א חינוך שאלה וואס מאכט זיך גאר אפט

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

בארואיגט-אייך האט געשריבן: ווארט עם אפ אין גראסערי אין א סופרייז, אבער ער זאל חלילה נישט האבן קיין בושות, נאר געב עם א פרעג צו מאמי האט געהייסן קויפן די זאכן, אויב ער ווערט רויט אדער ער לייקענט זאג עם אז זייער גוט, יעצט וועסטו וויסן אז ער האט ליב מער נאש ווי א געווענדליכע אינגל די וועסט טרייען עם צו קויפן איין מאל א וואך א גוטע נאש ספעציעל פאר עם, אבער נאר אויב ער וועט שרייבן 200 מאל לא תגנוב(דאס ווערט אריין געקירצט אין קאפ).

שפאציר אהיים מיט עם אבער זייער ליבלעך, מאך שאר אז ער צווויינט זיך אינדעמיט, אבער זיי עם מסביר אז די שרעקעדיגע פאליס קאר'ס זענען געמאכט פאר מענטשן ווי עם.... ווען זיי זענען גרויס.

מאך שאר אז דאס וועט אריין געקריצט איז זיין זכרון אז אין די שטוב איז דא א "ליבליכע שטרענגע טאטע" ו

קענסט אויך זאגן אז די פארשטייסט די תאוה פון גניבה, אבער יעצט איז די צייט צו ארבעטן די וועסט עם העלפן, אזוי וועט ער וויסן אז דא איז דא א טאטע וואס העלפט א קינד ווען מע איז געשלאגן מיט א תאוה, ער וויל אויך נישט גנבענען.

ביסטט זיכער אז די יונגל קוקט אן אז ניצן די טאטע'ס אקאונט איז גניבה?? ער פארשטייט זיכער אז ס'איז נישט שיין. אינדערהיים ווען ס'איז דא א גרויסע קעיק, און ער נעמט דריי שטיקלעך ווען יעדער באקומט נאר איין שטיקל, הייסט עס גניבה?? מעלגיך אז ער פארשטייט אז ס'איז סעלפיש. ווער זאגלט מ'דארף ניצן די שטרענגע טערמינען? ווילסט דווקא אז אינדעהיים פאר ער נעמט א גלאז מילך זאל ער פרעגן רשות? און אויב ער נעמט אן רשות זאל ער צאלן כפל???

דאס האב איך פריער געשריבן. לאמיר קודם אויסקלארן וואס זענען די עוולות וואס די קינד איז באגאנגען.
אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשיקטער »

דער אינגעל עסט ידען טאג פאר $25 ?
ער טיילט עס פאר חברים שטארק ייתכן אז עס איז דא נאך א פראבלעם
פעלט אים SELF CONFIDENCE און ער מיינט אז אזוי וועט ער נושא חן זיין ביי די חברים
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

כ'האב דורך געלעזט דעם גאנצן אשכול, פאר יעדע עצה זעה איך א סייד עפעקט, חוץ פאר פעטש - פארשטייט זיך נישט מיט קיין כעס און אויך נישט אויפן פנים, אזאנס אויף די אנדערע זייט פונעם האנט פלאך אחד מכאן ואחד מכאן.

רעדן צום מנהל קען ערוועקן א שנאה צום מנהל, ס'קען זיין א דעמידזש פאר עטליכע יאר.
רעדן כאילו די באס דרייווער האט פארציילט, ווערט א אפענע מלחה פונעם קינד צום באס דרייווער.
אים פערצאפאל טרעפן אין געשעפט, וועט ער מיזן זיכן נייע געשעפטן.


געבן א פעטשעלע, און זאגן "כ'וויל דאס מער נישט זעהן", האט געמאכט די דזשאב וועל דאן. (חוץ אויך די פראבלעם הייבט זיך נישט אן מיט דעם).
פארק סלאופ
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 3:18 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארק סלאופ »

ראש הקהל האט געשריבן: דער קעשיר פון מיין גראסערי פרעגט מיר היינט, איר לאזט אייער יונגעל אויפשרייבען כל מיני נאשעריי?

איך וויל עס שטארק פארדאמען, למען ישמעו וייראו, ער זאלן באקומען א הארבע עונש, אבער וואס? וואס איז דער בעסטע מהלך צו טוען, ס'זאל איהם נישט שאטן פיזיש און גייסטיש און דו לאנג ראן? וואס איז דער בעסטע זאך צוטוען ער זאל זיך לערנען א לעקציע?

שכויח פארן ענטפערן.

שמוע בין אחיכם!
מען דארף הערן ביידע צדדים
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

ראש הקהל האט געשריבן: דער קעשיר פון מיין גראסערי פרעגט מיר היינט, איר לאזט אייער יונגעל אויפשרייבען כל מיני נאשעריי?
מיין יונגעל? זעכער?
דיין נאמבער איז דעיס......?
יא, דאס איז דער רעסיטס פון דו לעצטע פאר טעג...

יעדען טאג זיך איינגעקויפט טייערע טשאקליט נאש מיט נאך אנדערע מטעמים, און ווערט פון בערך 25 דאללער.

קוקענדיג אויפן צייט, זעה איך אז ער וואלט שוין געדארפט זיין אויפן באס, רוף איך אן דער דרייווער זאגט ער מיר אז ניין, לעצטענס איז ער נישט אויפן באס.

א כתה ה' יונגעל צווישען 9 און 10, יעצט זיך אויסגעלערנט קראסן א סטריט אבער נישט קיין עוועניו. כדי ער זאל אליין וואקן און אנקומען צו חדר, דארף ער קראסן עטליכע סטריטס מיט עוועניוס.

פון דער פאזיטיווע זייט, הודו לה' אז ער א קלוג יונגעל, און ער נוצט זיין קאפ..

אבער פארן עובר זיין כמה חטאים, ארויפשרייבען 25 דאללער א טאג, בלי רשות, פארפאסען זיין באס, וואקן אליינס צו חדר בלי רשות.

איך וויל עס שטארק פארדאמען, למען ישמעו וייראו, ער זאלן באקומען א הארבע עונש, אבער וואס? וואס איז דער בעסטע מהלך צו טוען, ס'זאל איהם נישט שאטן פיזיש און גייסטיש און דו לאנג ראן? וואס איז דער בעסטע זאך צוטוען ער זאל זיך לערנען א לעקציע?

שכויח פארן ענטפערן.

;l;p-
יו האב איך געלאכט
ראש הקהל דו האסט א אינגל א חברהמאן!!
א געריבענער סוחר!!

איך מיין נישט ח"ו צו לאכן פון דיינע אישוס, אבער ווען דיין 2 יעריגס דרייט איבער דעם הויז פרייסט דאך אויך וה"ה לכאן
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

שטאלצער יוד האט געשריבן: ווער קען אויסרעכנען וועלכע עוולות די קינד האט דא געטוהן. איינמאל מ'וועט דאס וויסן קען מען באטראכטן יעדעס עוולה באזונדער ווי אזוי מ'דארף רעגירן.

די עוולה איז משא ומתן אינטערן ריקן פון די וועם ער דארף הארכן
ביי מיר איז אויסגעקומען צו הענדלן א ענליכע פאל, נאכן שפאצירן א לענגערע שפאציר און געמאכט דערפון א עסק האט דאס קינד פיין דערהערט די עוולה.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13101
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

מי יודע האט געשריבן:
קאכעדיגע האט געשריבן:
veltsman האט געשריבן: א הארבע עונש? פארן רעדן אפילו?
זעץ זיך אוועק מיט אים, כאפ א ליבליכן שמועס (וויפיל מאל האסטו דאס שוין געטאן?) און אויף א פאזיטיווע וועג זיי אים מחנך וואס איז ריכטיג צו טוהן און וואס נישט,

אויף ווען דען איז געמאכט געווארן די פסוק פון שלמה המלך חוסך שבטו מבנו?
איז שוין טאקע נישט דא היינט צוטאגס אזיין זאך פון געבן א פאטש?
ס'איז קלאר אז די יונגעל האט געטוהן א אויסטערלישע עוולה! לאמיר זיך פארשטעלן ווען די יונגעל גייט בכלל נישט אין חדר נאר ער גייט קיין KIDS AN ACTION שפילען יעדו טאג, אדער ער גייט דרייוון א קאר למשל, דאס מיינט אז די קינד האט א מאס גאטס און חוצפה צו טוהן אזאך וואס 95% קינדער פאלט נישט איין צו טוהן, לענ"ד צו קויפן יעדו טאג פאר 25 דאללער און עס אויפעסן איז איבערגעצויגן די נארמאלע שטריק און ער דארף כאפן געזונטע פעטש זאל איהם אריינגיין אין די ביינער אז מען טוט נישט וואס מען וויל.

אונזערע רבי'ס האבן געטייטשט חושך שבטו שונא בנו, צו טיילן פעטש אפילו ס'קומט זיך נישט
אבער דער אמת'ער פשט איז חושך שבטו שונא בנו, ווען ס'קומט זיך אים, און ווען א קינד טוט א עולה אן קיין התראה קומט נאכנישט קיין פעטש, וואס האט די תורה געזאגט ביי עונש פון בי"ד? באקומט מען א עונש אן עדים והתראה?
פעטש איז קיינמאל נישט סטעפ 1

אן נעמען א צד אין דעם קעיס זענט איר במח"כ נישט גערעכט
Capture.JPG
Capture.JPG (26.61 KiB) געזען 2011 מאל
דביה תחדי נפשא
אמת ויציב
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 20, 2017 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמת ויציב »

בארואיגט-אייך האט געשריבן: ווארט עם אפ אין גראסערי אין א סופרייז, אבער ער זאל חלילה נישט האבן קיין בושות, נאר געב עם א פרעג צו מאמי האט געהייסן קויפן די זאכן, אויב ער ווערט רויט אדער ער לייקענט זאג עם אז זייער גוט, יעצט וועסטו וויסן אז ער האט ליב מער נאש ווי א געווענדליכע אינגל די וועסט טרייען עם צו קויפן איין מאל א וואך א גוטע נאש ספעציעל פאר עם, אבער נאר אויב ער וועט שרייבן 200 מאל לא תגנוב(דאס ווערט אריין געקירצט אין קאפ).

שפאציר אהיים מיט עם אבער זייער ליבלעך, מאך שאר אז ער צווויינט זיך אינדעמיט, אבער זיי עם מסביר אז די שרעקעדיגע פאליס קאר'ס זענען געמאכט פאר מענטשן ווי עם.... ווען זיי זענען גרויס.

מאך שאר אז דאס וועט אריין געקריצט איז זיין זכרון אז אין די שטוב איז דא א "ליבליכע שטרענגע טאטע" ו

קענסט אויך זאגן אז די פארשטייסט די תאוה פון גניבה, אבער יעצט איז די צייט צו ארבעטן די וועסט עם העלפן, אזוי וועט ער וויסן אז דא איז דא א טאטע וואס העלפט א קינד ווען מע איז געשלאגן מיט א תאוה, ער וויל אויך נישט גנבענען.


חס ושלום אזוי צו טון
נישטא קיין שום תועלת פון אפווארטן אין א סורפרייז
די קאנסקווענצען קענען זיין נישט גוט

פארוואס קען מען נישט זיין פלעין אפן, זאג אים ,(ווען די ביסט אין א ליבליכע מאאד)
יענקי איך לאז נישט קויפן גארנישט אן רשות
אז די דארפסט עפעס, איך בין אייביג דא פאר דיר
פארשטייט זיך אז מקען אים מסביר זיין
אז אזא ווערטשאפט מאכט נישט קיין סענס פאר אזא וואוילע יונגעל ווי אים
און מדארף טאקע זיכער מאכן אז he is getting a treat once in a while
איך האף ער הונגערט נישט פאר א נאש ווייל אונדערהיים באקומט ער נישט
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5123
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

שטאלצער יוד האט געשריבן: ווער קען אויסרעכנען וועלכע עוולות די קינד האט דא געטוהן. איינמאל מ'וועט דאס וויסן קען מען באטראכטן יעדעס עוולה באזונדער ווי אזוי מ'דארף רעגירן.

מיר קוקט אויס די מעשה (קען זיין איך בין מיר טועה) אז אין שטוב איז פאר סאם ריזן דא עפעס א צוריק האלט פון עסן נאש.

כ'האב אמאל געליינט א מעשה פון א מלמד אז אין זיין כיתה איז געווען א יונגל וואס פלעגט קומען אין חדר מיט ברוינע ברויט און די עלטערן האבן געהאט אנגעווארנט פאר די מלמד אז דאס קינד מעג נאר דאס עסן ווייל די ווייסע ברויט מיט אייער און פינאט באטער מאכט קראנק... אין א שיינעם שבת נאך א קידוש טרעפט די מלמד דאס קינד ארום גיין און אויסטרינקן יעדעמס איבערגעבליבענע גרעפ דזשוס מיט אריינגעביסענע קעיק ווייל ווען מ'קומט אהיים טאר מען עס נישט עסן...

אז א קינד איז פילט זיך אביסל צו שטארק באגרענעצט מיט עני טינג וועט ער זיכן און על פי רוב טרעפן עפעס א וועג ארויס. און אזוי ווי ער האט נישט צו פול שכל קען ער צומאל טוען זאכן וואס איז זייער נישט נארמאל.

נאכאמאל. איך זאג נישט אז עס איז דאס ביי דעם פאל. אבער ס'איז גוט צו האלטן אן אפן אויג אויב עפעס שטערט אים נישט מיטן עסן נאש סיי ווי. און פריי דיר אז ער שרייבט אויף און ער גנב'ט נישט אווי געוויסע קינדער טוען... פרעג נאר דיי גראסערי מאן...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת_הבורא »

מאך קודם זיכער אז דיין ווייב האט אויך נישט געוויסט דערפון
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5123
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

חביבי האט געשריבן: אינטעראסאנטע שמועס, און עס איז מיר מער אינטערעסאנט צו זען אז רוב עולם דא האלט אז מען טאר נישט געבן פעטש און איינער האט אפילו געזאגט אז בכלל עונשים טאר מען נישט געבן נאר פאר חוצפה (ליין סעלף דיפענס)

די פסיכאלאגן האבן אונז גוט מסדר געווען, יעדן טאג פרישע שיעורים מיט מהלכים שונים און די קינדער וואלטן לכאורה געדארפט ווערן בעסער און בעסער, דערווייל געשעט די פארקערטע, די חדרים און ישיבות זעהען נישט אויס צו ווערן בעסער

א קינד גייט נישט צוגרינד פון אפאר פעטש, נישט געבן פעטש ווען עס פעלט אויס מאכט יא שטארקע שאדן,

לגבי די שאלה דא פון די קינד וואס גנבט איז נישט קיין שום פראבלעם צו געבן א געזונטע פראסק די קינד ווייסט אז עס קומט אים און ער וועט פילן דערנאך אסאך רואיגער אז ער האט באקומען זיינס און קעיס קלאוזט. כנלענד. אזוי האט מען געטוען אלעמאל ביז די אמעריקאנע סאושל ווארקערס זענען אויפגעקומען מיט זייערע שטותיים און אינטערגעמינעוועט די אוטאריטעט פון עלטערן, מלמדים, ומחנכים

ס'איז אמת אז היינט גיט מען כמעט נישט קיין פעטש. אבער אז מ'פראבירט צו כאפן א קינד רויטהאנטיג ביי א זאך וואס ער ווייסט אז ס'איז בושות נוראות וועל אפילו אונזערע עלטערן מודה זיין אז מ'נעמט אן אנדערע מהלך. אז מ'האט אים שוין געכאפט איז א צווייטע פרשה אבער טרייען אז ס'זאל אויסקומען אויף אזא וועג? אבסעלוטלי נישט.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
זכריהו
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 12:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכריהו »

אויב איז שוין דער אשכול אזוי קאלירפול, לאמיך צוגעבן נאך אביסל קאליר:

לדעתי דארף מען קודם צוגיין צום קינד און אים געבן א קוש אין זיין באק, אים ארומנעמען, און אים זאגן: זאלסט וויסן אז אין אלע מצבים בלייבסטו מיין קינד, אפילו דו וועסט ח״ו אנצינדן א לייט שבת, גנבנען, אדער אפילו אפפארן פון אידישע וועג.

דאן שמועסן מיט אים צוויי שעה פון אלע זאכן וואס עס פאראינטערעסירט דעם קינד. פון מוזיק, פון בייקס, און פון געימס.

דערנאך אים פרעגן זייער איידל: צדיקל, עפעס באדערט דיך לעצטנס? איינער האט דיך עפעס געטון?

דאס איז זייער וויכטיג! ווייל געווענליך ווען א קינד גנבעט באדערט אים עפעס. אבער ח״ו נישט זאגן גארנישט פון די גניבה.

אויב ער זאגט אז גארנישט, קומט מן הסתם די גניבה פון א חלל אין ליבשאפט, מען וועט מוזן רעדן צו די קינד נאכאמאל יעדן טאג פאר עטליסט א וואך, אים אריינגעבן גאר שטארקע ליבשאפט, אריבער די גרעניצן.

איינמאל מען האלט נאך א וואך, ווען די אהבה איז שוין העכער אלע גרעניצן, זאל מען גיין שטילערהייט צום קינד, פאר ער גייט שלאפן, און אים זאגן, שעפעלע איך מיין אז דו האסט געגנבט פון די גראסערי, פאר דיין טובה איז עס נישט גוט, ווייל אויב מען געוואוינט זיך צו צו זיין גנבנען קען מען ח״ו אויסוואקסן א גנב. פארשטייסט?

דאס קינד וועט עס זיכער פארשטיין.

דאס איז די מאקסימום השתדלות. אויב גנבט ער נאכאמאל, זאל מען וויסן אז מען האט געטון וואס מען דארף טון, און פארפאלן, מען דארף אים זייער שטארק ליב האבן אין אלע אומשטענדן. ווי מער ער גנבט דארף מען אים מער ליב האבן, נאר דאס וועט אים ראטעווען פון נישט רייכערן דראגס אויף די עלטער. פון דא און ווייטער איז עס די באשעפערס פראבלעם.

פעטש איז אביוז.
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4474
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

veltsman האט געשריבן: א הארבע עונש? פארן רעדן אפילו?
זעץ זיך אוועק מיט אים, כאפ א ליבליכן שמועס (וויפיל מאל האסטו דאס שוין געטאן?) און אויף א פאזיטיווע וועג זיי אים מחנך וואס איז ריכטיג צו טוהן און וואס נישט,
The Divided States Of America
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

איין עצה בעסער פון צווייטן...
לעצט פארראכטן דורך בראשית ברא אום דינסטאג מאי 14, 2019 6:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מי יודע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9110
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

זכריהו האט געשריבן: אויב איז שוין דער אשכול אזוי קאלירפול, לאמיך צוגעבן נאך אביסל קאליר:

לדעתי דארף מען קודם צוגיין צום קינד און אים געבן א קוש אין זיין באק, אים ארומנעמען, און אים זאגן: זאלסט וויסן אז אין אלע מצבים בלייבסטו מיין קינד, אפילו דו וועסט ח״ו אנצינדן א לייט שבת, גנבנען, אדער אפילו אפפארן פון אידישע וועג.

דאן שמועסן מיט אים צוויי שעה פון אלע זאכן וואס עס פאראינטערעסירט דעם קינד. פון מוזיק, פון בייקס, און פון געימס.

דערנאך אים פרעגן זייער איידל: צדיקל, עפעס באדערט דיך לעצטנס? איינער האט דיך עפעס געטון?

דאס איז זייער וויכטיג! ווייל געווענליך ווען א קינד גנבעט באדערט אים עפעס. אבער ח״ו נישט זאגן גארנישט פון די גניבה.

אויב ער זאגט אז גארנישט, קומט מן הסתם די גניבה פון א חלל אין ליבשאפט, מען וועט מוזן רעדן צו די קינד נאכאמאל יעדן טאג פאר עטליסט א וואך, אים אריינגעבן גאר שטארקע ליבשאפט, אריבער די גרעניצן.

איינמאל מען האלט נאך א וואך, ווען די אהבה איז שוין העכער אלע גרעניצן, זאל מען גיין שטילערהייט צום קינד, פאר ער גייט שלאפן, און אים זאגן, שעפעלע איך מיין אז דו האסט געגנבט פון די גראסערי, פאר דיין טובה איז עס נישט גוט, ווייל אויב מען געוואוינט זיך צו צו זיין גנבנען קען מען ח״ו אויסוואקסן א גנב. פארשטייסט?

דאס קינד וועט עס זיכער פארשטיין.

דאס איז די מאקסימום השתדלות. אויב גנבט ער נאכאמאל, זאל מען וויסן אז מען האט געטון וואס מען דארף טון, און פארפאלן, מען דארף אים זייער שטארק ליב האבן אין אלע אומשטענדן. ווי מער ער גנבט דארף מען אים מער ליב האבן, נאר דאס וועט אים ראטעווען פון נישט רייכערן דראגס אויף די עלטער. פון דא און ווייטער איז עס די באשעפערס פראבלעם.

פעטש איז אביוז.

וויי פאר אזא חינוך
נוצן ריכטיגע טאקטיקן אויפן נישט ריכטיגן מענטש
#תש19

מסכת בבא בתרא דף טז ע"א
בקש איוב לפטור את כל העולם כולו מן הדין אמר לפניו רבונו של עולם בראת שור פרסותיו סדוקות בראת חמור פרסותיו קלוטות בראת גן עדן בראת גיהנם בראת צדיקים בראת רשעים מי מעכב על ידך
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

בין איך די איינציגסטער וואס ערווארט דא א זאפטיגע נמשל און צוגאב צו א גוטע מוסר פארציע.?
אוי לנו מיום הדין, פאר מער קוקט נאך אין שערי תשובה
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

נישט מעגליך א איד וואס גלייבט באמיתת התורה אזוי צו רעדן.
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע:אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

מיין קורצע עפראוטש איז, וואס איך וואלט געטוהן, איז גענומען די אינגל יעדע נאכט אין גראסערי און געגעבן רשות צי קויפן ציזאמען ביז 25 דאלער נאש, די זעלבע עמאונט וואס ער האט געקויפט אן רשות, און נאכדעם וואס עס ווערט אזא שטארקע קשר, ווייל די קינד זעהט אז איך קויף אים עס, ער דארף נישט לויפן ציפרי אן רשות, דעמאלטס וואלט איך אריינגעגאנגען און א שמועס מיט אים, און אים קאנפראנטעד פארוואס ער מיז קויפן אן רשות, ער קען דאך בעטן רשות, נישט אז ער וואלט באקימען גאנצע 25 יעדן טאג, אבער אויב איז אים ממש וויכטיג צי טיילן פאר זיינע חברים, וואלט איך אים געגעבן רשות צי נעמען יעדן טאג נאך עפעס, וואס ער זאל קענען אוועקגעבן פאר זיינע חברים.

אגב, אין מיין אינגעלס קלאס, א פיצי טאטער, איז געווען א מאוומענט פון טיילן די ריסעס פאר אנדערע קינדער, און מיין אידענע האט געגעבן פאר מיין קינד ברייט ריסעס, עס זאל זיין טופח על מנת להטפיח.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
זכריהו
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 12:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכריהו »

קלאר צו מאכן, מיין תגובה איז געשריבן געווארן סארקאסטיש, און מיט א ביטער געלעכטער.
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע:אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

זכריהו האט געשריבן: קלאר צו מאכן, מיין תגובה איז געשריבן געווארן סארקאסטיש, און מיט א ביטער געלעכטער.

פארשטאנען אזוי, זייער גוט ארויסגעברענגט ווי מען האלט היינט.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1686
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

חביבי האט געשריבן:
א קינד גייט נישט צוגרינד פון אפאר פעטש, נישט געבן פעטש ווען עס פעלט אויס מאכט יא שטארקע שאדן,



ביזט גראדע גערעכט, איך זעה נאר נישט אויב קאמיוניקעשאן זאל זיין א סתירה דערצו, אדרבה עס איז אן השלמה,
רוב קינדער באטראכטן נישט, אויפשרייבן אין גראסערי, אלץ גניבה, און אויסשפילן די סיסטעם, אלץ חוצפה, די פרטים מעג מען אויסשמועסן 'בעפאר' די פראסק,
עס איז א טעות צו האלטן אז דער קינד איז מבין מתוך די עונש, די חומר וואס ער האט געטוען
עס איז א טעות צו האלטן אז ווען מען שרייבט גיב א פאטש, פארשטייט יעדער אז מען רעדט 'אויף א נארמאלע וועג'
די פסוק האלט פאר דוד המלך איבער די חוסר החינוך מיט אדוניהו, 'ולא עצבו אביו לאמר מדוע עשית ככה' דאס איז דער ערשטער סטעפ אין חינוך
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5123
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

בר דעת האט געשריבן: בין איך די איינציגסטער וואס ערווארט דא א זאפטיגע נמשל און צוגאב צו א גוטע מוסר פארציע.?
אוי לנו מיום הדין, פאר מער קוקט נאך אין שערי תשובה

גא"מ
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטעלאופ »

א כתה ה יונגעל?
ער איז נאך עכט פיצי
געווענליך טוט מען דאס איז ז אדער ח
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

כשם שאין פרצופיהן...

איז אזוי:

1) פעטש האט א חסרון, ווייל כאטש ווען עס קומט צו א קלענערע עוולה וואס פאדערט א פאטש, איז עס די ריכטיגע זאך צו טוען. דא איז די עוולה צו גרויס. ממילא גיבן א פאטש האט צוויי שלעכטע עפעקטן, 1) א פאטש איז פון איין זייט א שארפע ריאקציע, און פון דער אנדערע זייט רעלאטיוו א קליינע שטראף, א פאטש און געגאנגען ווייטער. דאס קען גיבן א געפיל פארן קינד, אז דער טאקע איז ברוגז אויף מיר, ער וויל זיך אפרעכענען מיט מיר, מיר כמו 'נישט קענען' לגבי די פאסירונג. (א פאטש איז א איז א ריחוק'דיגער ריאקציע). 2) ווען א קינד איז לאמיר זאגן א מחוצף און דו האלטסט אז עס קומט אים א פאטש, איז, בעצם האסטו אים שוין ווייסעך וויפיל מאל קלאר געמאכט אז קיין מחוצף טאר מען נישט זיין, נו, יעצט קומט אים א פאטש. אבער דא האסטו אים נאך קיינמאל נישט 'מחנך' געווען אויף דער זאך, סך הכל 'צווינגסטו' אים יעצט, בכהאי גוונא פארשטיי איך אז רעדן דארף זיין ריכטיג. (אביסל טיף דאס, כ'האף אז דו כאפסט וואס כ'וויל זאגן).

2) אפווארטן אין גראסערי, איז נישט ריכטיג. קיינמאל קיינמאל, זאלסטו נישט גיבן קיין געפיל פאר דיין קינד אז דו ארבייטסט הונטער זיין רוקן. דער קינד גייט וויסן אז דו ביזט דירעקט געקומען דא אים טרעפן, דער קינד קען פילן זייער אפגעפאטשט, "כ'מיין קענסטו נישט זיך מתייחס צו מיר ווי צו א נארמאלע מענטש?.."

3)רעדן ליבלעך, האסטו גע'הרג'ט די גאנצע זאך, עס איז אויס עבירה, עס איז עבירה'לע... צו א הארבע זאך באציט מען זיך הארב.

איז דעתי העניי' זאגט, נעם דעם קינד רעד צו אים געהעריג, ' ערנסט' ' זייער ערנסט', אבער נישט ' ברוגז' און נישט קיין 'כעס'ח"ו. געדענק אז דער עבירה'לע פאר זיך איז נישט אזוי וויכטיג, ווי עס איז וויכטיג פאר דיין קינד צו ווערן גוט מחונך. זיי אים מסביר זיין עבירה, און אז דו ווילסט אזוינס מער נישט זעהן.

אויב דו גייסט נישט רעדן מיט כעס, אדער 'שנאה' חלילה, גייט ער נישט פילן אז דו ביזט נישט אינגוטן מיט אים, פארקערט, ער גיי פילן אז ער האט א געטרייע טאטע, וואס וויל אים אויסלערנען צו טוען וואס איז ריכטיג, (אנפאנג וועט עס יא אפשר זיין שווער פאר אים, און עס מעג. אבער מיט די צייט וועט ער דאס כאפן).

נאכדעם אלעם, קען מען אנפאנגען צו דערגרינטעווען, וואס איז די שורש, און צו ס'איז דא א שורש, עפעס טיפער וואס איז דער גורם. אבער דאס מוז נישט זיין אין די ערשטע ריאקציע, דאס לאז פאר שפעטער. די ערשטע ריאקציע דארף לדעתי העניי' זיין נאר דאס אויבן געשריבענע.

נ.ב. דאס איז מיין קליינע אויבנאויף בליק אויף א פאסירונג כעין זה, קען זיין אז דא ספעציפיש פעלט אינפארמאציע וואס וואלט געטוישט דער בילד.
אוועטאר
כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרע טעלעפאן »

געריבענער סוחר האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן: 1 פראסק אויפן רעכטן באק
2טע פראסק אויפן לינקע באק

;l;p-אט אזוי!!! און דערנאך נאך ניין און דרייסיג.

האסט פארגעסן צוצולייגן אויף וועמענס באק... דעם טאטנס, וואס חלומט דאס צו טון...פארן נעמען דעם גרינגן וועג צו געבן א פאטש און אוועק וואקן אנשטאט צו טריעטן דעם קינד ווי א מענטש און רעדן צו אים מענטשליך און זיך רעכענען מיט זיינע געפילן וכו וכו'
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”