Re: שטריימלעך. די ווערט, די אויסקוק, און די פרייז
viewtopic.php?t=65282
מיין טויזענטער
viewtopic.php?t=64114
פארברענגען פארמעסט
viewtopic.php?p=4853524#p4853524
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
אה''ו האט געשריבן:עטרת תפארת האט געשריבן: לאחר מעשה, איך האב שוין א שטריימל. קען איינער געבן גוטע טיפס וויאזוי נאך צו קוקן א שטריימל ס'זאל בלאבן שיין לאורך זמן.
אויב איז עס א אפענע שטריימל, האלט שטענדיג פאר דיר די פאלגענדע כללים.
'קיינמאל' זאלסטו נישט נוצן דיין שטריימל און א רעגענדיגע, נאסע, פייכטע, יומיד וועטער. אויב ביסטו אין שוהל און עס רעגנט, לאז דעם שטריימל אין שוהל.
זון שטראלן איז נישט גוט פאר א שטריימל, עס פארברענט די האר און הארגעט די קאליר, איך וואלט געראטן נישט צו נוצן דיין שיינע שטריימל שבת בייטאג.
לאז קיינמאל נישט קיין שטריימל אינדרויסן פון באקס איבערנאכט (דאס איז נוגע אויך פאר רעגן שטריימלעך).
די פלאץ אנצוכאפן די שטריימל איז ביי די קאפל, עס קען זיין אונטן פון די קאפל (דאן איז ראטזאם צו נוצן ביידע הענט), און עס קען אויך זיין אויבן פון די קאפל, ס'איז גארנישט אויב די קרוין בייגט זיך איין ביים אנטוהן/אויסטוהן די שטריימל.
'קיינמאל' זאלסטו נישט אנכאפן די שטריימל ביי די בויך
פראקטיש האט געשריבן:
קויפטס ענק א שטריימל ביי כתר, פאר 2.5K קענט איר האבן א הערליכן שטריימל וואס יעדער העט אייך פרעגן צו ס'איז עכט....
פראקטיש האט געשריבן: ס'איז שיין און פרעכטיג. קענסט עס טאקע נישט האלטן ווי א גארבעדעש אבער ס'קומט נישט מיט א טוץ פון אינסטרוציעס, צעפאלט נישט פון קיין היומעד און פון גארנישט. איר דארפט דאס נישט האלטן א גאנצע נאכט אין באקס.
אה''ו האט געשריבן: פאר איינער וואס פארשטייט נישט אזוי מורא'דיג צו א שטריימל וואלט איך אויך געראטן צו גיין צו כתר מלכות, די ריכטיגע מבינים וועלן אבער גלייך אויפפאסן פארשידענע דעטאלן וואס וועט זיי מאכן גיין ערגעץ אנדערש און צאלן מער געלט.
ראש וראשון ער מאכט נאר פארמאכטע שטריימלעך, והשני ער נוצט נאר סטאון מארטין האר, והשלישי די האר ארום די קאפל איז פון די זעלבע האר און דארט איז ממש פחדים, והשלישי, די באהעפטונג פונעם קרוין צום שטריימל.
אשר על כן, איינער וואס האט באמת א געשמאק צו א שיינע שטריימל און ווייסט אביסל וואס טוט זיך וועט נישט וועלן גיין צו כתר מלכות, ווידעראום א אינגערמאן וואס איז נישט די גרויסע מבין, אבער ער ברויכט א שיינע געשמאקע שטריימל מיט א שיינע קאליר וואלט איך אים שטארק געראטן צו פרובירן כתר מלכות
פראקטיש האט געשריבן: איך וויל ס"ה אויסקוקן ווי א נארמאלע מענטש און האבן א שיין שטריימל אין דערהויבענע טעג. די אלע נקודות וואס דו רעכנט אויס איז אמת, אבער ווילאנג יעדער עקסטער שטעלט מיך אפ און פרעגט איז דאס עכט? איז דאס ניי? וויפיל האסטו געצאלט?
איך זאג זיי אלע ס'איז נישט מער ווי 2.5, יעדער איז געפלעפט.
פיפיות האט געשריבן: איך הער עפעס אז תאי רבי האט צוריק איינגעפירט פלאכע ברייטע שטריימלעך און יעצט יו"ט האבן די רביס קינדער מיט אפאר חסידים זיך אנגעטוהן. איינער מיט מער פרטים אדער בילדער?
יצחק אייזיק האט געשריבן:פראקטיש האט געשריבן: איך וויל ס"ה אויסקוקן ווי א נארמאלע מענטש און האבן א שיין שטריימל אין דערהויבענע טעג. די אלע נקודות וואס דו רעכנט אויס איז אמת, אבער ווילאנג יעדער עקסטער שטעלט מיך אפ און פרעגט איז דאס עכט? איז דאס ניי? וויפיל האסטו געצאלט?
איך זאג זיי אלע ס'איז נישט מער ווי 2.5, יעדער איז געפלעפט.
א נייע שטריימל, אויב ס'איז גוט שיין געענדיגט און גוט געמאכט וועט עס אויסקוקן שיין און הערליך. די שאלה איז פאר ווי לאנג ס'קוקט אויס אזוי שיין. א טייערע אפענע שטריימל ווערט טאקע צעפאלן פון יומידיטי און עפנט זיך אויף נאך א לאנגע חול המועד, אבער ביז א וואך ליגן אין באקס איז עס צוריק נארמאל שיין און גלאנציג. די עכטע חילוק איז אז א טייערע שטריימל קען זיך האלטן הערליך שיין פאר כמעט 20 יאר, משא"כ א פארמאכטע שטריימל קוקט אויס גאר שלעכט נאך 4 - 5 יאר. עפי"ר די וואס האבן טייערע שטריימלעך, האלטן זיך זייערע שטריימלעך פאר ביז זיי מאכן בר מצוה אדער חתונה די קינדער, די וואס קויפן ביליגע צו די חתונה דארפן שוין קויפן א נייע נאך עטליכע יאר.
אין קורצן, א טייערע שטריימל קאסט טאקע דאפלט, פלאס מ'דארף צוקויפן א רעגן שטריימל, אבער ס'האלט זיך כאטש דריי מאל אזוי לאנג (אודאי איז דא אויסנאמען, אבער דאס איז דער דורכשניט) און מ'דארף אויך האבן נערווען זיך ארומצושפילן מיט די צוויי שטריימעלך, ווען צו גיין מיט די גוטע און ווען מיט די רעגן.
הישר והטוב האט געשריבן: קענסט אפשר לייגען א בילד פון דיין שטריימל, וואס א האר איז עס געמאכט פון, און ווי לאנג האלט זיך עס
popo האט געשריבן:פיפיות האט געשריבן: איך הער עפעס אז תאי רבי האט צוריק איינגעפירט פלאכע ברייטע שטריימלעך און יעצט יו"ט האבן די רביס קינדער מיט אפאר חסידים זיך אנגעטוהן. איינער מיט מער פרטים אדער בילדער?
יצחק אייזיק האט געשריבן: איך בין אויך פרא, ביידע האבן מעלות און חסרונות.
אבער פאר איינער וואס פארשטייט יא, און קען פארנעמען צו קוקן די וועטער יעדן פרייטאג, האלט איך ער זאל ענדערש צאלן אביסל מער פאר א טייערע שטריימל וואס וועט זיך האלטן פאר 15 יאר און מער. איך האלט עטליכע יאר נאך מיין חתונה, מיין שטריימל איז נאך הערליך שיין און איך בין גראדע נישט אזוי מקפיד עס צו האלטן מיט גאלדענע הענטשוך. איך קוק אויף די שטריימליך פון מיינע חברים וואס האבן געקויפט ביליג, ווי ס'קוקט אויס ערגער ווי משה חיים'ס ערב פסח...
פינאנציעל איז ממש די זעלבע פרייז צו קויפן איין טייערע יעדע 15 יאר אדער צוויי ביליגע יעדע 7 יאר...
פראקטיש האט געשריבן:יצחק אייזיק האט געשריבן: איך בין אויך פרא, ביידע האבן מעלות און חסרונות.
אבער פאר איינער וואס פארשטייט יא, און קען פארנעמען צו קוקן די וועטער יעדן פרייטאג, האלט איך ער זאל ענדערש צאלן אביסל מער פאר א טייערע שטריימל וואס וועט זיך האלטן פאר 15 יאר און מער. איך האלט עטליכע יאר נאך מיין חתונה, מיין שטריימל איז נאך הערליך שיין און איך בין גראדע נישט אזוי מקפיד עס צו האלטן מיט גאלדענע הענטשוך. איך קוק אויף די שטריימליך פון מיינע חברים וואס האבן געקויפט ביליג, ווי ס'קוקט אויס ערגער ווי משה חיים'ס ערב פסח...
פינאנציעל איז ממש די זעלבע פרייז צו קויפן איין טייערע יעדע 15 יאר אדער צוויי ביליגע יעדע 7 יאר...
אריינגערעכנט דאס אויסלייגן דאס געלט פון פראנאויס?
יצחק אייזיק האט געשריבן: איך בין אויך פרא, ביידע האבן מעלות און חסרונות.
אבער פאר איינער וואס פארשטייט יא, און קען פארנעמען צו קוקן די וועטער יעדן פרייטאג, האלט איך ער זאל ענדערש צאלן אביסל מער פאר א טייערע שטריימל וואס וועט זיך האלטן פאר 15 יאר און מער. איך האלט עטליכע יאר נאך מיין חתונה, מיין שטריימל איז נאך הערליך שיין און איך בין גראדע נישט אזוי מקפיד עס צו האלטן מיט גאלדענע הענטשוך. איך קוק אויף די שטריימליך פון מיינע חברים וואס האבן געקויפט ביליג, ווי ס'קוקט אויס ערגער ווי משה חיים'ס ערב פסח...
פינאנציעל איז ממש די זעלבע פרייז צו קויפן איין טייערע יעדע 15 יאר אדער צוויי ביליגע יעדע 7 יאר...
יצחק אייזיק האט געשריבן: די שאלה איז צוויי זאכן.
וואס מיינט איבערמאכן? געבן א פּרעס קאסט נישט קיין געלט און א אפענע שטריימל קען עס טאקע נוצן משא"כ א פארמאכטע. אבער רוב אפענע קענען זיך אויך אן עצה געבן אן דעם, ס'איז נאר אן איבערפרישונג וואס מען טוט לעת שמחה.
דיינע חברים וואס האבן געצאלט מער דארפן שוין נייע? וויפיל האבן זיי געצאלט? איך גלייב נישט אז איינער וואס האט געצאלט 5 אלפים דארף שוין א נייע.
פראקטיש האט געשריבן:יצחק אייזיק האט געשריבן: די שאלה איז צוויי זאכן.
וואס מיינט איבערמאכן? געבן א פּרעס קאסט נישט קיין געלט און א אפענע שטריימל קען עס טאקע נוצן משא"כ א פארמאכטע. אבער רוב אפענע קענען זיך אויך אן עצה געבן אן דעם, ס'איז נאר אן איבערפרישונג וואס מען טוט לעת שמחה.
דיינע חברים וואס האבן געצאלט מער דארפן שוין נייע? וויפיל האבן זיי געצאלט? איך גלייב נישט אז איינער וואס האט געצאלט 5 אלפים דארף שוין א נייע.
נו אויב ביידע דארפן נישט קיין נייע, פארוואס דעמאלטס אזויפיל איבערצאלן?
מילא דער גביר, אבער סתם אייוועלט שרייבער, פארוואס?
Kosher Travel האט געשריבן: איך האב שוין געשריבן און איך וועל נאכאמאל שרייבן. איך בין אריין מיט מיין חתן צו א שטריימעל סוחר און אים געזאגט איך צאל $1250 געב מיך די בעסטע וואס די קענסט פאר מיין חתן. ער האט א שיינע נארמאלע שטריימעל. דאס איז געשען גלייך פאר קאראנע. און פאר מיר האב איך נישט געקויפט א נייע שטריימעל. אבער ב"ה מען האט נישט צאמגענומען געלט פאר מיר ווען איך האב חתונה געמאכט. ווי אויך האב איך נישט גענומען פון קופת חתנים.
יצחק אייזיק האט געשריבן: די שאלה איז צוויי זאכן.
וואס מיינט איבערמאכן? געבן א פּרעס קאסט נישט קיין געלט און א אפענע שטריימל קען עס טאקע נוצן משא"כ א פארמאכטע. אבער רוב אפענע קענען זיך אויך אן עצה געבן אן דעם, ס'איז נאר אן איבערפרישונג וואס מען טוט לעת שמחה.
דיינע חברים וואס האבן געצאלט מער דארפן שוין נייע? וויפיל האבן זיי געצאלט? איך גלייב נישט אז איינער וואס האט געצאלט 5 אלפים דארף שוין א נייע.
הענדימען האט געשריבן: ס'גייט שוין ווערן 14 זינט מיין חתונה און כ'גיי שוין ענדליך איבערמאכן מיין שטריימל.....
איך האב נאר איין שטריימל וואס איך נוץ אלעמאל און אויב בלייבט עס אינדערויסן איבערנאכט קוקט עס נישט אויס גוט
בערך א יאר צוריק האט עס געכאפט אן ערנסטע גליטש און אנגעפאנגען אויסקוקן שלעכט
אה. פארגעסן צו זאגן אז ס'האט געקאסט די קאלאסאלע סומע פון 12 מאות