דאס טוען גוים אין אינדיע. פארקערט, עס פלעגט אמאל נעמעו שנעלער פרייטאג ווייל ס'נישטא קיין פארלאנגען פין ארץ ישראל.
כ'ווייס נישט פון ווען דו רעדסט, איינמאל ס'ווערט שבת אין ארץ ישראל ווערן מער נישט קיין בילדער איבערגעקוקט ע"פ הוראת זייערע רבנים.
איך מיין אז שוין פאר א שטיק צייט וואס זי קוקן שוין אויך איבער שפעטער צוליב די פארלאנג פון די אמעריקאנע קאסטומערס, און ע"פ הוראת פון זייערע רבנים אז מען גייט לויט די פלאץ ווי די גוי ארבעט נישט לויט ווי די בעל הבעת וואוינט
דאס טוען גוים אין אינדיע. פארקערט, עס פלעגט אמאל נעמעו שנעלער פרייטאג ווייל ס'נישטא קיין פארלאנגען פין ארץ ישראל.
כ'ווייס נישט פון ווען דו רעדסט, איינמאל ס'ווערט שבת אין ארץ ישראל ווערן מער נישט קיין בילדער איבערגעקוקט ע"פ הוראת זייערע רבנים.
איך מיין אז שוין פאר א שטיק צייט וואס זי קוקן שוין אויך איבער שפעטער צוליב די פארלאנג פון די אמעריקאנע קאסטומערס, און ע"פ הוראת פון זייערע רבנים אז מען גייט לויט די פלאץ ווי די גוי ארבעט נישט לויט ווי די בעל הבעת וואוינט
אפדעיט: יעצט געווארן געעפענט א בילד אין געציילטע סעקונדעס
איך האב אינסטאלירט נעטפרי א שטיק צייט צוריק, זייענדיג זיכער, נאכן ליינען די בראשור מיט אלע דעטאלן, אז כ'וועל מער ווייניגער זיך קענען אן עצה געבן מיט אלעס וואס איך דארף.
למעשה בין איך געווארן זייער אנטוישט, נאך וואס איך איבערצייג זיך איינמאל און נאכאמאל אז פשוט צו באשטעלן סיי וועלכע אייטעם איז כמעט אוממעגליך מיט נעטפרי, חוץ אויב דו ווייסט פונקטליך וואס דו דארפסט אדער ביסט גרייט צו באשטעלן בלינדערהייט אן זען וואס דו קויפסט. אינעם בראשור האב איך געליינט אז אלע בילדער ווערן געעפנט ביז סעקונדעס, און דערצו וועלן בילדער פון אפט געקויפטע אייטעמס אויף פאפולערע וועבזייטלעך שוין געווענליך זיין אפן צוליב די גרויסע צאל באנוצער וואס זוכן דערפאר. אבער אין פאקט איז עס פשוט נישט אמת.
ממש יעדע איינציגסטע מאל וואס איך זוך עפעס, אפילו גאר טיפיקעל אייטעמס, וועלן רוב בילדער זיין פארדעקט. און אויב עפן איך א פעידזש מיט מער ווי געציילטע בילדער, ווער רעדט נאך אויב איך זוך אויף עטליכע פלאטפארמעס אויפאמאל, וועט פלוצלינג אויף אלעס ארויפקומען די מעלדונג "You sent an unusual amount, Please wait" אויפן פלאץ פון די געווענליכע "Image was now sent to NetFree for review", און דאס איז עס, קענסט דיך גיין לייגן שלאפן פארן טאג, גארנישט וועט נישט העלפן. קענסט פרובירן צו ריפרעשן, עפענען יעדע אייטעם עקסטער, עפענען יעדע בילד עקסטער, וויפיל מאל דו ווילסט, גארניקס. איינמאל די בייזע סטעיטמענט האט זיך באוויזן האסטו פארלוירן יעדן שאנס נאך צו עפענען היינט סיי וועלכע בילד, עכ"פ אויב מ'רעדט פון א גרויסע קוואנטום פון בילדער, וואס איך האב אפט ווען כ'וויל זען אלע אפציעס אויף די אייטעם וואס איך זוך.
איז צו ערשט איז מיין וואונדער, וואס איז פשט דערפון? איז די פילטער טאקע דעזיינט בלויז צו קענען עפענען געציילטע בילדער אויפאמאל? פאר וועלכן סארט אינטערנעט באנוצער ארבעט אזוינס? אבער דאס קען איך נאך הערן, ווילסט מיר זאגן אז דאס איז וואס ער קען צושטעלן און מער נישט? פיין, דאס איז זיין סערוויס. אבער די עיקר וואס באדערט מיר איז, וואס איז פשט פון פארפירן דעם עולם מיט שקרים? וואס איז פשט פון שרייבן אז יעדע בילד ווערט געעפנט אין סעקונדעס, געבנדיג דעם געפיל פארן ליינער אז ער וועט האבן די מעגליכקייט צו זען יעדע אויסגעהאלטענע בילד ביז מאקסימום א מינוט, וואס איז א הויפט פאקטאר פאר אינטערנעט באנוצער, בשעת וואס דאס איז א אפענע ליגנט, און דו לאזסט דעם עולם הענגען פאר לאנגע שעות אן די מעגליכקייט צו עפענען סיי וועלכע בילד?
איך האב נישט דעם פראבלעם, אויב האסט עס אזוי אפט אפשר עפענסטו א סופארט טיקעט צו זיי צו זיי קענען אריינקוקן פארוואס ביי דיר געשעט עס אזוי אפט.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל = איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל... אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!