סקול באס סעיפטי פאר עלטערן!!

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

תולעת שני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 22, 2021 12:45 am

Re: סקול באס סעיפטי פאר עלטערן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולעת שני »

ווינדער מיך שוין לאנג פארוואס קען נישט יעדע באס האבן א קעמרע אונטערן נאז פונעם באס נישט קיין סענסערס נאר א פלעינע פשוט'ע קעמרע צו זען וואס טוט זיך דארט אונטערן נאז ,פאר א נישטיגע 100 דאלער קען מען דאס האבן, איך גלייב איעדע דרייווער וואלט מסכים געווען צו צאלן פאר דעם פון אייגן טאש פאר די רואיגקייט אז מען טרעט נישט איבער א קינד נאך א סטאפ.
#ווי זענען די עסקנים...
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7274
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: סקול באס סעיפטי פאר עלטערן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

ס'איז לעצטנס ארומגעשיקט געווארן א סקול באס סעיפטי בראשור אין מאנסי און אין קרית יואל.
מסתמא האט עס נישט יעדער אדורכגעליינט אדער עס גענומען ערנסט.
כפרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4687
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: סקול באס סעיפטי פאר עלטערן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

אייער_קיכל האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 12:03 pm
אין די מאנסי אשכול האט מען אנגעהויבן רעדן וועגן סענסארס

איז טאקע מעגליך אז אין '24 איז נאכנישט ערצייגט געווארן א קראנטע סענסאר וואס זאל אלערטן דעם דרייווער בלויז ווען ס'איז א ריכטיגע סכנה?

און וואס איז מיט א בליינד ספאט קעמערע פאר די פארנט פונעם באס?
די סיטי באסעס אין שטאט האבן אן אלערט פארן דרייווער ווען א מענטש איז נעבן באס.
אוועטאר
Borrower
שר חמשת אלפים
תגובות: 5457
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: סקול באס סעיפטי פאר עלטערן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

באדראג-קערעסטיר האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 11:53 am
סאיז פון די דברים הצריכים חיזוק סיי פון די עלטערען'ס זייט
סיי פון די מנהיג ישראל זייט.
איך אלטץ באס דרייווער האלט איך מיט יעדע פאר טעג אזעלכע כמעט עקסעדענטן.
לעושה נפלאות גדולות לבדו קיינער האלט נישט מיט די טאג טעגליכע ניסים. איך דאווען יעדן טאג ביי כי אתה שומע אז מיינע פאסענדשירן אין איך זאלן נישט געשעדיקט ווערן. מיין באס מענדעדשער זאגט תפילת הדרך יעדן טאג ביים דאווענען. סאיז נישט קיין לייכטע אחריות.
יעדע באס דרייווער זאגט דאס...

אדרבה - רבותי... איר האט א באס דרייער א ידיד אייערס.. פרעגט אים - און ווערט שאקירט - און האפנטליך רעדן מיט די קינדער קליינע ווי גרויסע איבער באס סעיפטי
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1676
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: סקול באס סעיפטי פאר עלטערן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

באדראג-קערעסטיר האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 11:53 am
סאיז פון די דברים הצריכים חיזוק סיי פון די עלטערען'ס זייט
סיי פון די מנהיג ישראל זייט.
איך אלטץ באס דרייווער האלט איך מיט יעדע פאר טעג אזעלכע כמעט עקסעדענטן.
לעושה נפלאות גדולות לבדו קיינער האלט נישט מיט די טאג טעגליכע ניסים. איך דאווען יעדן טאג ביי כי אתה שומע אז מיינע פאסענדשירן אין איך זאלן נישט געשעדיקט ווערן. מיין באס מענדעדשער זאגט תפילת הדרך יעדן טאג ביים דאווענען. סאיז נישט קיין לייכטע אחריות.
פארוואס זאגסטו נישט תפילת הדרך ביי שומע תפילה? לכאורה נישט קיין פראבלעם מצד הלכה
איך ווייס פון באס דרייווער'ס וואס לייגן אריין א פרוטה לצדקה פאר א טריפַ
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1676
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: סקול באס סעיפטי פאר עלטערן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

זיידעןגארטעל האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 11:37 am
זאגט מיר יעצט א לאנג יעריגער באס דרייווער, אז יארן צוריק האט מען געהאט מער רואיגקייט ביים דרייווען, קורצע טריפס, צווישען איין רוט און דעם אנדערן האט מען גענומען א פיינע קאווע און געהאט אביסל צייט ביז צום נעקסטן רוט,
היינט יאגט זיך דער דרייווער ווייל מען דארף שוין אנהייבן דעם נעקסטן רוט.....
ליידער האלט עס שוין אויך....
....אז באס רביס ווערן שוין אויך א פארגאנגענהייט, מען צאלט נישט גענוג פאר זיי.... אוי, באשעפער טייערער.....
זאג עם אז אמאל איז נישט געווען סעלפוין'ס מיט סאטשעל מידיע... באטראכטן די באס דרייווער'ס וויפיל זיי זענען פארנומען מיט די פוין'ס...
Rabbi Chaim
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 04, 2024 3:30 pm

Re: סקול באס סעיפטי פאר עלטערן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rabbi Chaim »

מיין פערזענלעכע מיינונג :

די באס סיסטעם אין מאנסי והגלילות איז זייער גוט און זוכער.
ב"ה קיין אינצידענטן.
די איינע אינצידענט איז ניטא ניטאמאל א פערצענט קעגן די מאסן קינדער קע"ה אויף די באסעס טעגלעך.
די איינצלנע אינצידענט איז גזירה מן השמים . ממש די זעלבע חודש וואס פאסירט אין סקווירא. אלא מאי עפעס מאנט מען פון הימל.
געסט
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 12, 2016 10:07 pm

Re: סקול באס סעיפטי פאר עלטערן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געסט »

אמר רבא מתקנת יהושע בן גמלא ואילך לא ממטינן ינוקא ממתא למתא אבל מבי כנישתא לבי כנישתא ממטינן ואי מפסק נהרא לא ממטינן ואי איכא תיתורא ממטינן ואי איכא גמלא לא ממטינן. אלעס האט ער מתקן גיווען וועגין סכנה ביים גיין אין קימען.
איך האב שוין לאנג גיטראכט לויט די גמרא אפשר היינטיגע יודישע געגענטער איז אזוי גרויס די וועד העירוב זאגט 50 סקווער מייל איז מאנסי. די זעלבע מיט קרית יואל. אפשר גייט דאס אריין אין די חיוב פין יהושע בן גמלא לא ממטינן ינוקא ממתא למתא אויב די גאנצע 50 מייל איז נישט איין שטאט
אוועטאר
שיינער חלום
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 11:29 am
לאקאציע:אין בעט

Re: סקול באס סעיפטי פאר עלטערן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינער חלום »

תולעת שני האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 12:17 pm
ווינדער מיך שוין לאנג פארוואס קען נישט יעדע באס האבן א קעמרע אונטערן נאז פונעם באס נישט קיין סענסערס נאר א פלעינע פשוט'ע קעמרע צו זען וואס טוט זיך דארט אונטערן נאז ,פאר א נישטיגע 100 דאלער קען מען דאס האבן, איך גלייב איעדע דרייווער וואלט מסכים געווען צו צאלן פאר דעם פון אייגן טאש פאר די רואיגקייט אז מען טרעט נישט איבער א קינד נאך א סטאפ.
#ווי זענען די עסקנים...
וואס איז שלעכט מיט די יעצטיגע שפיגלעך?
אויב קוקט מען נישט אין שפיגל גייט מען נישט קוקן אויפן קעמרע.
אבזערווירער האט געשריבן:
שטארקע מענטשן ברענגן גוטע צייטן, גוטע צייטן ברענגן שוואכע מענטשן, שוואכע מענטשן ברענגן שווערע צייטן, שווערע צייטן בויט שטארקע מענטשן...
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7394
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

Re: סקול באס סעיפטי פאר עלטערן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

שיינער חלום האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 10:55 pm


וואס איז שלעכט מיט די יעצטיגע שפיגלעך?
אויב קוקט מען נישט אין שפיגל גייט מען נישט קוקן אויפן קעמרע.
און מען קאן מוסיף זיין.
אויב קוקט מען אויף די קעמערא, גייט מען מער נישט קוקען DIRECT VISION.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
באפעלאו
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 06, 2023 8:17 am

Re: סקול באס סעיפטי פאר עלטערן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באפעלאו »

פאר מ'גייט צו נייע תקנות און ערפינדונגען. לאמיר קודם follow'ן די תקנות וואס זענען שוין אין די book. די rule איז אז די דרייווער דארף ציילן די קינדער ביים אראפגיין און זעהן אז דעי אלע קינדער קומען אן אויפן סיידוואק. (דעיס ווערט א פראבלעם ווען אסאך קינדער גייען אראפ ביי 1 סטאפ אין יעדער לויפט אין א צווייטע דערעקציע)

נאך א rule, די דרייווער דארף וויסן וועלעכע קינד דארף cross'ן

נאך א rule איז דא, אז די קלענערע מוזן אראפגיין פאר די גרעסערע.

נאך א rule, צו קוקען אין די שפיגלעך...

די ביך פון די rules פאר'ן באס דרייווער איז אזוי דיק ווי א שלחן ערך. איך דערמאן נאר דעיע וואס ווי ס'זעהט אויס האבן דעיע געשפילט א ראלע אינעם עקסידענט דעי פרייטיג.

עלטערן זאלן אפנעמען פונעם טיר איז סתם א גוטע עצה. (ווען ס'דא עלטערע געשוויסטער אויפן באס, איז עס אויך וויכטיג זעהט אויס)
בנינים.מפוארים
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2023 5:52 pm

Re: סקול באס סעיפטי פאר עלטערן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנינים.מפוארים »

מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

Re: סקול באס סעיפטי פאר עלטערן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

כפרה האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 1:17 pm
אייער_קיכל האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 12:03 pm
אין די מאנסי אשכול האט מען אנגעהויבן רעדן וועגן סענסארס

איז טאקע מעגליך אז אין '24 איז נאכנישט ערצייגט געווארן א קראנטע סענסאר וואס זאל אלערטן דעם דרייווער בלויז ווען ס'איז א ריכטיגע סכנה?

און וואס איז מיט א בליינד ספאט קעמערע פאר די פארנט פונעם באס?
די סיטי באסעס אין שטאט האבן אן אלערט פארן דרייווער ווען א מענטש איז נעבן באס.
איז דא אזא מעגליכקייט עס אריינצולייגן אין די היימישע באסעס?

איך מיין טאמער איז פארהאן עפעס א גוטע מאשינקע וואס קען שפירן ווען איינער איז נעבען די באס אינדרויסן, און ס'לאזט נישט די באס פארן, אדער פייפט עס וכדו', מיין איך אז מ'וואלט געקענט אויפקומען מיט די געלט.

אויב ווייס איינער פון די ריכטיגע מאשינקע ביטע מעלדן דא, אדער שיקן אין אישי.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7394
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

Re: סקול באס סעיפטי פאר עלטערן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

אויסער טעקנאלאדזשי, איז דא עפעס וואס קאן מאכען בעסער טראנספארטעישאן?

לייגט דא
ucp.php?i=pm&mode=compose&action=quotepost&p=4933168
אריין אייערע קאמענטארען, אבער ביטע געשריבען גאר אין קורצען, און מען וועט עס בעז"ה אויסשמועסן אין דיטעיל און זעהן וואס מען קאן טוהן צו פאררעכטן.

קאמענטארען זיינען וויכטיגע פון אלע זייטן פון דעם ספעקטרום:
פון די עלטערן
פון די מוסדות
פון די דרייווערס
פון די קינדער
פון קאר דרייווערס

דאנקע שעהן פאר אריינשיקען.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”