די נעט-פרי (NETFREE) פילטער
יהלום האט געשריבן: אפשר וואלט געווען כדאי אז די זאלסט עפנען א אשכול און מסביר זיין פונקטליך וואס דאס איז און דער עולם זאל קענען פרעגען שאלות און פארשטיין דער נושא
וועל איך פרובירן אראפצולייגן אין קורצ'ן וואס זענען די חדושים פון די נעט-פריפילטער און איך האף צו קענען בע"ה אדרעסירן אלע פארשידענע פראג'ן.
- היסטוריה פון נעט-פרי
די נעטפרי פילטער איז געגרונדערט געוואר'ן אין יאהר 2013 למס' אויף די פורום פרוג דורך א איד וואס פלעגט גיין מיט די ניק MAT (היינט הייסט ער MAGICODE אויפ'ן נעט-פרי פורום) ר' MAT האט געגרינדערט די פילטער לשם שמים ממש (אוועקגעבנדיק זיינע פרנסה וכדו') אויף צו בויען זיינע וויזיע (און די וויזיע פון אנדערע אידין) פאר א פילטר וואס איז גענצליך כשר אין אוועיליבל פאר יעדער איינר אהן אויסנאם. אין די ערשטע יאהרן איז די פילטער געווען בחינם אבער נאך א שטיק צייט האט זיך די צאהל באניצר שטארק צווואקס'ן און מהאט געמוזט אנהייבן נעמען אפצאהל כדי צוצושטעלן די סערוויס. די פרייז פון נעט-פרי איז 15 שקל (בערך $4) (אינדרויסן פון א"י וואו נטפרי האט נישט אינטרנט פראוויידרס און מ'מוז נוצן ווי-פי-אן איז די קאסט 30 שקל (בערך $8))
- השקפה פון נעט-פרי
נעט-פרי איז אויפגעשטעלט געוואר'ן אלץ א מיט'ל מיט וואס זיך צו קענען באנוצן מיט'ן גאנצע אינטרנט אבר 100% כשר אהן פשרות. צוליב דעם טוט נעט-פרי דורכקוקען יעדע סייט באזונדער [איינמאל די סייט ווערט איבערגעקוקט ווערט עס געעפענט פאר יעדער איינער] דערצו בויען זיי ספציעל סופיסטוקירטע פילטערס פאר די אינהאלט פון די פארשידענע סייטס [אזוי ווי שאפינג, וידאו סייטס א.ד.ג.] צו פארזיכער'ן די פולסטיע עפענונג מיט די העכסטע סטאנדארט פון כשרות. נעט-פרי פארמאגט אויך א וועד הרבנים (דורך וועד הרבנים לביצוע חומר הדת) דורך וואו סיי וועלעכע פראג'ן וואס זענען ארונטערגעקומ'ן דורכאויס די טאג ווערען געוואנדען. נעט-פרי איז נאנ-פראפיט ד.ה. אז אלע געלט וואס קומען אריין גייען גלייך צו די ווייטערדיגע אנטוויקלונג פון די פילטער. אפילו די אייגנטאמער פון נעט-פרי הר' Magicode באקומט א באשטומטע געהאלט אזוי פארזיכערענדיג אז סאיז נישט דא קיין שום נגיאות וואס קען גורם זיין צו א פארשוואכערונונג אין די פילטער.
- די פילטער
אויסערדעם וואס יעדער וועבסייט ווערט באקוקט דורך די נעט-פרי שטאבת קוקט מען אויך איבער יעדער בילג מעטשליכערהייט. יא. אזוי ווי איהר ליינט. נעט-פרי פארמאגט א שטאב פון נישט אידישער ארבייטער פון ארום די וועלט [אריינעמ'נדיג אינדיא, אוקריינה, באנגלאדעש און די פיליפיענען] וואס קוקען איבער יעדער בילד באזונדער. די איבערקוקונג פון די בילדען ווערט געטוהן אויף א גאר שנעלער און סופיסטוקירטע'ן פארנעם וואס פארזיכערט אז נארמאלערהייט דארף מען בלויז ווארטען איין סעקונדע ביז די בילד ווערט איערגעקוקט. בילדער וואס זענען שוין איבערגעקוקט געווארען זענען אפען\פארמאכט פאר אלע באנוצער. א פארמאכטע בילד קומט ארויף בלערד אויף א שיינעם אויפ'ן.
טעקסט ווערט איבערגעקוקט דורך א קאמפיוטר "רובאט" וואס מעקט אויס נעגאטיוו אינהאלט. ווידיאו אויף יוטיוב און ווימיאו ווער'ן צוטיילט און די בילדער ווערען איבערגעקוקט און דערנאך קוקט מען איבער שנעל די אינהאלט.
- סערוויס
פאר יעדער פראבלעם וואס קען ארונטערקומען האט נעט-פרי אויפגעשטעלט א ווענדונג סיסטעם דורך וואס יעדער פראבלעם ווערט אדרעסיערט דורך די ריכטיגע דעפארטמענט. אזוי אויך שיקט מען דארט'ן אריין די וועבסייטס און ווידיאוס וואס דארפ'ן ווערן איבערגעקוקט. יעדער איבערקוקונג מוז האבן א פוינט [מען באקומט 16 פאוינטס פאר יעדער קאנעקשאן יעדער חודש]. מער פוינטס מיינט א שנעלערע באהאנדלונג.
- וויי-פרי
אויסער די קאנעקשאן צו די פילטער איז אויכ'ט דא א סאפטווער פאר די קאמפיוטר וואס פארזיכערט אז די אינטערנעט ארבייט נישט ווען מ'איז נישט קאנקטעד צו די פילטער.
- סטאטיסטיקס
ביז די דאזיגע באשרייבונג זענען באהאנדלט געווארען 606,036 ווענדונגען, 495,932,049 בילדער באקוקט און 146,081 ווידיאו דורכגעגאנגען פאר די צענליגע טויזנטער באנוצער (דערווייל מערסטעבס אין א"י)
- פילטער אנשטעלונגען
נעט-פרי עפענט יעדער זאך וואס איז כשר פאר יעדער איינער אהן אויסנאם. איז וואס טוט דער וואס דארף נאר געוויסע זאכען? אדער זיינע קהילה וויל נישטגעוויסע זאכען? וואס איז אויב ער וויל געוויסע זאכ'ן נאר אין געוויסע צייטען? פאר די אלע איז דא איין ענטפער: פילטער אנשטעלונגעןנעט-פרי'ס פילטער אנשטעלונגען סיסטעם איז גאר פארגעשריטן. דורך דעם סיסטעם קען מען אנשטעלן אויב אלעס [חוץ די אנגעשטעלטע] זאלן זיין אפען [בלעקליסט] אדער פארמאכט [ווייטליסט], פונקט וויאזוי יעדער סייט אדער קעטעגארי זאל זיין פאר זיך אליינס אנגעשטעלט - און וועלעכע צייטן זאל עס ארבייטען און אויף וועלעכע אויפן זאל עס זיין אפען [אזוי אויכעט אנטי אדיקשאן א.ד.ג.]. די דאזיגע אנשטעלונגעןקענען ווערען פארשפארט דורך א ספציעלע פעסווארד (אויסר די אקאונט פעסווארד) אדער אונטער די באנוצער'ס קהילה אחראי אקאונט.
ב"ה די באנוצער אין א"י זענען גאר גאר צופרידן, און אזוי ווי @יהלום זאגט:
יהלום האט געשריבן: ב"ה איז דא א פילטער וואס מקען זאגען אז עס איז כשר!!!
איך האב אדרעסירט בלויז אביסל פון וואס נעט-פרי פארקויפט (דורך מיינע בריל'ן) און איך האף סאיז פארשטאנען און אז איך וועל בע"ה קענען אדרעסירן אייערע פארשידענע פראג'ן.
אויפקלערונג: איך ארבייט נישט פאר נעט-פרי. איך באקום נישט און האב נישט באקומען פון זיי קיין געהאלט. איך הון א געהעריגע באנוצער און איך טוה וואלאנטיר'ן ארויסצוהעלפ'ן מיט ברענגען נעט-פרי צו אמעריקה.