סקול באס סעיפטי פאר עלטערן!!

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7394
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

סקול באס סעיפטי פאר עלטערן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

א גוטע וואך

די קומענדע איידיע וואס מיר ווילן רעדן איבער דעם, איז ארום סקול באס סעיפטי וואס אנבאלאנגט קינדער, אבער עס איז די עלטערן וואס דארפן וויסען איבער דעם.

וואו הייבט זיך אן די חינוך איבער סעיפטי?
צו קאן דער דרייווער געבן לעקציעס איבער סקול באס סעיפטי בשעת אפנעמען אדער אהיים טראגען די קינדער?
צו וועט די מוסד הייסן די מלמדים/לערערינס רעדן דערפון בשעת די לימודים?
צו וועט מען דאס אויסלערנען אין די קינדערס פרייע צייט אין חדר/שולע?

אבער, אויב קאן מען פון צייט צו צייט געבן קורצע לעקציעס, אפילו אין די שפאלטען פון אויסגאבעס/צייטונגען, אד.ג. און דאן וועלן די עלטערן דאס קאנען אויסשמועסן מיט די קינדער סיי ביים ווארטען און אפנעמען די קינדער פון די באסעס, סיי סתם אזוי רעדן איבער דעם, פונקט אוואו צ.ב.ש. מען רעדט איבער נישט אריבערגיין די גאס אליין און אומפארזיכטיג.

איבער אויסלערנען די קינדער, ווילען מיר אויך הערן פארשלאגען, וואס עס זאל מאכען סענס עס צו ברענגען מכח אל הפועל

א דאנק
צו געזונט בשם די עלטערן/מוסדות/קינדער
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5123
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

ביי יעדע צוזאם קום פון עלטערן דהיינו pta, דינער, פארטיס זאל מען אלס דערמאנען איז 5 מינוט די פאר בעסיק זאכן און דערנאך זאל מען עס אריינלייגן אין די צייטונג פון די קהילה און אויך ארום שיקן אויף פאסט. און ווי אויך זאל מען יעדע פרייטיג געבן א קארצע לעקציע פאר די קינדער און זיי געבן צעטלעך צוזאמען מיט די תורות וואס זיי ברענגן אהיים. יעדע אנפאנג זמן זאל מען צוזאם נעמען די גאנצע מוסד פאר א האלבע שעה ווי א באס דרייווער אדער מענידזשער זאל רעדן.

מיר ברויכן אלס געדענקן אז אונזערע קינדער גייען ארויף און אראפ פון א באס בערך 1200 מאל א יאר דאס מיינט אז ס'געשעט בערך 1200 ניסים א יאר מיט יעדע איינציגסטע פון אונזערע קינדער און מיר ברויכן רעדן און אינפארסן פון די מוסדות איינצוהלטן אלע געזעצן די מערסטע וואס איז שייך און זיי ברויכן געבן וועכענטליכע לעקציעס פאר די קינדער. און ווי אויך ברויכן מיר האלטן אין איין רעדן צו די קינדער.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1647
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

מיין מיינונג איז אז רעדן אדער שרייבן אין צייטונגען וועט גאר ווייניג אויפטוהן.
אין די הקריה איז דא זייער גוטע עדס וועגן סעיפטי ביים באס, גיי פרעג איינעם צו ס'מאכט עפעס אויס.

ווען מ'קען ווען ערגעץ איך ווייס נישט וויאזוי מאכן א פלעי און אויפשפילן סעטיאציעס.
ווי למשל וויאזוי ס'קוקט אויס ווען די מאמע שיקט ארויס די קינד די לעצטע מינוט צום באס מיט קולות אז איך ווארען דיך אויב די פארשפעטיגסט דיין באס,
די נעקסטע סין זאל זיין אויפן גאס ווי דאס קינד לויפט נאך דעם באס און ס'געשעט עפעס, אזעלעכע מיני איידיעס מ'זאל זען אז ס'קען געשען אויב מ'איז נישט וואכזאם אויף די סעיפטיקייט
דעמאלטס וועט די מעסעדזש אריין גיין אין קאפ.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7394
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

אין די הקריה איז דא עדס!!! נישט קיין עצות און לעקציעס וואס רעדט צום מענטש!!
עזרת חולים האט א נייע הארץ דאקטאר יעדן צווייטן מיטוואך און עס איז א סכנה צו פעססן די רויטע לייטס פון א סקול באס...

עס ציהט נישט קיין אויג
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7394
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

געקריגן אין אישי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

א גוטע וואך!
קענסט עס לייגן אין פובליק אנע ניצן מיין ניק...

איז אזוי; חינוך הויבט זיך אן ביי און מיט די עלטערן זעלבסט.
די עלטערן ברויכן קודם עס האבן אין די טבע, פונקט ווי זיי ווייסן אליין נישט צו לויפן אויפן גאדער ווען א קאר קומט צו רייסן (כ'הער זאגן...חחח) אזוי זאל עס קודם ליגן ביי זיי אין די ביינער די סקול באס סעיפטי אזוי ארום וועט עס אריבערגיין צו די קינדער..

עלטערן ברויכן וויסן אז מען טאר נישט אראפגיין אויפן גאדער ביז דער דרייווער צייגט צו קומען. חלילה זיך צו פארלאזן אז "איך האב עניוועיס אנגעכאפט דאס קינד" , ווייל דאס קינד באקומט דעם אימעזש אז מ'מעג אראפגיין אויפן גאדער צום באס.

"נישט נאכלויפן" דעם באס, פאר כל הון דעלמא! ווען א קינד איז נישט מיט די עלטערן ביים סטאפ וועט עס נישט וויסן מבחין צו זיין וויפיל מ'מעג יא לויפן און וויפיל נישט.

איך לייג צו אפילו נאך א סעיף:
איינמאל די באס קומט אן צו דיין הויז, בלייבט שטיין "דארט" וואו איר זענט היצט. עס גיבט אריין די שטערקסטע מעסעזש פאר דאס קינד אז מען בלייבט שטיין ביז דער דרייווער ציגט מ'קען קומען. פארשטייצעך מ'ברויך דא ניצן די 5לטע שלחן ערוך, היות מ'ברויך וויסן ווי איין ווי אויס ביי דעם פרט. אבער די געדאנק איז אז קינדער כאפן נישט אייביג אויף וואו די גרעניץ איז, וויפיל מעג מען גיין צום באס און וויפיל נישט, און א קינד קען אזוי אראפגיין אויפן ראוד. פארדעם זאג'ך אז דאס זיך אפשטעלן "דארט" וואו מען איז גיבט די שטערקסטע מעסעזש.

דאס איז פאר היצט.

הצלחה.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7394
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

עטליכע הצעות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

1. גייט מיט אייערע קינדער צו די באס סטאפ, און זייט דארט ביז די באס קומט אן. טוט דאס ביז איר זעהט אז אייער קינד איז שוין גענצליך רייף צו גיין אליין (און איר ברויכט נאך אלץ האלטן א אויג)
2. גייט/שיקט ארויס גענוג פאר די צייט וואס די באס דארף אנקומען. זיך יאגען קאן פירען צו געשעדיגט ווערן.
3. לאזט נישט אייער קינד שפילען מיט א זאך וואס קאן אוועקנעמען זייער אויפמערקזאמקייט אויפן וועג צו די באס.
4. לערנט אויס די קינדער נישט רעדן צו פרעמדע פארשוינען ביים ווארטען אויף די באס, און לערנט זיי אויס צו דערציילען פאר די עלטערן, באס דרייווער אדער מנהל אויב איינער האט געפלאנט צו עפעס טוהן מיט א קינד ביי די באס סטאפ.
5. ווען די באס גרייכט די סטאפ, זאלען די קינדער ווארטען עטליכע טריט אהינצו פון די ראוד און אויסווארטן ביז די באס האט זיך גענצליך אפגעשטעלט.
6. איז עפעס אראפגעפאלען בשעת גיין צו די באס? לערן זיי אויס צו זאגען דעם דרייווער, אבער אין קיין פאל דאס נישט אויפהייבן אויב נישט דער דרייווער צייגט.
7. ביים ארויפקומען אויף די באס זאל מען גלייך זיך גיין אראפזעצן.
8. אויסלערנען די קינדער אז א עמערדזשענסי עקסיט איז פאר עמערדזשענסיס.
9. זאגען די קינדער זיך צו האלטן שטיל אויף די באס. גערודער קאן צעמישען דעם באס דרייווער.
10. לערנט אויס די קינדער די וויכטיגקייט פון נישט ווארפן זאכען אין און ארויס פון די באס.
11. די קינדער זאלען וויסען די סכנה וואס קאן פאסירן ווען מען שטעקט ארויס די הענט אדער קאפ פון די פענסטער.
12. אויסלערנען אז מען ברויך אויספאלגען די אנווייזונגען פון דעם דרייווער.
13. ביים אנקומען זאל מען אויסווארטן מיטן זיך אויפשטעלן און אראפגיין ביז די באס האט זיך גענצליך אפגעשטעלט.
14. מאכט זיכער אז אייער קינד גיין קיינמאל נישט פון הונטער די באס.
15. נעמט די באס אויף/לייגט אראפ אויף די אנדערע זייט פון וואו מען וואוינט? לערנט אויס אייערע קינדער צו ווארטען ביז דער באס דריווער צייגט אז עס איז סעיף אריבערצוגיין און דאן זאלען זיי גיין 10 גרויסע טריט פארענט פון די באס און האלטן א אויגן פארבינדונג מיט דעם דרייווער אז מען קאן טאקע אריבערגיין.
16. לערנט אויס אייערע קינדער אויך אליין צו קוקען צו ביידע זייטען אויב איז זיכער אריבערצוגיין די גאס.
17. לאזט אייערע קינדער וויסען אז גלייך ווען די באס קומט אן, ברויך מען גראד אריינגיין אין שולע אדער אהיים, אזוי אום צו וויסען אז מען איז טאקע אנגעקומען צו וואו מען האט געדארפט.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1518
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

געוואלדיגע געדאנקן, איך מיין די בעסטע וואלט געווען צו מאכן א קאלירטע ביכל וואס די קינדער זאלן עס דארפן חזר'ן צווי מאל א יאר און נעמען דערויף א געהעריגע טעסט.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7394
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

נאך אביסל פון די ארכיווען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

1. גוט איינפאקען די די צוגעהערן וואס די קינדער טראגען מיט זיך, אזוי אום עס זאל נישט ארויספאלען פון די זאכען אויף די וועג צו און פון די באס.
2. די באס סטאפ איז אוואו די נאמען שטעלט פאר. ווארטען דארט פאר די באס, נישט זיך שפילען און ארומלויפען ביי די באס סטאפ.
3. ביים אראפגיין פון באס, שטענדיג קוקען רעכטס און לינקס צו די ראוד פאר מען גייט אראפ פון די לעצטע טרעפ.
4. נישט האבען לויזע אנגעטועכטס, בענדלעך וואס הענגען נאך פון די אנגעטועכטס אדער בריעף קעיס וואס קאן זיך איינהאנקערען ביי די טיהר פון די באס ביים אראפ אדער ארויף גיין צו און פון די באס.
5. אויסלערנען די קינדער די וויכטיגקייט פון נאר אראפגיין ביי די אייגענע סטאפ, און זעלבסט וויסען אז מען ברויך אויספאלגען די סקול/חדר פראטאקאלען איבער מאכען א טשעינדזש ווי אראפצולייגען די קינד.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7394
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

איצטערט אריינגיין אין פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

1. גייט מיט אייערע קינדער צו די באס סטאפ, און זייט דארט ביז די באס קומט אן. טוט דאס ביז איר זעהט אז אייער קינד איז שוין גענצליך רייף צו גיין אליין (און איר ברויכט נאך אלץ האלטן א אויג)
דאס קינד ווערט ערוואקסען ביי א עלטערע יאהרגאנג אוואו די עלטערן מאכען אפ, אפילו אויב איז דאס קינד זייער MATURE. ביי די אידען איז עס, א מיידל ביי די צוועלף און א אינגל ביי די 13. (זיכער נישט ביי די 3, 4, 5 יאהר)
א סקול באס סטאפ איז פון די מערסט סכנה'דיקע ערטער וואס א קינד איז דארט אויף א טעגליכען פערנעם. די עלטערן וואס גייען/האלטן א אויג ביי די באס סטאפ, זעהן יעדן טאג וואספארא נארישע און מסוכן'דיקע זאכן קינדער טוען ביי די באס סטאפ, און דא רעדט מען פון עלטערע קינדער, וואס לכאורה זיינען זיי שוין בעזעסן, אדער די עלטערן האלטן אז זיי זיינען די מערסטע MATURE פון אלע שכנים און קאזינס.
וואו אויך טראכט נישט א קינד פון זיכערהייט ביים אריינלויפן אין די באסעס וועג בשעת עס קומט אן, און עלטערן קאנען אים/איר אפהאלטן פון דאס טוהן בשעת מעשה.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7394
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

2. גייט/שיקט ארויס גענוג פאר די צייט וואס די באס דארף אנקומען. זיך יאגען קאן פירען צו געשעדיגט ווערן.
די צייט וואס די באס דארף אנקומען, איז "נישט" די צייט וואס דאס קינד זאל אנקומען צו די סטאפ. עס איז רעכטפארטיג צו זיין ביי די סטאפ ארום צוויי ביז דריי מינוט פאר די צייט וואס די באס דארף אנקומען. אפילו אויב איז דער דרייווער גאר א פונקטליכער, זייט איר נישט פערזיכערט אז ווען איז דא א שטעלפארטרעטער וועט אויך זיין אזוי.
צ.ב.ש. דער דרייווער איז יעדן טאג ביי די סטאפ אום 7:45 און ער זאגט עס פאר זיין שטעלפארטרעטער, יענער איז אויך א פונקטליכער און 7:45 פארט ער שוין אוועק פון די סטאפ, און נאך פילע אנדערע זאכען וואס קאנען זיך טרעפן.
נאך איבער דעם. וויסען די אקוראטע צייט וואס די באס דארף אנקומען און נאר דאן שיקען די קינדער מאכט יעדן אנגעצויגען (דער דרייווער הערט טאקע נישט די עלטערן שרייען אויפן קינד, אבער ער נעמט דאס אינאכט אויפן באס) דאס קינד לויפט און פערגעסט דאס און יענץ, לויפט צוריק אהיים און זעהט אז די באס הייבט שוין אן פאהרען, לויפט ער צוריק צום באס און אריין אין די ראוד אנע קוקען צו עס איז זיכער.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7394
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

3. לאזט נישט אייער קינד שפילען מיט א זאך וואס קאן אוועקנעמען זייער אויפמערקזאמקייט אויפן וועג צו די באס.
האט איר געקויפט אייער קינד א נייע געים? זייער גוט! אבער נישט שפילען דערמיט אדער צייגען אנדערע ביים גיין אדער ווארטען פאר די באס. אויפמערקזאמקייט אין די צייט איז גאר וויכטיג און מען קאן זיך נישט ערלויבן צו פארלירן א סעקונדע פון אויפמערקזאמקייט צוליב א נארישע שפיל.
צו האלט איר אז אייער קינד איז מורא'דיג מיט MULTITASKING? דער ענטפער איז יא! דאס קינד קאן גיין און אטעמען אויף איינמאל! דאס קינד קאן גיין און פאראויסקוקען ווי צו גיין אויף איינמאל! דאס קינד קאן הערן א דזשאוק און גיין בשעת דאס הערן. אבער א קינד (אויך א ערוואקסענער) קאן נישט זיין פערטיפט אין א שפיל (א שטייגער דער ערוואקסענער מיט זיין סמארטפאון, א.ד.ג.) און אויך אבאכט געבן אויף די זאכען וואס גייען פאר ארום זיי.
אלזא, ביים גיין צו די באס סטאפ, ברויך מען נאר אכטונג געבן אוואו צו גיין צו דיבאס סטאפ און נאר דאס.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7394
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

4. לערנט אויס די קינדער נישט רעדן צו פרעמדע פארשוינען ביים ווארטען אויף די באס, און לערנט זיי אויס צו דערציילען פאר די עלטערן, באס דרייווער אדער מנהל אויב איינער האט געפלאנט צו עפעס טוהן מיט א קינד ביי די באס סטאפ.
דאס איז שוין א אנדערע פרשה און ביי יעדן קינד דארף מען דאס מסביר זיין אויף א אנדערן אופן.
עטליכע געדאנקען וואס קאנען זיין פעליג ביי יעדן עלטער און יעדע סארט קינד:
קיינמאל נישט זיך דערנענטערן צו א פרעמדע מענטש, שפעציעל אויב קומט ער מיט א קאר!
ער פרעגט א שאלה? למוד לשונך לומר "איני יודע"
אויב קומט ער נאנט, הייב אן צו שרייען.
זאג א אנדער קינד צו געדענקן די פלעיט נאמבער.
וואו פארשטענדליך אז דאס איז נאר געדאנקען, אבער מען דארף אויסלערנען די קינדער זיך צו היטן פון פרעמדע מענטשן.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7394
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

5. ווען די באס גרייכט די סטאפ, זאלען די קינדער ווארטען עטליכע טריט אהינצו פון די ראוד און אויסווארטן ביז די באס האט זיך גענצליך אפגעשטעלט.
דאס איז לכאורה א פערשטענדליכע זאך, אבער ביי א קינד ארבעט די מח אביסל אנדערש. צ.ב.ש. ווען א ערוואקסענער ווארט איינער זאל אים עפעס ברענגען, דאן קאן ער זעך בעהערשן און אויסווארטן ביז דאס פעקל ווערט אראפגעלייגט ממש נעבן זיך. אבער אקינד, ווען עס ווערט עקסייטעד, וועט ער אנטקעגן לויפן עס צו האבען ווי שנעלער, און יא, די 1 און א האלבען סעקונדע מאכט זיי שפירן אז זיי האבען דאס שוין געקריגען פיל פריער פון וואס זיי וואלטן עס געקריגען ווען זיי וואלטן געווארט אויף זייער פלאץ.
דאס קינד ווען ער זעהט די באס באס אנקומען, זעהט עס "זיין/איר" באס אנקומען, און צו א אייגענע זאך לויפט מען עס צו האבען ווי פריער. דער דרייווער קוקט טאקע ארום אויב אלעס סעיף ביים אנקומען צו די סטאפ, אבער ער קאן נישט אויספיגערן וואס א קינד קאן טוהן, אפילו אויב דאס קינד איז געשטאנען שיין אויף די סייד וואלק עטליכע מילי-סעקונדען צוריק.
און דאס ווארטן עטליכע טריט אריינצו איז צו געבן צייט זיך צוריקצוכאפען, וואס אויב איז מען ממש נעבן די ראוד און מען טרעט אראפ דאן איז מען שוין גלייך אריין אין די סכנה זאון.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7394
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

6. איז עפעס אראפגעפאלען בשעת גיין צו די באס? לערן זיי אויס צו זאגען דעם דרייווער, אבער אין קיין פאל דאס נישט אויפהייבן אויב נישט דער דרייווער צייגט.
ביים קינד איז די מצוה/פרשה צעטל, אדער גאר די יאזענט, די וויכטיגסטע זאך וואס זיי פערמאגען. וויפיל מאל מען זאל דאס זיי מסביר זיין, איז דאס נאך אלץ וויכטיג פאר זיי צו געבן די מצוה צעטל פאר די רבי/לערערן און קריגען א M&M דערפארץ דאס צייגט נישט אז דאס שטיקל פאפיר איז וויכטיגער פון זייער לעבן! דאס ווערט נאר אנגערופן אין ענגליש פריאריטי. דאס קינד וויל זייער לעבן, אבער איצטערט איז פערהאן עפעס זייער וויכטיג, און דאס איז דאס צעטל וואס מען האט געקריגען פון די עלטערן/לערערן/מלמד און זיי טראכטן דערפון.
איצטערט די צווייטע דערהער. יעדע באס האט א בליינד ספאט, און אפילו אויב איז דאס קינד נישט פונקטליך ביי די בליינד ספאט, איז עס אויך צומאל פערהוילן פון דעם דרייווערס אויגן פאר סיי וועלכע אורזאך עס זאל נאר זיין.
אין קורצן. אויסלערנען די קינדער אז אויב עפעס איז אראפגעפאלען אויף די וועג פון/צו די באס, זאל מען דאס ח"ו נישט אויפהייבן, אפילו אויב עס קוקט אויס פערזיכערט! אויב איז עס גאר וויכטיג, זאל מען פרובירן מאכן אויגן פערבינדונג מיט דעם דרייווער, אןו טאקע זעהן אז דער דרייווער האט טאקע אויפגעכאפט אז מען מיינט אים,און נישט אז דאס קינד האט "געמיינט" אז דער דרייווער האט געזעהן. און אויך נאכדעם, זאל מען צייגען אדער זאגען דעם דרייווער וואס האט פאסירט, און דער דרייווער זאל קלאר זאגען אדער ווייזען אויב מען מעג טאקע עס אויפהייבן.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7394
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

7. ביים ארויפקומען אויף די באס זאל מען גלייך זיך גיין אראפזעצן.
צובראכענע נייעס! די זיצען אויף די סקול באסעס זיינען פאקטיש געמאכט געווארען דאס צו נוצען, און טאקע אויף וויאזוי עס הייסט: זיצען!
אבער לאמיר דאס צעטיילען אין עטליכע טיילען.
צום ערשט, איז די באס געווענליך אין שוואונג, און אויב שטייט מען, איז פערהאן מער אויסזיכטן צו אומפאלען, און מען קאן שטארק געשעדיגט ווערן דערפונען. די געבוי פון סקול באסעס זיינען אין די מערהייט געמאכט פון אייזען, אדער אנדערע גאר שטארקע מאטריאל וואס קאן שטארק צעקלאפען ווען מען פאלט. און אפילו אויב פאלט מען ווען די באס איז אין שוואונג און מען צעקלאפט זיך נאר אויף די זיץ, טראץ זייענדיג איבערגעדעקט מיט פלאסטיק, איז דאס גענוג אויף צו כאפען א געזונטען זעץ.
די זיץ פון די באסעס זיינען א גענויע הויך וואס האלט דעם קאפ/האלז אין פלאץ, זאל ח"ו געשעהן א צוזאמענשטויס. וואס ביי א עקסידענט איז די מערסטע געשעדיגטע ביי די האלז וואס צעריקט זיך. איז אויב זיצט מען, איז דא מער אויסזיכטען צו נישט אדער ווייניגער געשעדיגט ווערן.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7394
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

8. אויסלערנען די קינדער אז א עמערדזשענסי עקסיט איז פאר עמערדזשענסיס.
דאס איז א באליבטע שפיל פאר טייל קינדער. מען ריקט א הענטל און די מעדזשיק פאסירט אין א סעקונדע, דער דרייווער רעגט זיך אויף!!!
א עמערדזשענסי עקסיט איז אויסגעשטעלט אויף א וועג, אז ווען מען אקטיוויזירט עס דאן וועט זיך די עפענונג עפענען גאר גרינג און שנעל. דאס קינד וואס איז געוואוינט צו דעם שפיל זעהט נישט קיין סכנה דערינען, ווייל "ביז איצט" איז גארנישט געשעהן, אבער אין די פערגאנגענהייט האט שוין פאסירט עטליכע זאכען. א קינד וואס איז ארויסגעפאלען פון די עמערדזשענסי טיר "אינמיטן א הייוועי" און דאס האט גאר לעצטנס פאסירט, ארום א יאהר אדער צוויי צוריק.
נאך א אורזאך זיך נישט צו שפילן דערמיט. אפילו אויב דער דרייווער מאכט זיך נישט וויסענדיג, ווייל ער ווייסט אז די קינדער שפילן דערמיט. אבער איינמאל ווען מען מיינט אז מען שפילט און די טיהר וועט זיין אינגאנצען אויפגעפראלט, דאן קאן דאס אומערווארטעטע פאסירן.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6366
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

השם ירחם!
כ'אב געהערט א צייט צוריק פון 2 אזוינע ווירקליכע געשעעניש ווען א קינד האציך צופיל געשפילט מיט די עקזיט ביז דער דרייווער איז מיעד געווארן דערפון און האט אויפגעגיבן.. אבער דאן איז דאס קינד יא ארויסגעפאלן.. דער דרייווער האט ניטאמאל געגלויבט די קינדער אז עפעס איז געשען!

איך געדענק ווען בחורים אין ישיבה קטנה האבן דאס געניצט אלס א מיטל אויפצורעגן דעם דרייווער (וואס האט געהאלטן נאך א טאג ארבייט).

אין איינע פון די סטעיטס איז אזוינס פארגעקומען אויף א הייוועי, מיט א גוי'איש קינד.

ברררר... ס'שרעקעדיג צו טראכטן פון אזוינס.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7394
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

9. זאגען די קינדער זיך צו האלטן שטיל אויף די באס. גערודער קאן צעמישען דעם באס דרייווער.
דרייווען א באס, אין ראש האוער, מיט מידע עלטערן ביי די סטאפס, בייזע באלעבאטים ביים אנקומען אין חדר/שולע, מיט לעבעדיגע קינדער אויף די באס... איז נישט א דזשאב, עס איז ליבערשט א פאך. אבער צו די פאך דארף מען האבען א געוואלד מיט קאנצטענטראציע.
דאס קינד וויל מאכען א וויץ און גיבט א געשריי צו דערשרעקן זיין חבר, דער דרייווער מאכט א שארט סטאפ ווייל ער מיינט אז איינעם איז עפעס געשעהן, אבער ביי דעם אפשטעל קאנען קינדער געשעדיגט ווערן!
דער דרייווער דארף צומאל שטלקייט אויף זיך צו קאנצענטרירן ביי א שארפע דריי, א ענגע פלאץ דורכצופארען, און יעדע גערודער קאן עס מאכען נישט געלונגען.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29832
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זייער א וויכטיגע נוצליכע אשכול, 'זיי געזונט' - זיי ממשיך ביטע
אוועטאר
Borrower
שר חמשת אלפים
תגובות: 5456
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: סקול באס סעיפטי פאר עלטערן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

הצלה.... מהערט נישט - הצלה....


עפעס ברויך דריגנד געטוהן ווערן ...

וויפיל טראגעדיעס איז געוען אין די לעצטע תקופה אין ניו יארק סטעיט. ? און וויפיל פון די זענען געווען ביים היימישן קרייז ??
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6366
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

Re: סקול באס סעיפטי פאר עלטערן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

יאפ, מ'ברויך תשובה טאהן, סיי ברוחניות, און סיי בגשמיות!
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: סקול באס סעיפטי פאר עלטערן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

רבותי עלטערן: ווען איר ווארט מיט אייער קינד אויף די באס אדער ווען איר באגלייט ארויס א עלטערע קינד פון שטוב נעמט עטליכע סעקונדעס און זאגטס א תפילה קצרה צום רבוש''ע זאל שטיין צום הילף און אפהיטן דאס קינד אז ער זאל אריינקומען געזונט ברוחניות ובגשמיות.
זיידעןגארטעל
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 20, 2022 7:11 pm

Re: סקול באס סעיפטי פאר עלטערן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעןגארטעל »

זאגט מיר יעצט א לאנג יעריגער באס דרייווער, אז יארן צוריק האט מען געהאט מער רואיגקייט ביים דרייווען, קורצע טריפס, צווישען איין רוט און דעם אנדערן האט מען גענומען א פיינע קאווע און געהאט אביסל צייט ביז צום נעקסטן רוט,
היינט יאגט זיך דער דרייווער ווייל מען דארף שוין אנהייבן דעם נעקסטן רוט.....
ליידער האלט עס שוין אויך....
....אז באס רביס ווערן שוין אויך א פארגאנגענהייט, מען צאלט נישט גענוג פאר זיי.... אוי, באשעפער טייערער.....
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: סקול באס סעיפטי פאר עלטערן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

סאיז פון די דברים הצריכים חיזוק סיי פון די עלטערען'ס זייט
סיי פון די מנהיג ישראל זייט.
איך אלטץ באס דרייווער האלט איך מיט יעדע פאר טעג אזעלכע כמעט עקסעדענטן.
לעושה נפלאות גדולות לבדו קיינער האלט נישט מיט די טאג טעגליכע ניסים. איך דאווען יעדן טאג ביי כי אתה שומע אז מיינע פאסענדשירן אין איך זאלן נישט געשעדיקט ווערן. מיין באס מענדעדשער זאגט תפילת הדרך יעדן טאג ביים דאווענען. סאיז נישט קיין לייכטע אחריות.
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2728
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: סקול באס סעיפטי פאר עלטערן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

אין די מאנסי אשכול האט מען אנגעהויבן רעדן וועגן סענסארס

איז טאקע מעגליך אז אין '24 איז נאכנישט ערצייגט געווארן א קראנטע סענסאר וואס זאל אלערטן דעם דרייווער בלויז ווען ס'איז א ריכטיגע סכנה?

און וואס איז מיט א בליינד ספאט קעמערע פאר די פארנט פונעם באס?
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”