי 5 סענט א שטיקל, ער קען פארשטיין די ערשטע זאל קאסטן 3.75 אדער 7.99 אבער 100 דאלער?

צוויי חברים גראפיקערס האבן מיר געזאגט אז ווען איינער ארדערט א צעטל זאגט ער אים אז סוועט זיין גרייט און 4 שעה און וועט קאסטן כך וכך. בערך 10 מינוט נאך דעם איז עס גרייט און זיי ווארטן פשוט אז די 4 שעה זאל אדורכגיין און דאן שיקן זיי. די סיבה איז ווייל ווען זיי פלעגן שיקן גלייך האבן מענטשן געפערלעך פארדרייט א קאפ. זייט זיי האבן געמאכט די נייע פאליסי איז די קאפ דרייעניש געפאלן מיט 95%

געוויסע מענטשן האלטן אז איינער וואס קען מאכן אין 10 מינוט וואס א צווייטן נעמט פיר שעה, טאר נישט פארדינען מער פאר זיין טאלאנט

לייפציק האט געשריבן: דריטענס, ווען א בחור האט א זאך אין חלום וכו'
לייפציק האט געשריבן: בקיצור, עס איז א שווער געשעפט.

אטא דאס האבעך געוואלט ארויסברענגען

אקעי. נישט "נאר" דאס, אבער דאס אויך...
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

לייפציק האט געשריבן: א גוטע שאלה.
די ערשטע זאך קודם איז אריין געקומען א נייע מהלך אין שטריימלך, אז אנשטאט ארבעטן מיט א א וויידל אליין, לייגט מען אריבער די האר אויף סעפציעלע פאפיר, עס איז סאך לייכטער, און האט ערמעגליכט צו האבן העכערע שטריימלעך.
.

מ'נעמט איין וויידל און מ'ארבעט עס אויס און מ'ציעט עס אויס אין די ברייט. דערנאך נעמט מען א צווייטע וויידל און מ'ארבעט עס אויס און מ'ציעט עס אויס אין די ברייט און מ'צושניידט עס אין די העלפט אין די לענג, האלב גייט אויף די רעכטע זייט און האלב גייט אויף די לינקע זייט פונעם ערשטען. כמעשהו בשניה כך מעשהו בשלישית און דאן האסטו איין פארטיגע שפיץ.

די האר וואס ליגט אויבן און אינטן פונעם שטריימל איז א צווייטע מין האר אינגאנצן, ס'איז מער א ווייעכערע

אויב איינער פרעגט מיר וויפול ער זאל צאלן פאר א שטריימל וואלט איך אים געזאגט נישט מער פון 3500. איין מאל דו צאלסט פאר די לאנגע האר ברויכסטו עס אייביג באדינען אפילו נאך 10 (בעסער געזאגט 2 יאר) יאר ווען דו האסט שוין נישט קיין נערווען דערצו. אין מיין פאריגע תגובה האב איך פשוט געמיינט ארויסצוברענגען אז אין א שטריימל איז דא א גרויסע ווערד. מוצאי שבת ווען דו קומסט אהיים פון ביהמ"ד שטעל אפ א גוי און פרעג אים וויפול ער שאצט דיין שטריימל איז ווערט. זאג אים אז ס'איז הענד מעיד און עכטע האר (אויב דיינס איז טאקע עכט). און קום אריין דא זאגן וואס ער האט דיר געענטפערט.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

https://www.google.com/search?safe=stri ... pr_min:300
ווער ס'האלט אז האר איז נישט מעגליך אס ס'זאל זיין א טייערע זאך זאל ביטע געבן דא א בליק.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

nmi האט געשריבן: https://www.google.com/search?safe=strict&client=ms-android-verizon&sout=1&biw=360&bih=612&tbm=shop&q=real+fur+keychain&prmd=sinv&tbs=vw:g,mr:1,price:1,ppr_min:300
ווער ס'האלט אז האר איז נישט מעגליך אס ס'זאל זיין א טייערע זאך זאל ביטע געבן דא א בליק.

https://www.google.com/search?q=real+fu ... :1000,mr:1
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
גליקליכע אינגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 31, 2018 11:54 am

Re: שטריימלעך. די ווערט, די אויסקוק, און די פרייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליקליכע אינגערמאן »

קאן מיר איינער ביטע ארויסהעלפען? וויפיל איז די נארמאלע פרייז פאר אן עכטע שטריימעל?

מיין טאטע א חשובע מגי"ש לעבט פון די געהאלט מאכט חתונה זיין טאכטער, די מחותן וויל געבן די רעגן שטריימעל און ער וויל מיין טאטע זאל געבן די עכטע, איך גיי יעצט נישט אריין אין די נושא ווער צאלט נארמאל די שטריימלעך, דאס איז די מציאות און מיין טאטע וויל זיך נישט שלאגן, ער איז גרייט צו געבן די עכטע אבער ער וויל נישט איבערצאלן,

וויל איך וויסן וויפיל איז די נארמאלע פרייז צו צאלן פאר אן עכטע שטריימעל? $3000? $4000? $3500????

די חתן איז געווען ביים שטריימעל סוחר אין ער האט איהם געגעבן א שטריימעל פאר $4500 איז דאס די נארמאלע פרייז היינט ציטאגס אדער מען קען באקומען שיינע סחורה פאר ביליגער?

ביטע מיר העלפן
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8809
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: שטריימלעך. די ווערט, די אויסקוק, און די פרייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

גליקליכע אינגערמאן האט געשריבן: קאן מיר איינער ביטע ארויסהעלפען? וויפיל איז די נארמאלע פרייז פאר אן עכטע שטריימעל?

מיין טאטע א חשובע מגי"ש לעבט פון די געהאלט מאכט חתונה זיין טאכטער, די מחותן וויל געבן די רעגן שטריימעל און ער וויל מיין טאטע זאל געבן די עכטע, איך גיי יעצט נישט אריין אין די נושא ווער צאלט נארמאל די שטריימלעך, דאס איז די מציאות און מיין טאטע וויל זיך נישט שלאגן, ער איז גרייט צו געבן די עכטע אבער ער וויל נישט איבערצאלן,

וויל איך וויסן וויפיל איז די נארמאלע פרייז צו צאלן פאר אן עכטע שטריימעל? $3000? $4000? $3500????

די חתן איז געווען ביים שטריימעל סוחר אין ער האט איהם געגעבן א שטריימעל פאר $4500 איז דאס די נארמאלע פרייז היינט ציטאגס אדער מען קען באקומען שיינע סחורה פאר ביליגער?

ביטע מיר העלפן

האב איך נישט געוואוסט אז היינטיגע צייטן עקזעסטירט נאך אזא זאך ביי נישט עשירים אז מ'קויפט צוויי שטריימעלך איינס עכטע און איינס נישט עכט
5000 איז געווען די פרייז פאר 20 יאר צוריק, ווילסט מיר זאגן די פרייז איז אראפ?
מיין ענטפער פאר דיר, אז מ'גייט סיי ווי צאמשטעלן דאס געלט, נעם שוין די טייערסטע, די אידן וואס מ'וויל אימפרעסן וועלן אי"ה אנטייל נעמען אין די גאו פאנד מי קאמפיין
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
גליקליכע אינגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 31, 2018 11:54 am

Re: שטריימלעך. די ווערט, די אויסקוק, און די פרייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליקליכע אינגערמאן »

איך בין אין ענגלאנד, עס איז נאכנישט אנגעקומען די חתונה תקנות דא, עס איז נאך א נארמאלע זאך צו קויפן 2 שטריימעלך, ב"ה מיין טאטע בארגט נישט פאר זיינע חתונות, אבער ער זיכט נישט איבערציצאלן פאר א שטריימעל.

ווען איך האב חתונה געהאט 6 יאהר צוריק האב איך געצאלט $4000 איז עס אראפ צו ארויף?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35764
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שטריימלעך. די ווערט, די אויסקוק, און די פרייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מי יודע האט געשריבן: 5000 איז געווען די פרייז פאר 20 יאר צוריק,

פאר א טייערע, גאנצע שפיצן, ווידער שטריימל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8809
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: שטריימלעך. די ווערט, די אויסקוק, און די פרייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

farshlufen האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן: 5000 איז געווען די פרייז פאר 20 יאר צוריק,

פאר א טייערע, גאנצע שפיצן, ווידער שטריימל.

איך רעד ביי קרויס
איך מיין דאס איז געווען דעמאלטס די רעגולע פרייז, אדרבה וואס זאגט כבוד הרב, איר האט דאך אויך חתונה געהאט יענע יארן (אפשר נאך פריער)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35764
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שטריימלעך. די ווערט, די אויסקוק, און די פרייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מי יודע האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן: 5000 איז געווען די פרייז פאר 20 יאר צוריק,

פאר א טייערע, גאנצע שפיצן, ווידער שטריימל.

איך רעד ביי קרויס
איך מיין דאס איז געווען דעמאלטס די רעגולע פרייז, אדרבה וואס זאגט כבוד הרב, איר האט דאך אויך חתונה געהאט יענע יארן (אפשר נאך פריער)

ניין כנ"ל, דער פרייז פאר א שטריימל פאר א געווענליכע חתן איז ווייט נישט געווען אזוי הויך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
גליקליכע אינגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 31, 2018 11:54 am

Re: שטריימלעך. די ווערט, די אויסקוק, און די פרייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליקליכע אינגערמאן »

לאמיר זיך נישט שלאגן וואס איז געווען, איך וויל וויסן וואס איז יעצט די פרייז?
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8865
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: שטריימלעך. די ווערט, די אויסקוק, און די פרייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

מי יודע האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן: 5000 איז געווען די פרייז פאר 20 יאר צוריק,

פאר א טייערע, גאנצע שפיצן, ווידער שטריימל.

איך רעד ביי קרויס
איך מיין דאס איז געווען דעמאלטס די רעגולע פרייז, אדרבה וואס זאגט כבוד הרב, איר האט דאך אויך חתונה געהאט יענע יארן (אפשר נאך פריער)

3,800, איז שוין געווען דאס פראכפולסטע, דאכצעך מיר
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14828
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: שטריימלעך. די ווערט, די אויסקוק, און די פרייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

מיין איז א מיללער 5K דארף קלאמפיש אויסקוקן וואו 6K
אוועטאר
גליקליכע אינגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 31, 2018 11:54 am

Re: שטריימלעך. די ווערט, די אויסקוק, און די פרייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליקליכע אינגערמאן »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן: מיין איז א מיללער 5K דארף קלאמפיש אויסקוקן וואו 6K


דאס איז די נארמאלע פרייז אדער עס הייסט בעל בתיש געצאלט?
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14828
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: שטריימלעך. די ווערט, די אויסקוק, און די פרייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

גליקליכע אינגערמאן האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן: מיין איז א מיללער 5K דארף קלאמפיש אויסקוקן וואו 6K


דאס איז די נארמאלע פרייז אדער עס הייסט בעל בתיש געצאלט?

דאס איז געווען בעלבאטיש
ווייסעכנישט יעצט
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8865
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: שטריימלעך. די ווערט, די אויסקוק, און די פרייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

גליקליכע אינגערמאן האט געשריבן: לאמיר זיך נישט שלאגן וואס איז געווען, איך וויל וויסן וואס איז יעצט די פרייז?

די פרייז איז היצטערט אדער צוויי אלפים מיינוס
אדער 6 אלפים ביז עטליעסט צען!
(פארשטייט זוך. די פרייז איז בעפאר די שטריימל וואס מען טראגט אויפן קאפ וועכנטליך..)
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע:בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: שטריימלעך. די ווערט, די אויסקוק, און די פרייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

ניס קראכער האט געשריבן:
גליקליכע אינגערמאן האט געשריבן: לאמיר זיך נישט שלאגן וואס איז געווען, איך וויל וויסן וואס איז יעצט די פרייז?

די פרייז איז היצטערט אדער צוויי אלפים מיינוס
אדער 6 אלפים ביז עטליעסט צען!
(פארשטייט זוך. די פרייז איז בעפאר די שטריימל וואס מען טראגט אויפן קאפ וועכנטליך..)

איך האב די וואך געגעבן אסאך געלט פאר א חתן וואס גייט חתונה האבן, ער האט מיר געוויזן אז ער האט באצאלט פאר זיין שטריימל (ביי כתר) $1000 און נישט קיין פעני מער.

נישט אז עס גייט מיר דירעקט אן וואו ער גייט נוצן מיין געלט, איך האב אים עס געגעבן ווייל איך בין געווען איבערגענומען פון די אחריות פון א חתן וואס וויל היטן און אכטונג געבן אויף ממון ישראל.

כ'האב געמיינט אז ס'וועט זיין א נארישע קוטשמע אבער ניין עס איז א שיינע שטריימל, דעריבער זאג דיין פאטער אז מען מוז נאכנישט צאלן אזויפיל צו זיין 'נארמאל'...
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15040
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: שטריימלעך. די ווערט, די אויסקוק, און די פרייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

כ'מיין אז צו באצאלן אונטער 2,000 מוז מען נישט געהערן צו איינס פון די קהילות וואס האבן תקנות
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: שטריימלעך. די ווערט, די אויסקוק, און די פרייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ניס קראכער האט געשריבן:
גליקליכע אינגערמאן האט געשריבן: לאמיר זיך נישט שלאגן וואס איז געווען, איך וויל וויסן וואס איז יעצט די פרייז?

די פרייז איז היצטערט אדער צוויי אלפים מיינוס
אדער 6 אלפים ביז עטליעסט צען!
(פארשטייט זוך. די פרייז איז בעפאר די שטריימל וואס מען טראגט אויפן קאפ וועכנטליך..)

פאר 4500 קענסטו באקומען א הערליכע לייטישע שטריימל. פאר 6 באקומסטו שוין א גאר בעל בתישן שטריימל.
דער קאמפיין איז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלען זענען נאך מעגליך אקטועל
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: שטריימלעך. די ווערט, די אויסקוק, און די פרייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

צום קעפל.

האר וואקסט אויף אראפ נישט אויף ארויף.
קענסט וואקן אין וויליאמסבורג מיט א באקרוינדעלטן שטריימל און ווערן ארויפגעקוקט דורך יענע צוואנציג טויזנט משפחות אבער אין צעהן יאר ארום ווען דו וועסט זיך שעמען צו קוקן די פיקטשערס זאלסטו נישט זאגן אז כהאב דיר נישט געווארנט... מעגסט נעמען א לעקציע פון די געלע דאבל ברידזש גלעזער..
דודי קנפלר
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2020 4:51 am

Re: שטריימלעך. די ווערט, די אויסקוק, און די פרייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דודי קנפלר »

וואר וויסט ויכאן מאן קויפן אלע פרטים וואס מי דארף צי באוין א שטרימל?
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע:אונטערן מאטראץ

Re: שטריימלעך. די ווערט, די אויסקוק, און די פרייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

האבעך יעצט דורכגעבליקט דעם גאנצן אשכול...

@לייפציג און @nmi זענען פולי גערעכט, איך קען די ליין זייער גוט, מ’דערלייגט זיך די הויזן דיינס און יענעמס ביז מ’הייבט אן זעהן געלט.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

Re: שטריימלעך. די ווערט, די אויסקוק, און די פרייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

יוי בין איך צומישט געווארן דא...:?
וואס איז הלכה למעשה, וויפיל דארף איך רעכענען אויף א פראכטפולע מחותן שטריימל, צו קענען באקומען פאר נארמאלע פרייז א מכובד'יגער שטריימל וואס ביי אנדערע צאלט מען אויף דעם דאפלט? (האב איך גוט ארויסגעהאט דעם אשכול?:wink:)
שרייב תגובה

צוריק צו “מלבושים”