איך האב נישט דער פאסיגע ווערטער אויסשפראך צו באדאנקען כל מדה ומעלה ועצה טובה ונכונה. איך האב גאר נישט גע'וויסט אז איך גיי באקומען אזא שטארקע פידבעק.
וואס איך האב דערווייל געטוען איז, היות ער האט א ברירה צו האבן צוויי סטאפס, איינס א פריעדיגע ביי דו קארנער, און דו באס דארף ממילא שפעטער נאכאמאל אדורכגיין מיין הויז ביי דו טיר, א שפעטער'דיגע סטאפ, דו גאנצע יאר ביז יעצט איז ער גע'גאנגען צום קארנער, האב איך איהם נישט געקענט נאך קוקן, יעצט (ווילאנג איך ווייס נאכנישט פונקטליך גענויע וואס איך גיי טוען, האב איך אדערווייל) האב איך איהם געזאגט, היות ס'קומט זוממער, איז מחמת סעיפטי וויל איך ער זאל קיין ביי דו טיר. פארשטייט זיך ער האט גלייך פארפירט אז ער האט בעסער ליב דו קארנער, כ'האב איהם געזאגט, בלא, איך האב מורא פאר דיין סעיפטי.
ער איז א בן יחיד, חוץ עטליכע שוועסטערס, ער באקומט, ווען ס'קומט זיך איהם, נאש, לאוו, שמועסן, וואס אימער, פעלט איהם ב"ה גארנישט, אטטענשען, חיזוק, אפען הארציג, ליבליך, געשמאקייט, אלעס אלעס. יא, איך בין אביסעל, אפשר אביסל מער ווי אביסל, מקפיד אויף געזונטע נאש, קיין סופער סנעק געב איך נישט, אבער כ'בין אויך מקפיד איהם צו געבן איין מאל א וואך אדער מער ווי איינמאל א וואך א טייערע נאש, ווי למשל א דעינעש, חוץ דו אלע אנדערע סנעקס ער באקומט יעדער טאג, וואס ער וויל, און ער קען פיקען, סוי איך גלייב נישט אז ס'דארף אבער צוקומען צו דעים ער זאל מאכען אן ארדער טעגליך פון 25 דאללער.
לעצטענס הער איך איהם רעדן מיט חברים אז ער מאכט א קארנעוויל מיט חברים, איך האב א קליין חשד אז איך בין דער נדבן בעילום שם, אבער ער ברענגט גארנישט אהיים, ווייס איך נישט ווי ער באהאלט דו אלע זאכען.
מיין עיקר דאגה און פראבלעים איז אבער מיט זיין אליין וואקן, שפעט, צו חדר, אדערווייל ליין איך וואס דער עולם האט מציע געוועהן.