Re: נייעס און קרישקעלעך פון חברה הצלה
אויב איך מעג דיך פארבעסערן. וואנע בי איז נישט דוקא קיין חסרון, זייער אסאך הצלה, חברים וכו' מעמבערס זענען וואנעביס.עטרת חיים האט געשריבן: ↑ מאנטאג אפריל 08, 2024 1:02 pmחברה הצלה איז זייער א דעליקעיט ארגעניזאציע וואס די מעמבערס קומען אן צו אלע מינע סיטואציעס ביי מענטשן און שטוב אדער סיי ווי.
אזא קריטישע ארגעניזאציע, אויב וועט זיין צו פיל מעמבערס קען זיין כל המוסיף גורע, אזא ארגעניזאציע דארף זיין אונטער א שטארקע קאנטראל ברוחניות ובגשמיות, און אויב איז דא צופיל מעמבערס אדער קאמפעטישאן, קען דאס האבן די פארקערטע אפעקט.
חברה הצלה טוט געווענליך אויפנעמען מעמבערס צוביסלעך כפי הצורך, אבער זאגן אז מ'דארף פלאדן די ארגעניזאציעס מיט ווי מער מעמבערס איז נישט ריאליסטיש.
די לעצטערע יארן מיט די אויסברייטערונג פון פילע געגנעטער האט גענומען צייט ביז הצלה זאל פארשטיין און באגרייפן די צורך פון אויסשפרייטן זייערע סערוויסעס, ס'איז פארשטענדליך אז הצלה קען נישט אויפנעמען 20 נייע מעמבערס און יעדע סקווער מייל וואס 50 משפחות האבן זיך הערשט ארויסגעצויגן, דאס וועט סתם פלאדן די ארגעניזאציעס און נישט ברענגען קיין שוויות, עפענען פרישע ארגעניזאציעס קען אפשר פארבעסערן און געוויסע הינזיכטן, אבער מיט די מצבים וואס הצלה איז אלץ אינוואלווד וועט אייביג זיין אישוס.
ס'איז דא אסאך מענטשן וואס האבן זייער שטארק געוואלט ווערן הצלה מעמבערס (וואנע בי'ס בלע"ז) אבער איעדער רעכטזיניגע מענטש פארשטייט אז מ'קען נישט נעמען יעדער איינער וואס וויל, פילע פון די וואס זענען ביזי אז מ'דארף יא נעמען יעדעם אדער ווי מער, לכבוד עצמם דורשים.
רוב רובם כלל ישראל שעצט די מסירת נפש'דיגע ארבעט פון די געטרייע חברה הצלה ארגעניזאציעס בכל מקומות מושבותיהם.
אשריכם חברי הצלה בכל קצבי תבל! לך בכחכם זה והושעתם את ישראל
די פראבלעם איז ווען ס'איז "נאר" א וואנעבי, און דעמאלטס איז ער אויך א וואנעבי צו האבן אטענטשן און שוהל, און מי יודע וואספארא הייקעלע אינפאו ער קען ארויסגיסן.
לגוף הענין:
אויסער די סענסיטיווע פארשטאנד וואס יעדע הצלה מעמבער האט אייביג געדארפט האבן ווייל מ'טראסט זיי מיט גאר פערזענליכע און פריוואטע קאלס וואו זיי באהאנדלען קינדער, בחורים, מיידלעך און פרויען אין אלע סיטואציעס. איז ליידער די מציאות, אז אין די לעצטערע יארן זענען דא א העכערע פראצענט קאלס וואס זענען זייער סענסיטיוו מחמת דעם וואס ס'נעמט אריין גייסטישע פעלער, דראגס און נאך אשר אכמ"ל. וועגן דעם איז היינט נאך וויכטיגער ווי אייביג צו וואטשן אויף די קוואלעטי פון מעמבערס וואס מ'נעמט אריין, און אנפארטשענעטלי זענען דא א מאנגל פון באזעצענע אידן וואס זענען גרייט צו טוהן די ארבעט, אויפהייבנדיג די פראצענט פון פלעינע וואנעביס אן קיין ערנסקייט וואס אפלייען.
סאו ס'איז נישט קיין שאלה פארוואס ס'איז שווער אנצוקומען צו הצלה, ווייל זיי דארפן דאך מאכן גאר א קעירפול סעלקשן פראצעדור צווישן א עולם וואס א שטייגנדע פראצענט באשטייט פון בלויזע וואנעביס והמציאות יוכיח אז זיי האלטן אן סוקסעספול די סטאנדארטן פון ערנסטע קוואליפיצירטע טראסטבארע יונגעלייט וואס זענען זיך מוסר נפש טאג און נאכט צו ריספאנדן צו קאלס
א נייע ארגענעזאציע וואס גייט אויף די סלאגאן אז זיי וועלן אריינעמענן מענטשן וואס האבן געהאט שוועריגקייטן אנצוקומען צו הצלה, זאגט אין אנדערע ווערטער אז זיי האבן נישט אזא קעירפול סעלעקשן פראצעדור, און יעדער פארשטייט אז דאס איז א חורבן.
געזונטע קאמפעטישן מיינט ווען ס'איז דא צוויי גוטע ביזנעסער\ארגענעזאציעס, נישט ווען ס'איז דא איין גוטע און איין פראבלעמאטישע.
דיסקלעימער: איך קען נישט די "הצלת נפשות" ארגענעזאציע, איך שרייב נאר באזירט אויף וואס @סראלי און אנדערע האבן מעיד געווען, אז די ארגענעזאציע האט א ציהל אריינצונעמען אזעלכע וואס הצלה האט נישט אנגענומען.
---
פשוט אביסל מרחיב געווען די גוטע ווערטער פון @עטרת חיים
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X