פיינד און ריפלעיס\וויילדקארדס למתחילים - ווארד\תג
היות איך טוה אויסשטעלן ספרים, קומט אויס מען זאל זיך גוט אויסקענען אין די סוגיא עמוקה פון 'פיינד און ריפלעיס - וויילדקארטס', ממילא נתתי את ידי בקירבארדי צו פארצייכענען זאל א צווייטער אויכט הנאה האבן, ובפרט בימי הספירה ווען מען האלט אינמיטן צאמשטעלן די מנורה פאזל דארף מען דאך עפעס טוהן בענין איש את רעהו יעזורו.
אינעם שיעור האב איך אויך מלקט געווען רוב טיפס וואס שטייט שוין אינעם הויפט פיינד און ריפלעיס\וויילדקארדס אשכול, עס זאל זיין לפונדק אחד.
פיינד און ריפלעיס איז זייער זייער נוצבאר און וויכטיג זיך גוט אויסצוקענען דערמיט, טאג טעגליך באנוצט מען זיך דערמיט, למשל [דוגמא פון סתם פיינד און ריפלעיס] א טייפער וואס טייפט דארף נישט מקפיד זיין אז ס'טייפט זיך צוויי ספעיסעס, קיין פראבלעם, נאכן ענדיגן די פייל מאכט ער פיינד 2 ספעיסעס און ריפלעיס 1 ספעיס. אדער אויב וויל ער זיך שפארן אביסל צייט קעמען אויסלאזן די פינטל סוף פערעגראף, לבסוף מאכט ער פיינד פאראגראף מארק ^p און ריפלעיס מיט פינטל פאראגראף מארק .^p [קענעך אויך ביי מיין שיעור שרייבן פיינד און ריפלעיס, און שפעטער ריפלעיסן מיט פיינד און ריפלעיס - אחוץ אויב עס איז אין ברעקעטס... וויאזוי מען טוט דאס וועט מען מוזן אויסווארטן אויפן המשך השיעור].
אונז ווילן זיך באצוען בעיקר זיך צו לערנען די ווילדע קארטן וואס איז כאמור זייער פאוערפול און נחוץ, פלעין פיינד און ריפלעיס איז פשוט, כ'וועל עס איבערשמועסן אין קורצן. למשל ווילסטע מאכן אלע אנדערליין זאלן ווערן באלד לייגסטו אריין ביי פיינד אנדערליין דורכן גיין צו: פארמעט > פאנט > אנדערליין סטייל > איין ליין צו צוויי, און ביי ריפלעיס מאכסטו: אנדערליין סטייל > none און דו וועלסט אויס באלד. נאך א משל דו ווילסט אפלייען א געוויסע פארמעט צו א סטייל, מאכסטו ביי פיינד די פארמעט, און ביי ריפלעיס סעלעקסטו די סטייל. [ווען עס קומט צו אריינלייגן קאודס אין תג באנוצט מען זיך מיטן לייגן ביי די ריפלעיס פיעלד די קאוד מיט ^&, דהיינו עס זאל צולייגן דאס צו די פיינד, למשל: אנהויב פון יעדע פאראגראף וויל מען קאוד 00 - @00, לייגט מען ביי פיינד דעם סימן פאר פאראגראף מארק ^p, דערנאך ביי ריפלעיס לייגט מען ^&@00, דהיינו די פאראגראף מארק און דערנאך @00 (משא"כ אויב מען לייגט @00^& וועט די קאוד גיין סוף פון יעדע פאראגראף, וועט זיך אויספעלן נאך א פיינד און ריפלעיס צו טוישן די קאוד נאכן פאראגראף מארק].
די סימנים איז ווי עס איז מפורט ביי 'ספעשל', פארשטייט זיך אז יעדע סימן הייבט זיך אן מיט ^, אז נישט וועט עס זוכן אינעם פייל די סימן עצמו נישט די ספעשל פיינד און ריפלעיס סימן. ^? וועט זוכן יעדע סארט קערעקטער, ווי נאמבערס, פאראגראף מארקס, ספעיסעס, אותיות, נאמבערס וכו'. די דאללער סימבאל ^$ וועט זוכן נאר פאר אותיות. און די פאונד ^# נאר פאר נאמבערס, א. א. וו. טעב איז ^t, פאטנאוט - ^f, ענדנאוט - ^e וכו'.
[align=center] וויילדקארדס - ווארד[/align]
ווען עס איז געטשעקט ביי "וויילקארדס", וועט מען זעהן ביי 'ספעשל' גאר נייע סימנים געאייגנט פאר די ווילדע קארטן, ווייל דעמאלטץ וועלן געוויסע קערעקטערס זיך טוישן, און זיין א וועג צו העלפן זוכן. למשל א קוועשן מארק ? וועט נישט טרעפן די קוועצן מארק קערעקטער וואס איז דא אינעם פייל [ווי ביי סתם פיינד און ריפלעיס], נאר עס וועט זוכן אן 'איינצלנע קערעקטער' [אן צולייגן דעם סימן ^].
א פראגע צייכן ? זוכט פאר איין איינצלנע קערעקטער, לדוגמא ס?ר וועט זוכן ספר, הסבר, גרעסער, וכו'.
א שטערנדל * וועט זוכן איין קערעקטער אדער מער, בעסער געזאגט פון 0 קערעקטערס און מער, דהיינו ווען מען לייגט נאר * וועט ער טרעפן איין קערעקטער. אבער ווען מען לייגט א קערעקטער פארדעם און א קערעקטער נאכדעם וועט עס טרעפן אלעס וואס איז אינצווישן די אלע קערעקטערס. למשל מען לייגט אריין ד*א וועט ער טרעפן: "דרוש הבא", א. א. וו. און ער וועט אויך טרעפן א דל"ת מיט אן אל"ף אן א קערעקטער אינצווישן, משא"כ ד?א וועט נאר טרעפן מיט א קערעקטער אינצווישן.
יעצט וועסטו זייער פשוט פארשטיין וואס יעדער וויל וויסן, וויאזוי מען מאכט קלענער אלע איינגערינגעלטע, און דער תירוץ דורכן לייגן ביי פיינד \(*\), דער הסבר איז אזוי: א פלעינע רינגל קען מען נישט לייגן עס זאל זוכן פאר א רינגל, ווייל ווארד נוצט דאס פאר די סימנים פון פיינד און ריפלעיס-וויילדקארט, ממילא ווען מען וויל דוקא יא זוכן וואס ער האט גענומען פאר סימנים לייגט מען צו א סלעש (העכערן ענטער באטן) צו מבטל זיין דעם סימן, דערנאך דעם שטערנדל און די רינגל הסוגר, איז די זעלבע ווי פריער אז די שטערנדל זוכט אלע קערעקטערס צווישן די רינגען. יעצט ביי 'ריפלעיס' קען מען לייגן די סייז פון די פאנט וואס מען וויל און ריפלעיס אלל, אדער גיי צו פיינד > פיינד אין קאררענט סעלעקשן (אדער מעין דאקיומענט וכו'), דערנאך טרעיט אראפ פונעם דייאלאג באקס קענסט דריקן קאנטראל [ צו מאכן גרעסער מיט איין פוינט און ] צו פארקלענערן א פוינט.
ווי דערמאנט אז כדי צו זוכן א רינגל מיז מען לייגן בעפאר א סלעש, איז אזוי אויך די אנדערע סימנים, למשל ברעקעטס ] [ שטערנדל * אז דו זוכסט א שטערנדל פונעם פייל לייג פארדעם א סלעש אויב לייגסטו דאס: \**\* וועט ער זוכן אלע קערעקטערס צווישן 2 שטערנדלעך. [נאך א דוגמא, ווען מ'גרייט צו א פייל פאר תג, און ס'דא קאודס וואס הייבן זיך אן מיטן עט סימן @. וויבאלד די עט סימן נוצט ווארד פאר פיינד און ריפלעיס איז ווען דו זוכסט אן @ אינעם פייל דארף מען לייגן דעם סלעש בעפאר, אויב זוכסטו אלע קערעקטערס צווישן 2 געוויסע קאודס, שרייב אזוי \@00*\@01].
דעם עט סימן @ נוצט מען צו זוכן די זעלבע קערעקטער וואס דו האסט געשריבן בעפאר, למשל ו@י וועט זוכן פאר די אותיות וי אדער ווי.
רינגעלעך () קומען גאר שטארק צוניץ צו מאכן אפטיילונגען, בכדי צו ריפלעיסן אויף פארשידענע וועגן. לדוגמא איינער האט געמאכט א מפתח הספרים דורכן מאכן טעבס צווישן די מראה מקום (קאפיטל און פסוק) און תוכן, און צווישן די תוכן און מראה מקום פונעם ספר כזה: א, א {טעב} בראשית ברא אלקים {טעב} מח, נא, סז. יעצט כדי אריינצולייגן די קאודס דארף איך אנקומען צו אריינלייגן א קאוד נאך די צווייטע טעב, [און דערנאך קען מען שוין מאכן א פשוטער פיינד און ריפלעיס צו ריפלעיסן א קאוד אנשטאט די ערשטע טעב]. פארדעם באנוצט מען זיך מיט די אפטיילונגען כזה: פיינד (^13*)(^t*)(^t) און ריפלעיס \1\2@05 וועט אנשטאט די צווייטער טעב אריינגיין די קאוד @05. דער הסבר דערפון איז אזוי: מען האט געמאכט 3 אפטיילונגען, דער ערשטער איז די פערעגרעף מארק מיט די קאפיטל און פסוק, דער צווייטער אפטיילונג איז די טעב מיט אלע קערעקטערס ביזן צווייטן טעב, דערנאך די צווייטע טעב. און מען ריפלעיסט מיט אפטיילונג 1 און 2 און קאוד.
ווי דערמאנט ^13 טרעפט א פאראגראף מארק אין וויילדקארטס במקום ^p אין די געווענליכע פיינד און ריפלעיס. לדוגמא מען וויל פארמעטן די ערשטע ווארט פון א פראגראף באלד, שרייבט מען ביי פיינד: ^13* [מיט א ספעיס נאכן שטערן] דהיינו ער וועט זוכן פאר א פאראגראף מארק מיט אלע קערעקטערס ביזן ספעיס, און ריפלעיס מיט באלד. אויב וויל מען די פארמעטינג זאל גיין ביז נאך די צווייטע ווארט פונעם פאראגראף מארק, לייג צו נאך א שטערנדל מיט א ספעיס.
אויב וויל מען פארמעטן נאר די ערשטע ווארט, און נישט די ספעיס דערנאך, קענסטו לייגן אנשטאט די ספעיס - די רעינדזש וואס עס קען אלץ אנטהאלטן די ערשטע ווארט אינעם דאקיומענט, כזה: ^13[א-ת]{1,} און אויב קען די ערשטע ווארט האבן שטרעכלעך לייג עס נאכן אות ת, און אזוי ווייטער אלעס וואס עס קען מעגליך זיין.
די הסבר דערפון כדלהלן:
[עפל]{3} וועט טרעפן אלע ווערטער וואס האבן צירופים פון די 3 אותיות נאכנאנד: עפל עלפ פעל פלע לפע לעפ
[עפל]{1,} וועט אויך טרעפן די אות ע' פ' און ל' וואס שטייען באזונדער. קומט אויס אז די רינדיכיגע ברעקעטס זוכט די אות וואס דו האסט געשריבן בעפאר, ממילא ווען מען שרייבט [א-ת] און דערנאך די 1 אין די ברעיסעס זוכט עס פאר אלע אותיות פון א' ביז ת', אבער נישט די ספעיס ווייל דאס האט מען נישט אריינגעשריבן בעפאר. [אויב לייגסטו יא א ספעיס וועט עס זוכן ביז אן אנדערע קערעקטער למשל א קאמע אדער שטרעכל וואס דאס האט מען נישט כולל געווען אינעם זוך].
נאך א וועג צו זוכן די פאראגראף מארק ביז נאכן ערשטע ווארט אנעם ספעיס, פיינד: ^13[! ]{1,} די עקספלעישן מארק מיט די ספעיס דערנאך בתוך הפרענטעסיס זאגט: "שליס אויס פונעם זוך א ספעיס", און די צוגעלייגטע {1,} זאגט: זוך אלע קערעקטערס אחוץ דער אויסגעשלאסענע ספעיס, ממילא וועט ער זוכן אלע קערעקטערס [אפילו שטרעכלעך וואס דאס רעכנט ווארד א נייע ווארט] ביזן ספעיס. [אבער אויב וועסטו שרייבן אזוי: {1,3} האסטו אים איינגעצוימט, און ער וועט זוכן נאר ביז 3 קערעקטערס].
נאך א וועג: ^13<*> דהיינו ער זוכט די פאראגראף מארק, < ווייזט אנהייב א ווארט, * דערנאך אלע קערעקטערס, > זאגט ביז סוף ווארט. ס'איז אבער דא א פראבלעם מיט דעם מהלך, ווייל ווארד באטראכט שטרעכלעך כזה " ווי סוף ווארט ממילא וועט נאר ווערן געפארמעט ביזן שטרעכל.
אויב האט מען אזא ליסטע:
1תשנ"ח
55תרצ"ד
5145תרע"א
און מען וויל לייגן א 'ספעיס דעעש ספעיס' אויף די גאנצע ליסטע, פארדעם מאכט מען צוויי גרופס, איינס איז אלע נאמבערס אין ברעקעטס כזה: ([0-9]) דאס באדייט א גרופ פון אלע נאמבערס אין די רענדזש פון 0 ביז 9, דערנאך נאך א צווייטע גרופ פון די רעינדזש פון אלע אותיות כזה: ([א-ת]), קומט אויס די פיינד איז ([0-9])([א-ת]) און ריפלעיס מיט דאס \1 - \2, דהיינו א ספעיס דעש ספעיס צווישן די צוויי גרופס.
נאך א דוגמא, מען וויל זוכן אינעם גאנצן פייל אויב דער טייפער האט בטעות געלייגט א קאמע פאר די לעצטע אות פונעם ווארד, און ריפלעיסן נאך די ווארט, לייגט מען ביי פיינד ([,])([א-ת]) דאס באדייט די רעינדזש פון די קאמע, דערנאך די אות און ריפלעיס: \2\1 דהיינו גרופ 2 פאר גרופ 1. [אויב האט מען א חשש אויף א קאמע אדער פינטל אינמיטן א ווארט, און מען וויל דאס שטעלן נאך די ווארט, דארף מען איבערמאכן עטליכע מאל ריפלעיס אלל ביז עס קומט אן צום סוף ווארט, ועי' להלן].
מען קען אויך צולייגן אין די רענדזש אלע ענדע אותיות [ךםןףץ.,], אזוי וועט זיך טוישן אלע ענדע אותיות וואס זענען בטעות געשריבן געווארן אינמיטן ווארט, און עס קומט סוף ווארט. אזוי אויך א סוגר ריבוע ווי דאס ] אדער א רינגעלע לייג דאס אריין אין די מנצפ"ך גרופע מיט א סלעש בעפאר, ממילא וועט אויסקוקן דער פיינד אזוי:
([ךםןףץ.,\)\]])([א-ת])
יעצט כדי מען זאל נישט דארפן קליקן עטליכע מאל ריפלעיס אלל ביז עס קומט אן די געוואונטשענע צום סוף ווארט, למשל עס שטייט ג,עדאנקענגאנג קומט אויס אז די קאמע האט א וועג צו גיין 11 טריט - 11 אותיות כדי ער זאל זיך געפונען נאכן ווארט, אויב דו וועסט צולייגן צום פיינד דאס: {1,11} וועט די קאמע שפרינגן גלייך ביז סוף ווארד. פאר די ווארט אליינס און פאר די משל וואלט גענוג געווען אז מען לייגט נאר דעם עלעווער כזה: {11,} מען וויל דאך אבער עס זאל טרעפן אלע אותיות וואס האבן ענדע אותיות מיט קאמעס וכו' און זיי דארפן גיין איין טריט און מער - פון 1 ביז 11, פארדעם דארף מען שרייבן כנ"ל. אבער באמת פעלט דאס נישט אויס ווייל מ'קען שרייבן {1,} וואס דאס באצייכנט איינס און מער, נישט קיין חילוק וויפיל, קומט אויס אזוי קוקט אויס דער פיינד:
([ךםןףץ,\)\]])([א-ת]{1,})
מען לייגט אים אינעם רינגל פון די אותיות א-ת ווייל דאס ריפלעיסט ער (\2), ממילא גייט דאס ארויף די אנווייזונג אויף אים ביז וויפיל טריט ער זאל גיין אויפאיינמאל.
די זעלבע קען מען אויך זוכן פאר א כמנפצ פון סוף ווארט אזוי: ([א-ת])([כמנפצ])> און דורכגיין איינס ביי איינס און פאררעכטן.
לגבי די שאלה פון אנהויב, אז מען וויל ריפלעיסן איבעראל ווי עס שטייט פא”ר זאל שטיין פיינד און ריפלעיס, אבער אויב שטייט פא"ר אין ברעקעטס זאל ער 'נישט' ריפלעיסן מיט פיינד און ריפלעיס ווען מען מאכט דאס פאר די גאנצע פייל, שרייבט מען ביי פיינד \[*פא"ר# און ביי ריפלעיס ^&# יעצט וועט יעדע פא”ר צובאקומען א סימבאל, יעצט קען מען מאכן די ריפלעיס אויפן גאנצן דאקיומענט, און דערנאך ריפלעיסן די סימבאל מיט פא”ר. די וואס איך האב געשריבן אין דעם שטיקל, און לכאורה ליגט עס דאך נישט אין ברעקעטס, און איך וויל דאך נישט ס'זאל מיטגעכאפט ווערן מיט די גרויסע טויש פון אלע וואס ליגן נישט אין ברעקעטס, פארדעם האב איך בשעת'ן טייפן עס יא געלייגט אין ברעקעטס, און ווען איך האב געמאכט די טויש האט עס צובאקומען א סימבאל, ממילא מאך איך א פשוטער פיינד: [פיינד און ריפלעיס#] און ריפלעיס: פא"ר. אדער מיט וויילדקארדס פיינד: (פיינד און ריפלעיס)(#) ריפלעיס: \1 ממילא ריפלעיסט עס נאר די ערשטע גרופ.
טיפ: אין ווארד 16 קען מען אויפאיינמאל זעהן אלע מציאות וואס ער האט געטראפן ביי די פיינד באקסל אויף די לינקע זייט, און אלעס ווערט געהיילייט.
א ספר פון א קלארע דרוק וואס מען האט געמאכט ocr, איז אנשטאט זאל שטיין השי"ת שטייט השיי'ת, שרייבט מען ביי פיינד: (?)(')(?)> [די צווייטע י' איז גרופ 1, די שטרעכל גרופ 2, די לעצטע אות איז גרופ 3, דערנאך די סימן > אז דאס איז סוף ווארט]. אויב איז דאס נאר ביי דעם פאל פון א י' און שטרעכל, שרייבט מען א י' אנשטאט דעם ערשטן פראגע צייכן כזה: (י)(')(?)> און ריפלעיס: "\3 [אנשטאט גרופ 1 און 2 זאל זיין אן אויבערשטרעכל " מיט די לעצטע אות פון די ווארט.
למשל דער טייפער האט נאכגעשריבן פון אן אלטע דרוק יעדע ר"ת למשל ענ"ג איז ר"ת "עדן "נהר ג"ן, און מען דארף נישט די שטרעכלעך נאר מען וויל מאכן די ערשטע אות באלד, פיינד: ( )(")(?) ריפלעיס: \1\3 און באצייכן באלד ביים ריפלעיס. [די ספעיס פארן ווארט וועט אויך ווערן באלד, קענסט דאס נאכדעם טוישן, דורך א פשוטער פיינד און ריפלעיס, פיינד ספעיס באלד, ריפלעיס ספעיס רעגולער.
נאכן אויסשטעלן א ספר אין תג, אין דער קאסטומער בעהט די ספר אין ווארד כדי צו מאכן מפתחות דערויף [אין תג לייגט מען סוף פון יעדע עמוד די מספר העמוד פונעם ספר מיטן סקריפט..., דערנאך פארמאכט מען די פייל אן סעיוון, עקספארט rtf מיט קאודס], אויב האט מען פאטנאוטס אין תג, לאמיר זאגן מען האט געמאכט דעם אות צום הערה כזה [ח] און יעצט אין ווארד וויל מען דאס ארויסנעמען עס זאל נישט שטערן צו מאכן מפתחות, יעדע מספר ליגט צווישן 2 קאודס כזה: @11[ח]@12 כדי דאס אויסצומעקן, פיינד: \@11\[[א-ת]{1,}\]\@12 און ריפלעיס: גארנישט.
כ'האף נאך אי"ה זיך צו מאכן צייט אראפצושרייבן די מהלך פון פיינד און ריפלעיס\וויילדקארדס אין תג, יעזור השי"ת מ'זאל גוט זיך אדורכזוכן ולתקן את נר"נ מכל סיג ופגם, און זיך פארבעסערן און טוישן צום גוטן.