סאיז פון די דברים הצריכים חיזוק סיי פון די עלטערען'ס זייט סיי פון די מנהיג ישראל זייט. איך אלטץ באס דרייווער האלט איך מיט יעדע פאר טעג אזעלכע כמעט עקסעדענטן. לעושה נפלאות גדולות לבדו קיינער האלט נישט מיט די טאג טעגליכע ניסים. איך דאווען יעדן טאג ביי כי אתה שומע אז מיינע פאסענדשירן אין איך זאלן נישט געשעדיקט ווערן. מיין באס מענדעדשער זאגט תפילת הדרך יעדן טאג ביים דאווענען. סאיז נישט קיין לייכטע אחריות.

פארוואס זאגסטו נישט תפילת הדרך ביי שומע תפילה? לכאורה נישט קיין פראבלעם מצד הלכה איך ווייס פון באס דרייווער'ס וואס לייגן אריין א פרוטה לצדקה פאר א טריפַ
די באס סיסטעם אין מאנסי והגלילות איז זייער גוט און זוכער. ב"ה קיין אינצידענטן. די איינע אינצידענט איז ניטא ניטאמאל א פערצענט קעגן די מאסן קינדער קע"ה אויף די באסעס טעגלעך. די איינצלנע אינצידענט איז גזירה מן השמים . ממש די זעלבע חודש וואס פאסירט אין סקווירא. אלא מאי עפעס מאנט מען פון הימל.
אמר רבא מתקנת יהושע בן גמלא ואילך לא ממטינן ינוקא ממתא למתא אבל מבי כנישתא לבי כנישתא ממטינן ואי מפסק נהרא לא ממטינן ואי איכא תיתורא ממטינן ואי איכא גמלא לא ממטינן. אלעס האט ער מתקן גיווען וועגין סכנה ביים גיין אין קימען. איך האב שוין לאנג גיטראכט לויט די גמרא אפשר היינטיגע יודישע געגענטער איז אזוי גרויס די וועד העירוב זאגט 50 סקווער מייל איז מאנסי. די זעלבע מיט קרית יואל. אפשר גייט דאס אריין אין די חיוב פין יהושע בן גמלא לא ממטינן ינוקא ממתא למתא אויב די גאנצע 50 מייל איז נישט איין שטאט
פאר מ'גייט צו נייע תקנות און ערפינדונגען. לאמיר קודם follow'ן די תקנות וואס זענען שוין אין די book. די rule איז אז די דרייווער דארף ציילן די קינדער ביים אראפגיין און זעהן אז דעי אלע קינדער קומען אן אויפן סיידוואק. (דעיס ווערט א פראבלעם ווען אסאך קינדער גייען אראפ ביי 1 סטאפ אין יעדער לויפט אין א צווייטע דערעקציע)