גאר וויכטיגע אינפערמאציע איבער car leasing / damage waiver
אין קורצען, ביז לעצטענס פלעגן damage waiver קאמפעניס באצאלן סיי וואספארע damage א קאר האט נאר געהאט ביים עס צוריק געבן, ווי dents and scratches וכדו׳, און זיך פארמאכט די אויגן און אלעס באצאלט אן מאכן קיין פראבלעמען, נאך וואס די ליעס איז פארטיג געווארן (נאך 2 אדער 3 יאר), לעצטענס איז אנדערש געווארן די מצב ווען גאר אסאך Damage waiver קאמפעניס האלטן שוין נישט ביים באצאלן נאר א קליינע חלק פון די damage.
ע״כ, התורה חסה על ממונם של ישראל! און פראבירט זעכער צו מאכן די מערסטע וואס ס׳איז שייך אז אייערע קאר זאל נישט באקימען קיין dents and scratches די מערסטע וואס ס׳איז שייך, א חוץ אויב איר זענט גרייט צו באצאלן רוב פון די קאסטן פון די damage.
אויכעט וואלט איך געוואלט הערן פון חברים דא צו איינער האט עקספיריענס, מיט דעם וואס ס׳שטייט אין די פאלגענדיגע צעטל, אז נעמען די קאר צו א באדי שאפ עס צו פארעכטען פארן צוריק געבן די ליעס, וועט אויסקומען ביליגער ווי צו באצאלן די fee וואס די קאר קאמפעני וועט בעהטן?
ווי אויך עני אנדערע טיפס להנאות הציבור, צו ס׳איז יא נאך אלטס שייך צו טרעפן א damage waiver company וואס וועט יא באצאלן אן מאכן קיין פראבלעמען, און אויב יא וועלכע?
נב, איך הער איז פראבלעם איז דא אין NY אין Brooklyn און upstate איך ווייס נישט צו די פראבלעם איז אויך דא אין NJ אדער אנדערע פלעצער.
- אטעטשמענטס
-
- E64E40A9-0C6A-42F9-B70F-AD9A4BBC5C96.jpeg (59.11 KiB) געזען 8689 מאל