Greeneryid האט געשריבן: איך האב נאר איין שאלה. אויב זענען וויידלעך אזוי טייער און עס ווערט נאר טייערער און טייערער, פארוואס האבן די שטריימל סוחרים געטוישט די סטייל צו מאכן אזעלכע הויכע שטריימלעך? זיי וואלטן ווען געקענט האלטן די אלטע סטייל אדער מאכן די נייע סטייל נאך נידריגער אזוי וועט נישט זיין אזא דימענד פאר וויידלעך און אלעס וועט זיין ביליגער. זאג מיר נישט אז די קאסטומערס האבן אנגעהויבן פארלאנגען הויכע שטריימלעך.
א גוטע שאלה.
די ערשטע זאך קודם איז אריין געקומען א נייע מהלך אין שטריימלך, אז אנשטאט ארבעטן מיט א א וויידל אליין, לייגט מען אריבער די האר אויף סעפציעלע פאפיר, עס איז סאך לייכטער, און האט ערמעגליכט צו האבן העכערע שטריימלעך.
די הויעכקייט האט נישט געהאט מיט פרייז, נאר מיט בענעפיט, עס איז ערמעגליכט געווארן א זאך וואס איז נישט שייך געווען, און דער עולם האט זיך צוגעכאפט דערצו.
און נאך היינט, די לאנגע האר איז טייער ביי נידריגע אויך, און די פאריגע האר וואס מ'האט גענוצט ביי די קליינע, די לענישע האר, איז פונקט אזוי ביטער טייער, א וויידעלע קאסט אביסלע ווייניגער, אבער האט סאך ווייניגער האר, און דארף סאך מער וויידלעך פער שפיץ, עס קאסט היינט אזא סארט שטריימעל אויך זייער טייער, אפילו ס'איז נידריג.
אבער די לעצטע יארן איז אפיר געקומן נייע האר, וואס איז שענער און לענגער ווי די האט וואס מ'האט פארדעם גענוצט, און דאס ווערט אויך כסדר טייערער, אפגעזען ווי הויעך מ'דארף, נישט אויף די גאנצע הויעך נוצט מען די לאנגע האר, עס האט אסאך חכמות,
אדרבה הייב אויף א שטריימל פון 20 יאר צוריק, עס לאזט זיך נישט גלייבן ווי אזא קליין קאץ קען וועגן אזוי פיל.